בלאט 10 פון 66
נשלח: מיטוואך יוני 24, 2015 9:02 pm
דורך berlbalaguleh
כוכב האט געשריבן:וואו קען מען זען די צווייטע סיזען?
כוכב: עמעזאן פארקויפט די גאנצע סעריע פאר בערך א פופציגער. נאר זיי האבן א דיסקלעימער אז זיי גאראנטירן נישט אז ס'וועט ארבעטן. ווייל אין ארץ ישראל איז עס רעקארדירט געווארן אויף דעם אייראפעאישן רעקארדינג סיסטעם. און ס'איז גאנץ מעגליך אז אין אמעריקע וועט עס נישט ארבעטן. מהאי טעמא האביך עס טאקע נישט געקויפט...!נעטפליקס האט אויך עפעס אן אפפער. מיט אנדערע חשבונות...!
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
נשלח: מיטוואך יוני 24, 2015 10:34 pm
דורך שמערל
עונה ב' איז נאכנישט ארויסגעקומען
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
נשלח: מיטוואך יוני 24, 2015 10:42 pm
דורך דעת תורה
מ'קען ערגעץ זען - בחינם - די ענגליש סאבטייטלס ווערסיע?
"שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
נשלח: מיטוואך יולי 08, 2015 10:30 pm
דורך ירא שמים
berlbalaguleh האט געשריבן:כוכב האט געשריבן:וואו קען מען זען די צווייטע סיזען?
כוכב: עמעזאן פארקויפט די גאנצע סעריע פאר בערך א פופציגער. נאר זיי האבן א דיסקלעימער אז זיי גאראנטירן נישט אז ס'וועט ארבעטן. ווייל אין ארץ ישראל איז עס רעקארדירט געווארן אויף דעם אייראפעאישן רעקארדינג סיסטעם. און ס'איז גאנץ מעגליך אז אין אמעריקע וועט עס נישט ארבעטן. מהאי טעמא האביך עס טאקע נישט געקויפט...!נעטפליקס האט אויך עפעס אן אפפער. מיט אנדערע חשבונות...!
כהאב געקוקט
דא אויף עמעזאן כזעע איינס פאר 25 דאלער און איינס פאר 48 דאלער ביי ביידע פון זיי שטייט all seasons\all season
ווייסט איינער צו דאס כולל עונה 2 ? און וואס די חילוק צווישען די ביידע?
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2015 12:57 am
דורך [NAMELESS]
עונה ב' איז נאך נישט געווארען ריליסד
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2015 12:58 am
דורך ירא שמים
און וואס איז די חילוק צווישען די 2 די. ווי. די.׳ס דארטן ווייסטו?
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:35 pm
דורך ירא שמים
ראשעקאל האט געשריבן:עונה ב' איז נאך נישט געווארען ריליסד
אויב אזוי לוינט זיך מיר עס נישט צו קויפן ווייל 5 חלקים האב איך שוין געזען און די רעשט האב איך נישט געטראפן
אויב איינער האט עס אויפן קאמפיוטער און קען עס ארויפלייגען אויף דראפבאקס איז די בעסטע .
אז נישט לכה״פ לינקס ,
יש״כ למפרע.
נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2015 8:59 pm
דורך שושן פורים
גם אני מצטרף לבקשת חברינו היקר ערעב [tag]ירא שמים[/tag] געוויסע עפיזאדן איז דא אויף יו טוב אבער די רעסט איז נישט דא צום געפינען, אויב איינער קען ארויסשטעלן אויף דראפ באקס איט וואלד בי גרעיטלי אפרישיעטעד
נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2015 9:01 pm
דורך שושן פורים
berlbalaguleh האט געשריבן:כוכב האט געשריבן:וואו קען מען זען די צווייטע סיזען?
נעטפליקס האט אויך עפעס אן אפפער. מיט אנדערע חשבונות...!
וויאזוי קומט מען אהן צו דעם אויף נעטפליקס? וויפיל איך זיך עס איז עס נישטא צום געפינען
נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2015 11:39 pm
דורך מיימון
גיב א זוך פאר shtesel s01e03 וועסטו עס טרעפן אראפצולאדענען, טויש די לעצטע נומער פאר דעם פרק וואס דו זוכסט, אויב ווילסטו קען איך עס ארויפלאדענען דינסטאג ווען איך וועל האבן ווייפיי
נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2015 11:43 pm
דורך קאצקע ציקער
שושן פורים האט געשריבן:גם אני מצטרף לבקשת חברינו היקר ערעב [tag]ירא שמים[/tag] געוויסע עפיזאדן איז דא אויף יו טוב אבער די רעסט איז נישט דא צום געפינען, אויב איינער קען ארויסשטעלן אויף דראפ באקס איט וואלד בי גרעיטלי אפרישיעטעד
אין יו טוב וועסטו טאקע נישט טרעפן טריי צו זיכן אויףhttp://www.dailymotion.com
נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2015 11:44 pm
דורך קאצקע ציקער
שושן פורים האט געשריבן:גם אני מצטרף לבקשת חברינו היקר ערעב [tag]ירא שמים[/tag] געוויסע עפיזאדן איז דא אויף יו טוב אבער די רעסט איז נישט דא צום געפינען, אויב איינער קען ארויסשטעלן אויף דראפ באקס איט וואלד בי גרעיטלי אפרישיעטעד
אין יו טוב וועסטו טאקע נישט טרעפן טריי צו זיכן אויף
www.dailymotion.com
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
נשלח: מאנטאג יולי 13, 2015 6:59 pm
דורך ירא שמים
ווען קומט ארויס עונה 2 ?
נשלח: דאנערשטאג יולי 16, 2015 11:13 pm
דורך מיימון
מיינע איינדרוקן איבער די כאראקטערן פון די סעריע (איך האב עס יעצט דאס ערשטע מאל געזען, גוט מארגן אמעריקע...)
שלום: שוין ארויסגעברענגט, א זעלבסט זיכערער מאניפולירער וואס האלט אז ער פארשטייט אלעס, און אומבאוואוסטזיניג מאכט ער חרוב דאס לעבן פון זיינע קינדער און אלע ארומיגע, (און אויך זיין אייגענע ווי צב''ש מיט עליזה), ווי נאר ער כאפט אפאר געזונטע קלעפ ווערט ער ווייעך ווי פוטער, אבער איינמאל ס'איז אריבער ווערט ער צוריק דער אלטער טעראריסט און נעמט זיך הערשן אויף זיינע ארומיגע ווי גארנישט וואלט געווען.
צבי אריה: א שטייפער כאראקטער מיט דעם טאטנ'ס נאטורן, כאטש ער טראגט מיט זיך היבש ווייטאג האנדלט ער עס זייער גוט און לאזט נישט עס זאל צושטערן זיין לעבן, ער ווייסט זיינע פריאריטעטן און פרובירט צו פארגעסן פון זיינע פארלוירענע געלעגנהייטן.
עקיבא: א ווייכער געפילישער און תמימות'דיגער בחור, (גע'ירש'נט די נאטורן פון די מאמע צו וועם ער איז שרעקליך צוגעבונדן), מיט א שטארקע נויגונג צו קונסט (וואס גייט צוזאמען מיט געפילן), זייענדיג דער מוזשיניק האט זיין טאטע אים נישט אזויפיל געשטערט פון אנטוויקלען זיינע געפילן און טאלאנטן און דאס ברענגט אים צו אסאך פראבלעמען, ער קען נישט אויפהערן צו נאכגיין זיין געפיל, אבער מיט זיין ווייכהארציגקייט קען ער נישט באהאנדלען די סיטואציע און ער לאזט זיך מאניפולירן פון זיין טאטע, און טיילמאל מאכט ער אליין חרוב די זאך מיט זיין אומבאהאלפנקייט, ער איז היבש צומישט און פארלוירן אויף די וועלט זייענדיג אליין מיט זיינע געפילן אן קיין הילף פון קיינעם.
גיטי: א טיפישע חרדי'שע ווייבל, זייער געטריי און איבערגעגעבן, א צוגעלאזענע און אמת'דיגע, זי פרובירט זיך צו ספראווען מיט די שווערע מצבים וואס מאכן איר צוביסלעך נאר שטערקער, זי ליידט אסאך און שלינגט, און בויט זיך אויף א פעסטקייט וואס קומט פון ביטערער ערפארונג, כאטש וואס אינעווייניג בלוט מיט ווייטאג וואס קומט ארויס פון צייט צו צייט.
ליפא: א אויבערפלעכליכער יונגערמאן וואס פרובירט זיך אומבאהאלפענערהייט צו אריינדרייען אין די גרויסע וועלט, זיין וואוילטשיקע ווייב פארשטייט נישט צו זיינע באדערפענישן און ער אליין איז נישט גענוג קלוג צו קעיר נעמען פון איר נאר לעבט זיך אין זיין וועלטל און לויפט כסדר נאך זיין אנטלויפנדן מזל.
אלישבע: פול מיט ווייטאג פון פיל איבערלעבענישן, אבער פאסיוו און אויסגעלאשן, כאטש זי שטעלט אן א פנים ווי זי גייט אן געהעריג צופרידן און העפליך האט זי שוין אויפגעגעבן אויף די וועלט און באגראבט אירע געפילן טיף אין הארץ, ווען עקיבא וועקט אויף אירע באהאלטענע געפילן איז עס איר זייער שווער און זי קען עס נישט נעמען, צום סוף ווערט זי נאכגעשלעפט נאך אים און לאזט אירע געפילן גיסן, אבער זי בלייבט זייער סענסיטיוו און דערשראקן און קען זיך נישט ברענגען צו גיין ווייטער, ביז זי אנטלויפט צום סוף.
באבע מלכה: פונקט ווי איר זון, א שטארקע כאראקטער אן קיין תוכן, אויף די עלטער ווען די בושה איז זי אוועק שעמט זי זיך נישט צו פארלאנגען אירע משוגעת'ן מיט א פעסטקייט, און גייט אן מיט עקשנות, זי נוצט אויס די געטרייערע פון אירע אייניקלעך ביז'ן סוף, אבער האלט זיך ווייט פון די שטערקערע ווי שלום וואס שפיגלט איר אפ איר אייגענע נאטור.
-------
האפנטליך וועט די צווייטע סעריע זיין נאך שטערקער און בעסער, עקיבא גייט חתונה האבן ווי מ'זעט פונעם ברית, אבער לכאורה נישט מיט אלישבע, מיט וועם יא?, דער אנדערער וואס שטייט דארט נעבן שלום דוכט זיך איז מיר קענטליך, צו איז ער דער צוקונפטיגער מחותן? מיר ערווארטן א שטארקע סעריע...
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
נשלח: פרייטאג יולי 17, 2015 1:29 am
דורך [NAMELESS]
אלישבע קימט נישט צוריק אין די צווייטע סיזען
נשלח: פרייטאג יולי 17, 2015 9:55 am
דורך moshav zekeinim
זייער שיין ארויס געברענגט יעדנס ראלע. מיין שאלה איז צו דאס איז טאקנ געווען די כונה פון מחבר העלילה
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 9:42 am
דורך יוחנן הסנדלר
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 22, 2015 1:44 am
דורך [NAMELESS]
זכר באנדל האט געשריבן:"לעונה השנייה יצולמו 12 פרקים והיא תשודר בתחילת 2015"
האסט נאך א גאנצע יאר צו ווארטן.
עבר קציר, כלה קיץ, ואנחנו לא נושענו...!
ס'גייט נאך ארויסקומען? זייער זמן איז קיין זמן?
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 22, 2015 8:58 am
דורך דעת תורה
Oct 31
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 22, 2015 12:14 pm
דורך [NAMELESS]
דעת תורה האט געשריבן:Oct 31
טאקע? גוטע נייעס!
וואו האסטו געזען דעם דאטום?
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 22, 2015 12:31 pm
דורך berlbalaguleh
ס'איז דא אן אנדערע סעריע וועלכע איז געלאפן אויף די איזראעלי טי.ווי. וואס הייסט ..."החצר"}... נאר דאס איז שוין א ביסל עלטער. פון בערך 2004. די פילמינג טעכניק איז נישט אזוי גוט ווי די אויף ..."שטיסל". די בילדער זענען נישט אזוי קלאר. אויך. טייל פון די עקטערס זעען נישט אויס אזוי אויטענטיש ווי די אויף שטיסל. אויך מאכן זיי קליינע טעותים אין .."סקריפט"...אבער פונדעסטוועגן דאך איז עס א זייער געשמאקע סעריע, מיט א סאך אידיש אריינגעווארפן צווישן די עברית'ע ווערטער. ווי ס'זעהט אויס זענען די פראדוסערס רוסישע אימיגראנטן וועלכע האבן געקעיטערט צו א לייכט-רעליגיעזע, רוסישע אוידיענץ. די סוב-טייטלס זענען אויך אין רוסיש. אויסער עברית...!
אויך. די פראדוצירערס פון די ..."שטיסל" סעריע" האבן אויך אהערגעשטעלט אן אנדער סעריע וועלכע הייסט ..."סרוגים"...מלשון כיפה סרוגה. וועלכע טוט באשרייבן דאס לעבן פון די מזרחי קאמיוניטי אין ארץ ישראל. דאס איז אויך זייער אויטענטיש. אויב נישט אזוי פאפולער ווי שטיסל...!
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 22, 2015 2:03 pm
דורך יוחנן הסנדלר
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 22, 2015 11:26 pm
דורך ודי למבין
איינער ווייסט אפשר ווי מען קען נאך יעצט וואטשן עונה1 אפילו פאר געלט?