בלאט 10 פון 19

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 12:59 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
http://youtu.be/OeJhv4mCYF8

יעדער מענטש האט חלומות וועגן גוטע זאכן און בעסערע צייטן. געווענליך קומט עפעס א צינישע זייט און צעווארפט און צעבלאזט אלע טרוימען.

יוסף האט געהאט א חלום וועגן א וואונדערבארער צוקונפט. "הנה בעל החלומות בא!" איז געקומען די צינישע רעאקציע צו זיין באזוך.

"וישמע ראובן." ראובן האט געהערט דעם אפטימיזם און באשלאסן נישט צו ווערן נאכגעשלעפט נאך דעם צינישן ווינט.

כאראקטעריסטיש, האט ראובן געהאט אן אייניקל דעם נביא הושע, וועלכער איז געווען דער גרעסטער מחזיר בתשובה פון יענער צייט. דאס האט ער נאר געקענט טאן נאכ'ן האבן די מעגליכקייט אויסצוזוכן די פאזיטיווע נקודה וואס געפינט זיך אין יעדן מענטש. איינמאל מען געפינט דאס, האט מען אן אחוזה יענעם אנצוכאפן און ארויסשלעפן פון גרוב צו דער ליכטיגקייט.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 1:04 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
http://youtu.be/uj0V5XmUYWk

ווען עמיצער איז פארמישט אין א קאמף פון וועלכן ער גייט ארויס א געווינער, ווערט ער אנגערופן "געווינער", ניין? יעקב אבינו האט זיך געשלאגן מיט יענעם מלאך און אים בייגעקומען. פארוואס, אויב אזוי, האט ער באקומען דעם נאמען "ישראל", וואס רעדט וועגן קעמפן, אנשטאט עפעס וואס זאל אנדייטן אויף זיין געווינען?

דער תירוץ איז, אז יהדות איז ווייניגער פאראינטערעסירט אינעם געווינען, ווי אינעם עצם זיך שלאגן און נישט לאזן. די אויפגאבע פון א איד איז צו געבן זיין גאנצן רצון און מעגליכקייט; געווינען אז שוין מהיכי תיתי.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 1:09 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
http://youtu.be/W3d1QfXkUts

ווען א מענטש גייט דורך א שווערן מצב, נישט קיין חילוק אין וועלכן תחום פון לעבן, זאל ער אייביג געדענקען אז דאס האט די מעגליכקייט צו פירן צום בעסטן אויסגאנג.

"כי במקלי עברתי את הירדן," דערפאר וואס האב זיך געפונען אזוי אין דער ערד דעמאלט, "עתה הייתי לשני מחנות."

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 12:12 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
http://youtu.be/8AFgQ9YeFcI

דער חילוק פון א צדיק און א רשע איז דאס. ווען א רשע'ן געשעט עפעס וואס געפעלט אים נישט, איז ער מלא טענות. ווען צו א צדיק געשעט דאס זעלבע, איז ער עס מקבל באהבה - נישט ווייל ער לעבט ווי א פאטאליסט, נאר ווייל ער ווייסט אז דאס איז באמת געווען פאר זיין טובה, און זיין אויפגאבע איז צו זען וואס די געשעעניש מיינט פאר אים.
"וירצוהו מן הבור." זאגט דערויף דער איזביצער, אז יוסף איז פון גרוב ארויסגעקומען מרוצה. פרעה האט אים טאקע דארט אריינגעווארפן; דער זעלבער פרעה האט אים אבער פון דארט ארויסגעשלעפט, און פאר א צוועק וואס האט געדינט יוספ'ן אויף אן אופן וואס ער וואלט קיינמאל פריער זיך נישט געקענט פארשטעלן.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 12:57 pm
דורך ונבנתה העיר
ויפול על צוארי בנימין אחיו ויבך, על שני מקדשות שעתידין להיות בחלקו של בנימין וסופן ליחרב, ובנימין בכה על צואריו, על משכן שילה שעתיד להיות בחלקו של יוסף וסופו ליחרב.

אז יעדער האט געהאט אן אייגענעם חורבן צו וואס האט ער געוויינט אויפן צווייטענס און נישט אויפן אייגענעם?

זאגט דער ליובאוויטשער רבי ז"ל, אויפן אייגענעם חורבן איז נישט דא וואס צו פארדינען אין וויינען, מען דארף זיך אפווישען די נאז און טוהן למעשה, אויף יענעמ'ס בלייבט נישט מער ווי וויינען.

נשלח: דינסטאג יאנואר 13, 2015 12:36 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
https://www.youtube.com/watch?v=h3TVjQrFwWg

מאכט זיך אמאל "אשר יקרה", אז עס טרעפט זיך א שווערע צייט. די ראטזאמסטע זאך צו טאן איז "האספו ואגידה," זיך צונויפצונעמען און פארבינדן איינער מיט'ן אנדערן. פון אזא אחווה ורעות וועט קלאר ווערן ווער עס פירט מיט אלעם אן און אז אלע ווייטאגן וועלן קומען צו א סוף "באחרית הימים."

נשלח: דינסטאג יאנואר 13, 2015 12:39 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
https://www.youtube.com/watch?v=-1v2rk1Ipcw

דער רבונו של עולם באווייזט זיך צו משה'ן, אבער אנשטאט זיך צוכאפן צו דער מחזה באהאלט משה זיך גאר דאס פנים.

זאגט דערויף דער שפת אמת, אז די בעסטע און ניצליכסטע דערגרייכונגען זענען די, צו וועלכע א מענטש איז דערגאנגען דורך זיין אייגענער הארעוואניע. די פלוצימדיגע השראות און השגות זענען שוין נישט אותו דבר, און דער מענטש דארף ביי זיך באמת וויסן צי ס'איז בכלל אין זיין טובה צו באקומען אזעלכע גייסטיגע מתנות.

נשלח: דינסטאג יאנואר 13, 2015 6:04 pm
דורך געוואלדיג
משה רבינו פרעגט השי"ת למה הרעות ענטפערט איהם השי"ת עתה תראה וואספארא תירוץ איז דאס?
נאר השי"ת האט איהם (און אונז) געוואלט לערנען אז גארנישט איז נישט איזי פעסס און מיט די צייט וועט ער זעהן רעזאלטס

נשלח: דינסטאג יאנואר 27, 2015 6:14 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
http://youtu.be/qvEE4PTHbvY

איז אמאל געווען א איד וואס האט דערקלערט פאר'ן ריזשינער, אז ער נעמט נישט אריין צו זיך אין שטוב סתם אזוי אבי וועמען, נאר דווקא די חשוב'ע אידן. האט דער הייליגער ריזשינער אזוי געזאגט: "קדש לי," ווייסט וויאזוי מען ווערט הייליג ביי מיר?, "כל בכור," ווען יעדער איד איז אייניג חשוב ווי דעם חשוב'סטן. "פטר רחם," די וויכטיגסטע זאך איז רחמנות צו האבן אויף יעדן איד. "באדם ובהמה": הער אויף אפטיילן צווישן דעם און יענעם - איינטיילן אידן אין חשוב און נישט-חשוב, ווייל "לי הוא," צו מיר זענען אלע גלייך.

נשלח: דינסטאג יאנואר 27, 2015 6:20 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
http://youtu.be/TdE2jur8aW8

איר ווייסט פון וואס די אמת'ע מכת חושך באשטייט? "ולא ראו איש את אחיו ולא קם איש מתחתיו." ווען א מענטש געפינט זיך אין אן ענג ווינקל און ס'איז אים פינסטער אין הארץ אז ער זעט נישט קיין צווייטן און קען זיך נישט צוזאמקלייבן, דאס איז דער ריכטיגער חורבן פון מכת חושך.
די עצה איז זיך פארט מחזק צו זיין, אפילו עס זעט אויס ווי עס גייט נישט; צו העלפן א צווייטן איד, אפילו ווען עס פארלאנגט באזונדערע אנשטרענגונג. ווייל דאס איז די ליכט, וואס וועט אריינשיינען און פארטרייבן דאס חשכות.

נשלח: מיטוואך פעברואר 04, 2015 3:26 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
https://www.youtube.com/watch?v=GYJ_PCOVv7I

ס'איז אינמיטן ווינטער. ס'איז קאלט און פוסט צווישן די גראזן און ביימער. פונקט אינדערמיט פון דעם פראסט קומט צוגיין ט"ו בשבט, ווען עס באווייזן זיך אויפאמאל קאלירפולע קוישעלעך מיט כל'ערליי פרוכטן.
ללמדינו: אפילו ס'איז קאלט און ענג, זאל מען טראכטן און זיך מצייר זיין וועגן דער לעבעדיגקייט און פולבלטיגקייט וואס איז יא פאראן ערגעץ וואו באהאלטן. פריער צי שפעטער וועט עס נאכקומען אין ווירקליכן לעבן.

ביים ציון פונעם הייליגן בעש"ט

נשלח: מיטוואך פעברואר 04, 2015 3:34 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
https://www.youtube.com/watch?v=MeOELlKIUi8

"ויקח משה את עצמות יוסף עמו." משה רבינו האט מיטגענומען אויף יענעם לאנגען, שווערן מדבר-וועג דאס עצמיות, דאס קערנדל וועזן, פון יוסף -- צו בלייבן מקושר און זיך מיט אלעם אן עצה געבן אפגעזען פון דער סביבה און אומשטענדן.

נשלח: מיטוואך פעברואר 04, 2015 3:43 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
https://www.youtube.com/watch?v=rc-r8sKkNpg

פארוואס האט דער מן געמוזט פאלן יעדן טאג באזונדער? וואלט עס דען נישט גרינגער געווען אויב ס'זאל איינמאל פאר אלעמען אפפאלן מן אין גענוג א גרויסן קוואנטום פאר יעדן דורכאויס דער גאנצער מדבר-תקופה?
נאר, זאגט דער הייליגער בעש"ט, דער אויבערשטער האט דערמיט געוואלט געבן די געלעגנהייט פאר יעדן איד, צו קענען טעגליך געדענקען דעם מקור פונעם מן און אזוי ארום כסדר געדענקען צו האבן א שייכות און דביקות מיט'ן מקור. דאס גופא, אז דער מן איז געפאלן יעדן טאג באזונדער פאר דעם צוועק, איז דער אייגנטליכער נס פונעם מן.

נשלח: מיטוואך פעברואר 04, 2015 5:59 pm
דורך ברסלבער
פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:פארוואס האט דער מן געמוזט פאלן יעדן טאג באזונדער? וואלט עס דען נישט גרינגער געווען אויב ס'זאל איינמאל פאר אלעמען אפפאלן מן אין גענוג א גרויסן קוואנטום פאר יעדן דורכאויס דער גאנצער מדבר-תקופה?
נאר, זאגט דער הייליגער בעש"ט, דער אויבערשטער האט דערמיט געוואלט געבן די געלעגנהייט פאר יעדן איד, צו קענען טעגליך געדענקען דעם מקור פונעם מן און אזוי ארום כסדר געדענקען צו האבן א שייכות און דביקות מיט'ן מקור. דאס גופא, אז דער מן איז געפאלן יעדן טאג באזונדער פאר דעם צוועק, איז דער אייגנטליכער נס פונעם מן.

דאכט זיך אז דאס איז א חז"ל.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 12:25 am
דורך ונבנתה העיר
פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:https://www.youtube.com/watch?v=MeOELlKIUi8
ביים ציון פונעם הייליגן בעש"ט
"ויקח משה את עצמות יוסף עמו." משה רבינו האט מיטגענומען אויף יענעם לאנגען, שווערן מדבר-וועג דאס עצמיות, דאס קערנדל וועזן, פון יוסף -- צו בלייבן מקושר און זיך מיט אלעם אן עצה געבן אפגעזען פון דער סביבה און אומשטענדן.

עס זעהט מיר אויס ווי דער ציון פון ר' נחמן.

נשלח: פרייטאג פעברואר 06, 2015 3:49 pm
דורך שמעון וואלף
בשם הרה״ק ר׳ מיכלי מזלאטשוב זי״ע עה״פ (שמות
כ טו) וירא העם וינעו ויעמדו מרחוק, האדם
השלם כשמתפלל לפני השי״ת צריך לעמוד
באימה ופחד ולא לעשות תנועות משונות
וצעקות אכן למי שנופל לו מחשבות זרות דרכו
לעשות תנועות זרות. וז״פ וירא העם וינועו
שעשו תנועות הוא סימן ויעמדו מרחוק שעדיין
רחוקים מהשי״ת.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 7:19 pm
דורך געוואלדיג
גטראפן דא עמוד ג' די צוויטע ווארט א הערליכע ווארט שפתים ישק

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 5:58 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
http://youtu.be/Wc9wcmAi-LQ

פארוואס, וויל זיך אפטמאל פרעגן, פעלן זיך אויס אזויפיל הלכות, מצוות, איסורים? וואלט דען נישט געווען געשמאקער צו זיין פשוט רוחניות'דיג באשר הוא שם, ווי מ'איז, און אן די אלע צוגעהערן איבער וואס יא און נישט צו טאן?

איז דער תירוץ אז דאס אלעס, רוחניות און ספיריטואליזם, איז גוט און אמת אויף יענער וועלט. דא, אינעם עולם העשיה, דארף זיין ביידע. ספיריטואלע איבערלעבענישן זענען געהויבן און געשמאק, אבער זיי מוזן קומען אין א ראם, אין א כלי. אזוי ארבעט די וועלט; דאס איז דער תכלית פון זיין דא.

"ואלה המשפטים - מוסב על הראשונים." אויך די מצוות, אריינגערעכנט די וואס קענען אויסזען אומ'שכל'דיג, זענען א המשך צו יענער געוואלדיגער איבערלעבעניש וואס אידן האבן געהאט ביים בארג. ס'איז א המשך אהער, אין דער וועלט אריין, ווייל די וועלט דארף גבולים און כלים. אנדערש וואלטן די נשמות געקענט בלייבן אין יענער רוחניות'דיגער דימענסיע, וואו ס'איז טאקע זיס און פיין, אבער אן קיין מעגליכקייט פאר שינוי און שטייגן.

נשלח: דינסטאג פעברואר 24, 2015 5:10 pm
דורך געוואלדיג
בס"ד
שמעתי מידיד אחד, ומחמת חביבותיה העתקתיו, וכך אמר, אי' במשנה (פאה א, א) [הנאמרת בכל יום] אלו דברים שאין להם שעור הפאה והבכורים וכו', מהו אין להם שיעור?

וכי אפשר לומר שכל שדהו יהיה פאה? או כל שדהו ביכורים, הרי זה ברור שלא זהו הכוונה של אין להם שיעור שיכול ליתן עד כמה שרוצה, וכן לפרש שאפי' מעט גם טוב, זה גם א"א לומר, כי ת"ת כתיב ביה והגית בו יומם ולילה.

אלא אפשר לומר בדרכי העבודה בדרך זו, שהתנא בא להשמיעינו בדרך אגב, שכמו מצות פאה וביכורים אין להם שיעור כמה, אבל הצד השוה שבהם שיש להשאיר חלק לצרכו ולצורך משפחתו, דבלאו הכי לא קיים המצוה כלל.

כמו"כ הוא בלימוד התורה, אמנם צריך לקיים והגית בו יומם ולילה, אבל יזכור האדם שגם יש לעשות 'צרכיו האנושיים ודרך ארץ הצריך לכל אחד ואחד, ולא לרוץ כל היום לעשות מצוות ומעש"ט גמ"ח עם אחרים, דאם לא ישאיר חלק לצרכו ולצורך משפחתו, לא קיים המצוה.

כך אמר לי ידידי הנ"ל, ומחמת חביבותיה רשמתיו למזכרת.

נשלח: דינסטאג פעברואר 24, 2015 9:54 pm
דורך ווארט זאגער
זייער שיינע ווארט. אבער לגבי פשט אין משנה, פאה האט נישט קיין שיעור מה"ת ואפילו מעט היא טוב כמבואר בר"ב וכן לעשות כל שדהו פאה לר"ש הוי פאה בדיעבד אף שלא מניחין כלום לעצמו ולר"י צריכין להניח רק קלח אחד. און ת"ת מבואר בש"ך בה"ל ת"ת אז הבעלי בתים שטרודין על המחי' ועל הכלכה יוצאין חיוב והגית בקריאת שמע שחרית וערבית. ביכורים יש לדון מהו נקרא ראשית אם דינו כפאה או לא.
אבל בכל אופן די ווארט איז שיין ס'דא א חסידיש ווארט ואנשי קודש תהיון לי מענטשליך הייליג.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 6:14 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
http://youtu.be/lgSvybeSYRA

מרדכי הצדיק איז געווען "רצוי" נאר "לרוב אחיו." חז"ל זאגן אונז, אז טייל פון די גדולי ישראל אין יענער צייט האבן זיך פון אים אפגעטיילט. זיי האבן געזען אז ער איז מער נישט דער לערנען און עוסק בתורה, נאר איז מער פארנומען מיט עסקנות; האבן זיי זיך פון אים אפגעלאזט.
זאגט דערויף רבי מאירל פרעמישלאנער: "לרוב אחיו," די גרויסע פון זיינע ברידער, זיי זענען יא געווען מרוצה פון אים. די גרויסע האבן פארשטאנען אז דאס גדלות פון א מענטש ליגט נישט אזוי ווייט אין וויפיל ער לערנט, נאר וויפיל ער איז גרייט צו טאן כדי צו העלפן א צווייטן איד. מרדכי איז געווען וויליג איינצושטעלן אלעס כדי צו ראטעווען אנדערע אידן און דערפאר זענען די גרויסע אידן פון יענעם דור געווען צופרידן מיט אים.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 6:19 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
http://youtu.be/5FeZt9mMP9M

עס מאכט זיך אז א מענטש באגייט טעותים אין לעבן. ער טוט עטליכע נישט ריכטיגע שריט, און טרעפט זיך דערנאך געצוואונגען זיך אפצוגעבן מיט די תוצאות פון זיינע אקטן. ער פרובירט אויסגלעטן וואס ער האט קאליע געמאכט, און נעמט שריט צו פארבעסערן דעם מצב. למעשה טרעפט ער זיך דערנאך אין א נאך גרעסערן פלאנטער, אין א טיפערן זומפ. עס גייט דורך נאך אביסל צייט, און אט כאפט ער א בליק אויף צוריק און זעט פלוצלינג אז קוקנדיג אויפ'ן גאנצן בילד שטימט אלעס א מחיה! יעדע זאך וואס איז געשען, האט געהאט א חשבון און אנדערש וואלט עס אפילו נישט געקענט זיין.
דאס איז די געשיכטע פון פורים, אין א ווארט...

נשלח: מאנטאג מערץ 16, 2015 5:48 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
https://www.youtube.com/watch?v=Y47p372HmF8

דוד המלך זינגט: "שבתי בבית השם כל ימי חיי ... ולבקר בהיכלו." פרעגט זיך א קשיא, דער גרויסער קעניג אונזערער איז זיך לכאורה סותר. פריער זאגט ער אז ער וויל זיצן ווי א תושב, און דאן פירט ער אויס אז ער וויל בלויז "באזוכן"?

דער פשט איז נאר, אז א תושב, עמיצער וואס וואוינט בקביעת אויף א פלאץ, וועט בדרך כלל נישט האבן די זעלבע איבערלעבענישן פון דעם נעמליכן פלאץ ווי עמיצער וואס קומט אהין אויף א באזוך. דוד המלך האט געבעטן דעם אויבערשטן אז ער זאל האבן די זכי' צו תמיד וואוינען בבית השם, אבער פילן די איבערלעבעניש פון א באזוכער.

(דער יונגערמאן אינעם קליפ איז הרב ברוך יודא לעבאוויטש, א זון פון ניקלשבורגער רבי'ן שליט"א - וועלכער האט זיך באזעצט אין ארץ ישראל פון מאנסי מיט א שטיק צייט צוריק.)