בלאט 10 פון 43

נשלח: זונטאג אוגוסט 09, 2015 2:26 pm
דורך משולם שטיינפעלד
דאנערשטאג ואתחנן איז געווען די גיטין פריי צו מאכן די פעלד לכבוד חמשה עשר באב

Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה

נשלח: זונטאג אוגוסט 09, 2015 3:43 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך בין נייגעריק. די כותבים פון די צעטיל האבען געשמועס'ט וואס צו שרייבען.
'יענקל, וויפיל גיטין זאל מען שרייבען איז געשען?'
'איך ווייס? שרייב פינעף הונדרעט'
'נעה, קיינער וועט דאך נישט גלויבען'.
'שרייב צוועלף. דאס איז א גוטע נומער'.

שטותים קענט עץ אויך נישט!?

נשלח: זונטאג אוגוסט 09, 2015 3:50 pm
דורך [NAMELESS]
איך מיין אז די סיבה איז פשוט, יעדע גט איז דאך א 12׳ער, שרייבן יענע בהמות אז עס איז געווען 12 גיטין.....
זיי שרייבן נאך די אמת אויכעט......

נשלח: זונטאג אוגוסט 09, 2015 4:13 pm
דורך שמעקעדיג
איך וויל וויסן פשט אין די לעצטע 3 ווערטער, "ומדה טובה מרובה".
איינער ווייסט?

Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה

נשלח: זונטאג אוגוסט 09, 2015 4:17 pm
דורך קאסטנער
שמעקעדיג האט געשריבן:איך וויל וויסן פשט אין די לעצטע 3 ווערטער, "ומדה טובה מרובה".
איינער ווייסט?


מיט א כשרע פאן קען מען נאך אפשר זוכה זיין צי מער ווי איין ווייב?.. ווער ווייסט

נשלח: זונטאג אוגוסט 09, 2015 4:33 pm
דורך רויטע וואנצעס
איינער אויף פעיסבוק פרעגט א באמבע קשיא :lol:

Let's do some math, shall we.
80
percent of 12 equals: 9.6, shouldn't it have been a whole number
This guy is not only bad at math he is bad at lying too. He just made up the numbers.

Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה

נשלח: זונטאג אוגוסט 09, 2015 5:30 pm
דורך סביב העולם
שטייעך נעבן א יונגארמאן פרייטאג און ער ליינט אפ דאס צעטל, ער נעמט זיך קראצן דעם קאפ. וואו בין איך געווען דאנערשטאג ואתחנן!?!?

.

Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה

נשלח: זונטאג אוגוסט 09, 2015 6:28 pm
דורך יעלה ויבא
C/P
איך וואלט אנשטאט דעם געשריבען גיטין

וועגען די עלטערן ווערן ציריסען פין צאלען אזא הויכען שכר לימוד,

גיטין וועגען די הויכע רענט פרייזען.

גיטן וועגען מען געט נישט קיין חינוך אין שולע,

גיטין אז מען דארף נישט לעבען אזא אונגערישען פלאנצעריי לעבען מיט די לעצטע סטיילס.

גיטן ווייל מען זיצט אינדערהיים מיט אלטע בחורים אין כלה מוידס אין עס איז נישטא ווער עס זאל טאן פאר זיי,

גיטן ווייל מען געט זיי נישט קיין חינוך אז מען מיז נישט האבען קיין קינד יעדעס יאר מיט אזעלכע שוואכע נערווען אין אזעלכע קליינע דירות אין מען געט שווער א היתר,

גיטין ווייל מען זארגט זיך נישט פאר זייערע פרנסות,

אין ווען איך וועל זען אנשטאט דעם גרויסען משומר טעוועלע וואס עס קאסט אפ 15 אלפים רענט א חודש, א שילד שידוכים אפיס פרנסה, אפיס, דירות אפיס, הילף פאר שכר לימוד אפיס, אט...... דענסמאל וועל איך וויסען אז די רעבנים מיינען עס ערענסטע, און ביז דעמאלט זאלן זיי מיך מנשק זיין ווי די אידן האבען גערוט, אין פראבירען זאלען זיי וועלן אוועקנעמען מיין טעלעפאן ווי מען זאגט אין ענגליש over my dead body

Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה

נשלח: זונטאג אוגוסט 09, 2015 10:31 pm
דורך יהושע חיים
ווער זאגט אז גיטין איז אזא שלעכטע זאך אז א פאר פאלק קומט זיך נישט אויס פארוואס זאלן ביידע האבן א ביטער לעבן נעבעך פאר די וואס קענען זיך נישט אפשיידן (ווייל עס וועט זיין א בושה פאר די משפחה וכו' וכו')

אפשר קען מען מאכן א ישועה ווינקל ווי אידן זענען געהאלפן געווארן בזכות כך וכך צו האבן די געלעגנהייט אנציהייבן א פריילעך לעבען
רק כתבתי בדרך אפשר

Sent from my LG-P659 using Tapatalk

נשלח: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 11:16 am
דורך קרעקער
ביים סוף פון נחומס האטליין דרשה דע וואך האט ער א רעקארדונג פון א יונגערמאן וואס זאגט וועגען וואס סגעשעהן היינט אזויפיהל גטין
ווער סקען עס מעתיק זיין די רעקארדונג און ארויפלייגען למצוה גדולה יחשב

Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה

נשלח: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 1:44 am
דורך ירא שמים
בילד

Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה

נשלח: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 8:19 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מ'האט אזוי אויפגערעגט די פרייער מיט דער נערישע צעטל

נשלח: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 1:35 pm
דורך שמעקעדיג
כמו שאמרו ז"ל, אין לך בן חורין אלא במי שעוסק בסמארטפאון, ועיי' במפרשים שם.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 1:58 pm
דורך שעפטל
אן אישו פון א טישו
New York - Ad Comparing Smartphones To Holocaust Widely Condemned
וואס מ'געט אים יא, איז אביסל דעקונג און אטענציע

נשלח: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 6:15 pm
דורך קרעקער
פרידמאן פין נחמת ישראל א מוסד וואס האלט אויס אפאר פון זיין משפחה צו קענען חתונה מאכען קינדער בדרך כבוד, ניצט אויך די האלאקאסט פאר זיין מערכה, שרייבט אין אלע צעטלעך וועגען די גאז קאמערען אויב מוועט נישט געבען געלט פאר עם

Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה

נשלח: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 7:26 pm
דורך ירא שמים
קרעקער , זאג נאר פאר דו גייסט בארעדן א ארגענעזאציע און חשובע אינגערמאן בוסטו מברר פריער ?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 4:28 pm
דורך שמעקעדיג
אהא

.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 5:17 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
פון וואנעט ווייסט ער ווער איז א סאטמארער פרוי און ווער נישט? ער קען די ווייבער פערזענליך פון די נאנט? אדער קען ער לויט די אויסזען פון די פרוי? די סאטמארער זענען העכער\נידריגער, שענער\מיאוסער, גראבער\דארער? או דלמא פון די פ"ס וואס קויפט אלערליי טייערע זאכען ווייסט ער שוין?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 5:39 pm
דורך וואלווי
דאכצעך מ' זאגט אז די רבי בעל דב"י זי"ע פלעגט זאגען אז די פרויען זאלען גיין צניעות'דיג ווייל ס'וועט זיי גארנישט העלפען ווייל די סאטמארע פלעק האבן זיי סיי ויי

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 5:46 pm
דורך פרייוויליג
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:פון וואנעט ווייסט ער ווער איז א סאטמארער פרוי און ווער נישט? ער קען די ווייבער פערזענליך פון די נאנט? אדער קען ער לויט די אויסזען פון די פרוי? די סאטמארער זענען העכער\נידריגער, שענער\מיאוסער, גראבער\דארער? או דלמא פון די פ"ס וואס קויפט אלערליי טייערע זאכען ווייסט ער שוין?

ווען 'גרויליג' וואלט געוואור געווארן אז מען האט איר גענוצט צו דיסקרייבען די ציטאט פונעם בלאט, וואלט זי אנטרינען פון דינען איר דעפיניציע.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 6:07 pm
דורך שמעקעדיג
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:פון וואנעט ווייסט ער ווער איז א סאטמארער פרוי און ווער נישט?

פאלם שטרימפ

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 6:26 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
פון אונטער די טיש אינ'ם גראסערי זעט ער וועלכע שטרימפ זיי גייען?! און מ'האלט זיך פעסט דערמיט!

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 1:05 pm
דורך לית דין בר נש
ליטוואק וואס פארשטייסטו נישט דער וואס האט נישט א סמארטפאון איז א סאטמערער ווייל זיי האבן מער נישט קיין סמארטפאון'ס און דער וואס האט יא מוז זיין פון די אנדערע קרייזן!