בלאט 10 פון 29
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 7:36 am
דורך איך אויך
ביי אונז זינגט מען עס נישט אבער נישט מטעם דער קריסט? נאר וועגן א שאלה לגבי בענטשן.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 9:55 am
דורך נהורא נפישא
יא, טייל פוסקים זעהן א פראבלעם דאס צו זינגן פאר ברכת המזון, ווייל די זמר איז מיוסד אנטקעגן די פיר ברכות פון ברמה"ז. און זיי זעהן א פראבלעם אז מעגליך אז מ'האט שוין יוצא געווען דערמיט די חיוב.
ישמעאל, וויזניץ האט אריינגעברענגט אין זייער רעפוטאר מערערע פאלקס מעלאדיעס.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 10:17 am
דורך ישראל קאפקע
נהורא נפישא האט געשריבן:ישמעאל, וויזניץ האט אריינגעברענגט אין זייער רעפוטאר מערערע פאלקס מעלאדיעס.
ריכטיג אבער איבער דעם ניגון ספעציפיש זע איך לגמרי נישט די בעיה,
עס איז דאך אין ערגסטן פאל א אידישע קלעזמער ליד, און נישט פון א גויאישן מקור,
עס קומט פון די ערשטע אלבום פון א קאנאדישע קלעזמער גרופע גערופן 'די פליענדע בולגארס' וואס איז געגרונדעט געווארן הערשט אין סוף ניינצן אכציגער, דער ניגון רופן זיי 'קאנדעל'ס הארא', אויף וואס איך קען נישט געפונען קיין שום אינפארמאציע אויפן נעט, חוץ אז עס איז גאנץ פאפולאר מיט פילע רעקארדירונגען,
אגב עס איז א שיינער ניגון, וואו קען איך הערן די וויזשניצער (ווי עס קוקט אויס אריגינאלע) ווערסיע?
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 10:50 am
דורך איחוד פעלד
כאילו טאמער זאלסטו מוזען מודה זיין אז די ניגון קומט פין די ראמעינער איז עס א וועלטס פראבלעם..
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 11:18 am
דורך ישראל קאפקע
איחוד פעלד האט געשריבן:כאילו טאמער זאלסטו מוזען מודה זיין אז די ניגון קומט פין די ראמעינער איז עס א וועלטס פראבלעם..
ניין וויזשניץ האט אסאך אונגארישע, ראמענישע, און ציגאנערישע ניגונים, אבער דער ניגון איז גראדע נישט פון א נישט אידישן מקור.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 11:22 am
דורך נהורא נפישא
ס'איז מסתבר אז ס'איז נישט אידיש ווייל די הארא'ס זענען פאלקס טענץ
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 11:31 am
דורך נהורא נפישא
ישראל, דא האסטו א מארמארישע איד זינגט דאס
[url]http:// צור משלו אכלנו - בנוסח חסידות ויז'ניץ:
http://youtu.be/hsa1qSf2LAA[/url]
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 11:41 am
דורך ישראל קאפקע
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 5:13 pm
דורך berlbalaguleh
נהורא נפישא האט געשריבן:ישראל, דא האסטו א מארמארישע איד זינגט דאס
[url]http:// צור משלו אכלנו - בנוסח חסידות ויז'ניץ:
http://youtu.be/hsa1qSf2LAA[/url]
נהורא נפישא: ייש"כ. הערליך שיין. וואונדערבאר. איך האב באקומען אן התעוורות צו קוקנדיג די שיינע סצענע
אבער לפי שיטת עטליכע הייליגע אידן אשר אני לא רוצה לפורטם בשמותיהם, טאר מען אויף דעים קליפ (ר"ל) נישט קוקן און נישט הערן.) ערשטנס דער טאטע און דער זון זינגען אויף די שפה הטמאה עברית, ר"ל מהאי דעתא. צווייטנס, דער זון איז דאך א מאדערנער. ער זעיט מיר אויס ווי א מזרחי'סט. און ער גייט זיכער (אדער איז געגאנגען) אין טמא'נעם מיליטער פון מדינת ישראל. צה"ל...
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 5:25 pm
דורך ישמעאל הכהן
ר' בערל במחילת כבודו גייט איר צו אן שטארקן עקסטרעים. זיי זענען נאכאלעם וואוילע אידן, און אפילו ס'איז אמת וואס דו רעכנסט אויס אז זיי זאלן האבן געטון זענען זיי דאך תינוקות שנשבו אויף וואס זיי זענען גארנישט שולדיג.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 5:26 pm
דורך berlbalaguleh
ישראל קאפקע: ייש"כ. איך קען זיצן שעות און הערן אזעלכע הערליכע ניגונים. אבער איך בין מסופק אויב דאס איז געווען ביים שאצער רבי'ן. ס'זעהט אויס א סטעידזש מיט די גאנצע קלאפערגעצייג. א סקרין און ספאטלייטס...!
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 7:19 pm
דורך איך אויך
ישראל און ר' בערל עטץ האטץ נישט פארשטאנן דעם קעפל . מוסה שפילט א ניגון וואס הייסט 'ביים שאצער רבין' זעה די דיסקריפשן דארט 'אויך באקאנט אלס א וויזניצע חסידישע ניגון אויף צור משלו אכלנו'.
און גוגל פארציילט אונז אז דער ניגון הייסט 'ביים שאצער רבין אויף שבת'. דארף מען אויסגעפונען צו עס האט געהאט אידישע ווערטער.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 8:40 pm
דורך Chasidishmashpia
נו? יש עוד חידושים?
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 8:56 pm
דורך ישראל קאפקע
איך אויך האט געשריבן:ישראל און ר' בערל עטץ האטץ נישט פארשטאנן דעם קעפל . מוסה שפילט א ניגון וואס הייסט 'ביים שאצער רבין' זעה די דיסקריפשן דארט 'אויך באקאנט אלס א וויזניצע חסידישע ניגון אויף צור משלו אכלנו'.
און גוגל פארציילט אונז אז דער ניגון הייסט 'ביים שאצער רבין אויף שבת'. דארף מען אויסגעפונען צו עס האט געהאט אידישע ווערטער.
וועלכע מהדורה און וועלכע דף אין גוגל? איך האב עס נישט געפונען.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 9:15 pm
דורך יואליש
ישראל קאפקע האט געשריבן:נהורא נפישא האט געשריבן:ישמעאל, וויזניץ האט אריינגעברענגט אין זייער רעפוטאר מערערע פאלקס מעלאדיעס.
ריכטיג אבער איבער דעם ניגון ספעציפיש זע איך לגמרי נישט די בעיה,
עס איז דאך אין ערגסטן פאל א אידישע קלעזמער ליד, און נישט פון א גויאישן מקור,
עס קומט פון די ערשטע אלבום פון א קאנאדישע קלעזמער גרופע גערופן 'די פליענדע בולגארס' וואס איז געגרונדעט געווארן הערשט אין סוף ניינצן אכציגער, דער ניגון רופן זיי 'קאנדעל'ס הארא', אויף וואס איך קען נישט געפונען קיין שום אינפארמאציע אויפן נעט, חוץ אז עס איז גאנץ פאפולאר מיט פילע רעקארדירונגען,
אגב עס איז א שיינער ניגון, וואו קען איך הערן די וויזשניצער (ווי עס קוקט אויס אריגינאלע) ווערסיע?
דא פארציילט א פערפארמער אז די ניגון הייסט "קאנדעל'ס הארא" על שם
הערי קאנדעל, א גרויסער קלעזמער מוזיקאנט, א איד, וועלכער האט פארפאסט דעם ניגון אים 1918. הערי איז געווארן פראפסיאנאלע טרענירט אין מוזיק אין אן אדעסא מוזיקאלישע שולע. געבוירן אים 1885 אין לעמבערג פון ווי ער האט עמיגרירט קיין אמעריקע און געווארן א קלעזמער שטערן.
דא קענט איר געפינען געניג פון זיינע אריגענעלע רעקארדירונגן, אריינגערעכענט ניגונים מיטן נעמען ווי "בוקארעסטער בולגאר", "די חסידים פארן צום רבי'ן", "א אידישע חתונה", און "ברוגז טאנץ."
Harry Kandel.jpg
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 10:23 pm
דורך berlbalaguleh
ישמעאל הכהן האט געשריבן:ר' בערל במחילת כבודו גייט איר צו אן שטארקן עקסטרעים. זיי זענען נאכאלעם וואוילע אידן, און אפילו ס'איז אמת וואס דו רעכנסט אויס אז זיי זאלן האבן געטון זענען זיי דאך תינוקות שנשבו אויף וואס זיי זענען גארנישט שולדיג.
ר' ישמעאל: אנטשולדיג. אבער דו נעמסט נאך מיינע תגובות אין די עניינים "עט פעיס וועליו". דו כאפסט נישט די סארקאסטישע אונטערלאגע און דעם טאן פון מיין שרייבן... איך שרייב דאך "לויט געוויסע הייליגע אידן"...אין איך פאררעכן מיך זיכער נישט אלס איינער פון זיי...
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 10:44 pm
דורך ישמעאל הכהן
berlbalaguleh האט געשריבן:ישמעאל הכהן האט געשריבן:ר' בערל במחילת כבודו גייט איר צו אן שטארקן עקסטרעים. זיי זענען נאכאלעם וואוילע אידן, און אפילו ס'איז אמת וואס דו רעכנסט אויס אז זיי זאלן האבן געטון זענען זיי דאך תינוקות שנשבו אויף וואס זיי זענען גארנישט שולדיג.
ר' ישמעאל: אנטשולדיג. אבער דו נעמסט נאך מיינע תגובות אין די עניינים "עט פעיס וועליו". דו כאפסט נישט די סארקאסטישע אונטערלאגע און דעם טאן פון מיין שרייבן... איך שרייב דאך "לויט געוויסע הייליגע אידן"...אין איך פאררעכן מיך זיכער נישט אלס איינער פון זיי...
אה... זענען מיר דאך יא אויף איין בלאט
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 11:45 pm
דורך [NAMELESS]
אינטערסאנט איך זעה קיינער האט עס נאכנישט ארויפגעברענגט. צוויי זייער באקאנטע ניגונים וואס פארט עפעס זייער גוט אריין איינס אין צווייטן אריין אזש אז מען דארף צומאל שטארק אנכאפן ביים רעדל נישט צו פארפארן.
"הגלה נא" פון משה גאלדמאן
"מיין שטעטעלע בעלז"איי איי איי בעלז, מיין שטעטעלע בעלז, ופרוס חביבי עלי, את סוכת שלומך.
הגלה נא, מיין שטעטעלע בעלז, מיין היימעלע דארט וואו איך האב מיי/את סוכת שלומך.
אגב, די ניגון "בעלז" האט קיין שום שייכות מיטן שטאט וואס מיר קענען פון די בעלזע רביים און חסידים. די מדובר איז פון "בעלץ" (Bălţi) אין בעסאראביע. דארט איז געבוירען אין אויפגעצויגן געווארן די בארימטע זינגערן איזא קרעמער. האט אין 1930 יענקל יאקאבאוויטש, א יידישע טעאטער דירעקטער געשריבן דאס ליד לכבודה. די מעלאדי האט פארפאסט אן אנדערער יידיש-טעאטער שטערן אלעקסנדר אולשענעצקי. (קען זיין אז אין "בעלז" האט מען אויך געווארפן שטיינער אום שבת, אבער נישט אין טייך...)
אין 1935 איז שוין דאס ליד געווען אזוי פאפולער אז זי ארויס אויף די פולישע שפראך מיטן
"Miasteczko Bełz". (Miasteczko אין פוליש איז טייטש "שטעטל", אויך באקאנט פון אן אנדערע יידישע טעאטער ליד
"מעסטעטשקאָ ליאַדעניו" אדער ווי טייל רופן איר "די פינטעלע ניגון")
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 10:28 am
דורך איך אויך
עס איז מיר שוין לאנג באקאנט אז די ניגון מיינט בעלץ/בעלז שבבעסעראביא און נישט בעלזא שבגאליציע אבער דער פוילישן ווערסיע איז מיר א חידוש.
וואס איך פארשטיי נישט איז אז בעלץ איז דאך אין בעסעראביע ווי מען האט גערעדט ראמעניש (אפילו פאר די קריג) איז ווי קומט א פולישע ווערסיע דערויף?
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 11:33 am
דורך [NAMELESS]
דאס ליד איז געשריבן געווארן אין פולין דורך יאקאבאוויטש פארן סטעדש "דאס ליד פון דער געטא" און געשפילט ערשט אין די ניו יארק אפערע אום 1932, נישט אין מאלדאווע. יאקאבס האט איר נאר געשריבן אויף "בעלץ" לכבודה פון קרעמער, זי האט שוין אויך דעמאלס לאנג נישט געוואוינט אין ראמעניא. זי איז דאכט זיך דעמאלס געווען אין איטאליע אדער שוין אין אמעריקא. (קרעמער איז געווען די הויפט שפילערן אין "דאס ליד פון דער געטא" פלעי, זי אליינס האט אבער נישט געזינגן דעם "בעלז" ווי ווייט איך ווייס)
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 1:21 pm
דורך berlbalaguleh
כעלם'ער מגיד: ייש"כ פאר ערקלערן דעם חילוק. און אז מ'רעדט דא פון צוויי באזונדערע שטעטלעך. ווייל א יעדער, ספעציעל חסיד'ישע אידן האבן אין זייער הינטערבאוואוסטזיין (סוב-קאנשיעס) אן אימעדזש, א בילד פון בעלזא, אלס שטארק חסיד'ישע שטאט, כדוגמת די בעלזער רביים.
איך האב אמאל געהערט אן אנדער'ן הסבר. אז די שטאט בעלזא, אין גאליציע איז עכט געווען א זייער מאדערנע שטאט. און דאס האט אויך צו טון מיט דעם פאקט אז די בעלזער רביים ווערן אנגערופן "רב" אנשטאטס "רבי". ווייל די מאדערנע און נישט זייער פרומע שטאט'ס מענטשן האבן געקענט באשטיין אז די בעלזער רביים זאלן פיהרן רביסט'ווע פאר זייערע חסידים, אבער נישט זיין שטאט'ס רב. זיי האבן ענדערש געוואלט א מאדערנעם מענטש פאר זייער רב. פארדעם האבן זיך געשטעלט די רוקח משפחה און זייערע אנהענגערס אז זיי זאללן דוקא יא זיין די רבנים אין שטאט.
אבער דיין הסבר, אז מ'רעדט דא פון צוויי באזונדערע שטעטלעך איז מער לאגיש, און גרינגער צו פארשטיין...!
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 1:38 pm
דורך [NAMELESS]
דער נאמען רבי/רב האט נישט דווקא מיט די שטאטס לייט, דאס וואס אונז ווייסן אלץ פון די בעלזע רביים איז כמעט נאר פון די חסידים און אויף זיי האט קיינער נישט געהאט קיין שליטה ווי זיי זאלן רופן זייער רבי. די סיבה פארוואס דער טיטול "רב" איז אומערסטענס אין באניץ אין בעלז איז פשוט פארדעם ווייל דער רבי איז געווען רב אין בעלז, נישט סתם נאך א רבי וואס האט פונקט געוואוינט אין בעלז. אזוי פלעגט מען רופן א רבי וואס איז אויך געווען א רב, ס'האט בכלל נישט געהייסן א פחיתות הכבוד. די סיבה פארוואס די אונגערישע סארט רבנים רופט מען טייל מאל יא רבי איז דערפאר ווייל זיי האבן געהאט ישיבות און די סדר און אונגארן והגלילות איז געווען אז תלמידים האבן גערופן דעם רב/ראש ישיבה, רבי און אסאך מאל איז ער שוין אזוי פארבליבן לזכרון עולם.
וויאזוי פונקטליך "בעלז" האט אויסגעזעהן און די גוטע יארן קענסטו ליינען אין דעם בעלז'ן
יזכור בוך
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 1:46 pm
דורך איך אויך
ר' בערל ,במחילת כבודכם איז אייער השערה סתם הוידל בוידל.