בלאט 10 פון 13

נשלח: דאנערשטאג אפריל 10, 2014 11:18 am
דורך בן תמליון
סדר זמנים אין בלומינבורג פארן בעפארשטייענדן יום טוב. עם ישראל חי!

נשלח: דאנערשטאג אפריל 10, 2014 1:15 pm
דורך חכם עתיק
זייער זיס ווי 4 איינוואוינער בלאזן פון די גאנצע זאך, און לייגן עס אראפ ווי א שטעטל מיט א סדר הזמנים וכו'.

אפשר על שם העתיד.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 10, 2014 1:18 pm
דורך שמעקעדיג
סאו נאך אלע אטאקעס איז עס יא "רבינו יואל"?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 10, 2014 1:20 pm
דורך בן תמליון
איך הער אז אויף יום טוב גייט זיין א גרויסער עולם געסט.

איך צייטונג די וואך איז דא צוויי פולע זייטן איבער בלומינבורג. זיי שרייבן איבער פיר מעכטיקע געשעפטן עפענען זיך נאך יום טוה ווי אויך די מעלות פונעם ישוב און די דירות.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 10, 2014 1:23 pm
דורך מאטי
זענען די פרייזן געפאלן?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 10, 2014 1:28 pm
דורך בן תמליון
יא עס הייסט 290 אדער אפילו ווייניגער. דער עולם ווייסט נישט אז דער פריערדיקער פרייז האט אריינגערעכנט א שיינעם פארציע פאר קהל ייט"ל גראד אין טאש אריין. יעצט וועט זיין גרויסע דירות אין א שטיל מקום מנוחה פארן אידן שומרי תורה.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 10, 2014 1:50 pm
דורך מאטי
וואו קען מען אויסגעפונען אויף זיכער די פרייזן.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 10, 2014 2:03 pm
דורך בן תמליון
איך גלייב עס וועט זיין אדווערטייזט ווען די דירות זענען גרייט אויפן מארקעט. איך מיין מען ווארט קודם אויף אן אפעלאט ריכטער אראפצונעמען א סטאפ ארדער וואס איז ארויפגעלייגט געווארן דורך ריכטער שיק פון מאנטיסלא וואס זיין ווייב אויף פעיסבוק שרייבט אלע אידן דארפן זיין אין אראנזש זשאמפ סוטס.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 10, 2014 3:56 pm
דורך גנדי
לוינט זיך יעצט צו אינוועסטען אין בלומינגבורג?

טעות אין חשבון

נשלח: דאנערשטאג אפריל 10, 2014 4:00 pm
דורך גנדי
בן תמליון האט געשריבן:יא עס הייסט 290 אדער אפילו ווייניגער. דער עולם ווייסט נישט אז דער פריערדיקער פרייז האט אריינגערעכנט א שיינעם פארציע פאר קהל ייט"ל גראד אין טאש אריין. יעצט וועט זיין גרויסע דירות אין א שטיל מקום מנוחה פארן אידן שומרי תורה.


פארוואס האט קהל ייט"ל געוואלט אראפנעמען א פארציע פון 100K פער דירה?

390 דירות * $100,000 = $39,000,000

א קנאפע 40 מיליאן?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 10, 2014 4:05 pm
דורך גאלד
מקוה, שוהל, מוסדות, טרענספארטעשן צו מאנרא ,פיזישע, פינאנציעלע און גייסטישע שטיצע פון די אפציעלע הויפטקוואטיר וכדומה,
וואס די אלע זאכן זענען קריטיש וויכטיג

נשלח: דאנערשטאג אפריל 10, 2014 4:08 pm
דורך גנדי
גאלד האט געשריבן:מקוה, שוהל, מוסדות, טרענספארטעשן צו מאנרא ,פיזישע, פינאנציעלע און גייסטישע שטיצע פון די סאטמארע מאשין וכדומה,


דאס קאסט 40 מיליאן?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 10, 2014 4:43 pm
דורך בן תמליון
מקוה שוהל מוסדות שטעלט דער דעוועלאפער צו פון זיין טאש. קהל האט נישט געוואלט קיין מאה אלף אין טאש אבער גענוג צו אויסהאלטן די מוצי"ם וואס זיי וועלן מכלומרש'ט צושטעלן, די משגיחים למיניהם, אפשר דער רבינ'ס קינדער און גרויסע חתונות. בקיצור דער דעוועלאפער האט געזען דאס איז א קארופטירטע באנדע וואס וויל רייך ווערן אויף זיין חשבון און ווילן נאך זיין פולע בעלי בתים, האט ער זיי געזאגט ישקנו מען וועט אויפשטעלן א יישוב אן ענק אי"ה.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 10, 2014 4:53 pm
דורך מ. גליקמאן
בן תמליון האט געשריבן:מקוה שוהל מוסדות שטעלט דער דעוועלאפער צו פון זיין טאש. קהל האט נישט געוואלט קיין מאה אלף אין טאש אבער גענוג צו אויסהאלטן די מוצי"ם וואס זיי וועלן מכלומרש'ט צושטעלן, די משגיחים למיניהם, אפשר דער רבינ'ס קינדער און גרויסע חתונות. בקיצור דער דעוועלאפער האט געזען דאס איז א קארופטירטע באנדע וואס וויל רייך ווערן אויף זיין חשבון און ווילן נאך זיין פולע בעלי בתים, האט ער זיי געזאגט ישקנו מען וועט אויפשטעלן א יישוב אן ענק אי"ה.

בן תמליון, דאס איז די טענה יעצט פון לאמם'ס צד און מען וועט זיך נאר קענען איבערצייגן אין די ווארהייט אויב דאס וועט טאקע זיין די פרייז, דערווייל איז עס נאך אין ערגעץ נישט אדווערטייזט אזו.
אני כשלעצמי איז זייער מסופק דערין ווייל ר' משה שמילאוויטש האט מיר מסביר געווען מיט חשבונות פארוואס ס'איז נישט מעגליך צו בעטן ביליגער ווי די דעמאלטיגע פרייז.

און לגבי אז זיי וועלן קענען בויען א ישוב אן קהילת סאטמאר, הלוואי והלוואי אבער איך בין זייער סקעפטיש דערין און נישט ווייל זיי ברויכן סאטמאר דוקא נאר זיי דארפן האבן סיי וועלכע קהילה פאר א שטופ סיי פאר מוסדות און סיי פאר סתם אזוי סופארט ארויס צו מופן.
דאס איז בלויז מיין השערה, און לאמיר האפן אז איך בין נישט גערעכט.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 10, 2014 5:06 pm
דורך איך אויך
ר' גליקמאן ,מפה לאוזן האט מען אגאנצע צייט גערעדט פון די קאראפציע פון די סאטמארע מאפיאנערן.

און ווי איינער האט דא געשריבן האבען זיי גאר פארלאנגט א תנאי קודם למופען אז אלע פיוטשר גאווערמענט פראגראמן וכדומה זאל פליסן גלייך צו סאטמאר אין טאש! הערסט? לאם זאל שפייען די גאל און אינוועסטן צענדליגע מיליאנען פון זיין אייגענע קאפיטאל און והיה אז עס וועט זיך אויסארבייטן און נישט לאנג דערנאך וועט מען כמיטב המסורה של סאטמאר אויסנאקן דעם פעטער ביזן לעצטן ביינדל זאל די אלע געלטער גיין פאר סאטמאר ווייל זיי 'שטעלען דאך צו' די ערשטע תושבים. זאג דו קענסט איינער וואס וואלט מסכים געווען צו אזא קאראפטירטע התנהגות?


חשבונות מיינט גארנישט אויב דו האסט נערווען קען איך דיר אראפלייגן א פיקס פארטיגע חשבון פארוואס א דירה דארט דארף צו קאסטן שש מאות אלף עובר לסוחר און אפילו אויף א מעלונע וועל איך זיך אויך נישט דארפן צופיל מוטשענען צו פרעזענטן א (פיקטיווע) חשבון.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 10, 2014 5:10 pm
דורך שעפטל
בן תמליון האט געשריבן:איך הער אז אויף יום טוב גייט זיין א גרויסער עולם געסט.

איך צייטונג די וואך איז דא צוויי פולע זייטן איבער בלומינבורג. זיי שרייבן איבער פיר מעכטיקע געשעפטן עפענען זיך נאך יום טוה ווי אויך די מעלות פונעם ישוב און די דירות.

אין דער איד שטייט אויך עפעס...?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 10, 2014 5:11 pm
דורך מ. גליקמאן
איך אויך האט געשריבן:ר' גליקמאן ,מפה לאוזן האט מען אגאנצע צייט גערעדט פון די קאראפציע פון די סאטמארע מאפיאנערן. חשבונות מיינט גארנישט אויב דו האסט נערווען קען איך דיר אראפלייגן א פיקס פארטיגע חשבון פארוואס א דירה דארט דארף צו קאסטן שש מאות אלף עובר לסוחר און אפילו אויף א מעלונע וועל איך זיך אויך נישט דארפן צופיל מוטשענען צו פרעזענטן א (פיקטיווע) חשבון.

נאכאמאל, מפה לאוזן רעדט נישט צו מיר און איך זאג נישט אז סאטמאר איז גערעכט סך הכל וואס איך זאג איז אז מ'קען דאס נישט וויסן ביז סוועט קומען למעשה זיי זאלן פארקויפן די דירות פאר די פרייז.
דאס וואס איך וויל ארויסברענגען מיט ר' משה'ס חשבון איז אז ער ארבעט פאר לאמם און נישט פאר סאטמאר און פון איהם האב איך געהערט די חשבונות פארוואס מ'קען נישט גיין ביליגער.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 10, 2014 5:12 pm
דורך מ. גליקמאן
שעפטל האט געשריבן:
בן תמליון האט געשריבן:איך הער אז אויף יום טוב גייט זיין א גרויסער עולם געסט.

איך צייטונג די וואך איז דא צוויי פולע זייטן איבער בלומינבורג. זיי שרייבן איבער פיר מעכטיקע געשעפטן עפענען זיך נאך יום טוה ווי אויך די מעלות פונעם ישוב און די דירות.

אין דער איד שטייט אויך עפעס...?

נאכנישט געזעהן, אבער איך "גלייב" אז נישט.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 10, 2014 5:14 pm
דורך איך אויך
זעה וואס איך האב צוגעלייגט צו מיין תגובה.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 10, 2014 5:18 pm
דורך מ. גליקמאן
כ'קען דיר איבערזאגן ס'זעלביגע: די גאסן שמועות גלייב איך נישט.

אבער די טענה פון פראגראם'ס פארשטיי איך נישט, פון וועלכע פראגרעם'ס רעדט מען דא?

נשלח: זונטאג אפריל 13, 2014 3:55 pm
דורך outspoken
שוין ווידער א שריפה.
Bloomingburg: Hatzolah responding to Main St. For a report o a fire Falsburg 1 Rolling C406 on scene.

נשלח: פרייטאג אפריל 18, 2014 2:33 pm
דורך עפל סיידער
C/P
BLOOMINGBURG NY:
Building inspector Mike who put Stop orders on new Jewish projects,Groceries,Mikva & Synagogue has been fired by new Mayor.

נשלח: זונטאג אפריל 20, 2014 9:59 am
דורך אלס ווייסער
עפל סיידער האט געשריבן:C/P
BLOOMINGBURG NY:
Building inspector Mike who put Stop orders on new Jewish projects,Groceries,Mikva & Synagogue has been fired by new Mayor.

מה פשט?
מיינט דאס אז ער וויל זיך צושטעלן צו יעדן (וואוסנדיג אז ביי די קומענדיגע וואלן גייען די יודן סייווי זיין דער רוב) אדער וועגן אנדערע סיבות (אדער איז די גאנצע מעשה נישט אמת...)?