בלאט 10 פון 16

Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 4:36 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך אויך

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!

נשלח: מוצ"ש פעברואר 18, 2017 8:42 pm
דורך יהודי פשוט
שמעקעדיג האט געשריבן:איז דאס טאקע ביים חתונה נאכט? אדער א נאכט בעפאר ביי די ארימע חתונה? וויל איך זעה א חלק אידן מיט היטן. ווי אויך אין רוב זאלן זענען נישט פאראן קיין ווייבער שולן, אחוץ אויב די חתונה איז פארגעקומען אין א ביהמ"ד.

דאס איז נישט ביי די חתונה נאר ביים צענטראלן שבע ברכות וואס די קהילה מאכט, און אזוי איז געוועהן די מנהג אין קרעטשניף אז ביי יענעם שבע ברכות טאנצט די רבי מצוה טאנץ

Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!

נשלח: מוצ"ש פעברואר 18, 2017 10:56 pm
דורך דורכגעטראכטער
שבת אחים האט געשריבן:
יעלה ויבא האט געשריבן:בילד

lead, follow, or get out of the way

קומענדיגע דורות וועט מען לערנען מיט די קינדער אז שלמה המלך האט געהאט טויזענט בענקלעך פון ווייבער שול...

די ווייפיי אין שיל האט נישט געארבעט!

נשלח: מיטוואך פעברואר 22, 2017 8:54 pm
דורך קומזיץ
רבותי מיר זענען אזוי אפגעהיטן פון יעדע חשש הרהור אז ס'איז געקומען די צייט מ'זאל שוין מער נישט ארויפלייגן די בילדער פון רבנים און עסקנים
די שיינע שטריימלעך מיט די קאלירטע בעקיטשעס און די שיינעדיגע פנימ'ר האבן שוין ליידער צוגעברענגט אסאך מכשולות .... :D :D

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 3:18 pm
דורך diff
וואס!

בילד

נשלח: פרייטאג אוגוסט 04, 2017 3:00 pm
דורך וואלווי
diff האט געשריבן:וואס!



גארנישט אזא אשתגע דרא. זיי זענען היבש גערעכט (אויב ס'איז אן עכטע סיין...)

נשלח: פרייטאג אוגוסט 04, 2017 6:09 pm
דורך געוואלדיג
וואלווי האט געשריבן:
diff האט געשריבן:וואס!


... (אויב ס'איז אן עכטע סיין...)


אוודאי נישט

נשלח: זונטאג אוגוסט 06, 2017 7:51 am
דורך diff
בילד

נשלח: זונטאג אוגוסט 06, 2017 8:46 am
דורך diff
בילד

נשלח: מאנטאג אוגוסט 07, 2017 5:36 am
דורך diff
בעולמם של חרדים

ר' יואל מסאטמאר היה חכם אסר ללמוד דף היומי וללכת לכותל שאם חלילה מישהו בסאטמאר יתפקר הוא ילמד דף היומי ויילך לכותל רח"ל

מאת סאטמארער

געווען גאר א קלוגער איד דער סאטמארער רב ז"ל. ער האט גע'אסר'ט צו גיין צום כותל און צו לערנען דף היומי. ער האט עס געטאן בכוונה תחלה, אז ווען א סאטמארער חסיד וועט וועלן אפפארן פון אידישן וועג וועט ער גיין צום כותל אדער לערנען דעם דף און זיין זיכער אז ער איז א גוי גמור, ערגער ווי א בועל ארמית אין יום כיפור. ס'זענען דא היינט צענדליגער עקס-סאטמארער וואס גייען צום כותל און לערנען דעם דף און שטראלן פאר שמחה יעדעס מאל וואס זיי טוען דאס.

לעצטנס האב איך געזען א פעיסבוק פאוסט פון א משפחה מיטגליד פון סאטמאר רב, אן אייניקל פון זיין יורש, האט ער געשריבן אז ער איז יעצט ביים כותל און איז גערירט ביז טרערן. עטליכע וואכן פריער האט ער נאך שטאלצירט אז ער גייט עסן חזיר, און דא איז ער ביים כותל און וויינט פאר שמחה טראכטנדיג אז זיין עלטער פעטער וואלגערט זיך אין קבר פון גרויס צער. פרעג איך אייך, איז דער סאטמארער רב נישט געווען קיין חכם?

פון די אנדערע זייט זענען פאראן צענדליגער סאטמארער, געוועזענע סענדז סטריט תלמידים, וואס זענען נאך שטאלצע סאטמארער, זיי קימערן זיך קנאפ איבער אידישקייט. אבער ווען זיי הערן דאס ווארט כותל גייען זיי ניסלעך. ווי יענער איד וואס האט געקוקט טעלעוויזיע אין א שענק (באר) ווען פלוצלינג איז ארויסגעקומען א בילד פונעם כותל. ער האט געכאפט א בעיסבאל בעט און צעשמעטערט דעם סקרין. אזוינע רשעים די ציונים, דאס ערגסטע וואס זיי האבן געקענט טאן איז בויען דעם כותל.

אקעי דאס איז א וויץ, אבער כ'קען באמת א איד, שוין א מגולח וואס שיקט שוין די קינדער אין א היברו דעי סקול, אבער ער האט געווארנט ליפא שמעלצער אז אויב לייגט ער אריין א ניגון איבער'ן כותל קויפט ער נישט זיין סי-די. מיט'ן בארד און גיהנום ניגון האט ער נישט קיין שום פראבלעם. פרעג איך דיר, פון וועלכע תלמידים האט דער סאטמאר רב מער הנאה.

אגב, דער סקווערער רבי ז"ל האט געהאט אן אנדערן מהלך אין אידישקייט, וואס איז אויך זייער עפעקטיוו; ער האט געמאכט זיינע חסידים גיין מיט די קליינטשיגע סקווערער פאה'לעך, רונדעכיגע טלית קטנ'ס און שטיוול אום שבת.

כ'טרייב נישט קיין ליצנות. ס'זענען פאראן הונדערטער סקווערער "באמס" וועלכע גייען מיט לאנגע געקרייזלטע פיאות, און זענען זיכער אז זיי גייען גיין אין גיהנום דערפאר. דא ארבעט ביי אונז אין אפיס א יונגערמאן וואס האט אראפגעלאזטע נאטור-באאוילטע פיאות, א וועסטל מיט א פארקער פען אריינגעשטעקט אין די קעשענע, און אונטער דעם א גרויסן וואלענעם שמוציגן טלית קטן, מיט א V שניט, אנשטאט א סקווערער שניט. זאגט ער מיר בהאי לישנא. "מענטשן וואס קוקן מיך אן און זעען וויאזוי איך קוק היינט אויס קענען נישט גלייבן אז א יאר צוריק בין איך נאך געווען פרום..."

נשלח: מאנטאג אוגוסט 07, 2017 7:10 am
דורך איך אויך
פליז, דו מיט איש הערטס אויף אנצוחזרן ק''ש מיט בחדרי און שאול תחתית [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]. מען האט שוין גענוג מאל געבעטן אז ווער עס זוכט די מינע סחורה ווייסט אליינס די אדרעסן.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 07, 2017 7:25 am
דורך diff

נשלח: מאנטאג אוגוסט 07, 2017 2:13 pm
דורך berlbalaguleh
געוואלדיג האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:
diff האט געשריבן:וואס!


... (אויב ס'איז אן עכטע סיין...)


אוודאי נישט

געוואלדיג: ס'איז אבער א גוטער דמיון וויאזוי דער מצב וואלט אויסגעקוקט אויב די חילונים זאללן אננעמען אונזערע סטענדערדס פון זאגן דיעות פאר א צווייטן. מיט וואספארא רעכט קענען אזוי-גערופענע קנאים זאגן דיעות פאר פרייע חברה. און זיי איינטיילן וויאזוי זיי זאללן גיין אנגעטון...! דער ווילדער קנאי פון בית שמש וועלכער שפייט אויף א קליין מזרחי'סטיש מיידל פון אכט יאר און אויף איהר מאמע. ער מוז דאך נישט קוקן וויאזוי די נשים גייען אנגעטון...!

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 5:48 pm
דורך diff
בילד

נשלח: זונטאג אוגוסט 20, 2017 5:58 pm
דורך diff
הרבי הזהיר: אסור לטייל עם האשה ברחוב

במהלך סעודת יארצייט שערך האדמו"ר ממכנובקא-בעלזא, הורה לחסידיו "לטייל יחד עם האשה ברחוב הוא דבר האסור על פי שו"ע"

נשלח: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 1:54 am
דורך berlbalaguleh
עצה טובה מ'בערל בעל העגלה. הרבי שליט"א יתעסק במצות ובעבירות יותו נחוצות לעם ישראל. מאשר בשטויות האלו. מ'הסחורה הזו יש לנו יותר ממספיק. אנחנו צריכים מישהו נורמלי שינהג את עם ישראל. או חלק ממנו...!

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 12:05 pm
דורך diff
בילד

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2018 2:49 pm
דורך חיים יואל
המלוכה והממשלה האט געשריבן:https://mobile.kikar.co.il/abroad/article/301011

נישט צו גלייבן

נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2019 9:05 pm
דורך berlbalaguleh
אשתגע דרא אויף סטערוידס...!

ס'איז דא טעראפי אויף דעם...?!
אפשר זאלל דער מאמענט/נפשי ווידמען א גאנצן מעגעזין פאר דעם...?!

נשלח: זונטאג מאי 19, 2019 10:19 am
דורך חיים יואל
המלוכה והממשלה האט געשריבן:.

Cute

נשלח: זונטאג אקטאבער 10, 2021 9:05 pm
דורך מונטסורי
אין דבר יום ביומו דעם פארגאנגענע פרייטאג, מעורר וועגן נאקעטע פערשט ביי די ווייבער רח״ל

נשלח: זונטאג אקטאבער 10, 2021 9:23 pm
דורך berlbalaguleh
איך בין מציע אז מ'זאלל עס צוריקשיקן צו די פאבריק. אומ-אויסגעוואשן...!

נשלח: מיטוואך אקטאבער 13, 2021 9:08 am
דורך סעגאל
דאס נישט שרייבן פרויען נעמען גייט שוין אן אפאר יאר אבער דאס איז די ערשטע מאל איך זע עס אין א אינוועטעשן וואס איך פארשטיי נישט איז א אינוועטעשן שיקט מען געווענטליך נאר פאר משפחה און חבירים וועמען שטערט די פרויען נעמען נאכמער מאדנע ווערט עס ווען מען טראכט אריין אז די חלק אינוועטעשן איז נישט א מנהג אז מען שרייבט אלע נעמען פין די זיידעס נאר אפיציעל שרייבען עס די זייעס נאר אנשטאט זיי זאלן דארפען שרייבן א עקסטערע בריוו לייגט מען עס דארט אריין.