בלאט 10 פון 19
נשלח: פרייטאג יאנואר 28, 2022 3:01 pm
דורך בן נון
תרמב האט געשריבן:שכח פארן מסבירן, הגם ווי מער דו רעדסט, פארשטיי איך נישט נאך ווערטער און מושגים אבער איך וועל דיר נישט משוגע מאכן, איך ווינדער זיך נאר פון ווי דו האסט אזויפיל צייט צו זעהן אזוי סאך, און נאך געדענקען אויך, אפשר ביזטו סך עלטער פון מיר....
אז מ'רעדט שוין, איך האב לעצטנס געזעהן די ערשטע פאר שטיקלעך פון די אכטע סיעזאן, זיי זענען דארט ביזי מיט ווייסע פריוויליזש און שנאה קעגן די פאליס דעפארטמענט ווייל זיי טשעפענען די שווארצע, סהאט ממש פארלוירן די גאנצע חן, זיי האבן זיך געטוישט פון א קאמידיע שאו צו א מוסר שמועס.
איך האב יעצט געהאט די זעלבע זאך מיט א סעריעס גערופן מעקגייווער פון CBS ווי די ערשטע פאר סיזענס זענען זיס אבער שפעטער אריין קומט די מסור איבער גלאבל ווארמינג ראסע גלייכבארעכטיגינג דיפאנד דע פאליס און אלע אנדערע ליבעראלע שיטות אז עס האט מיר ממש פארעקלט
#לינקע מידיע אגענגעס
נשלח: מיטוואך פעברואר 02, 2022 4:46 pm
דורך סאנטיאגא
די באורד מעמבערס פון נעטפליקס ווערן אינטערוויאוט אויף די פערדע קווארטל פארדינסטן קאל איבער די לעצטע אנטוויקלונגען אינערהאלב די קאמפעני.
איך האב דאס געזעהן ווייל איך פאלג נאך די סטאק מארקעט נייעס, אבער כ'טראכט שטיקלעך דערפון קען אויך זיין אינטערסאנט פאר טעלעוויזיע פענס. בערך די ערשטע 20 מינוט. איך בין מודה על האמת, בעפאר די פאנדעמיע עפאכע פלעג איך זיי היבש אונטערשאצן, לעצטנס מיט די אלע נייע אינטערנאצינאלע שאו'ס, און נאך עטליכע פאקטארן האב איך אינגאנצן געטוישט מיין בליק אויף זיי, ווערסוס די אנדערע לייבן אין די סטרימינג אינדוסטרי. הגם ס'איז די זעלבע פיעלד ווי לאמיר זאגן פריים, אדער הולו, אלס א ביזנעס מאדל איז עס פארט אנדערש, זיי טראכטן היבש ברייטער
https://youtu.be/tGGThGUZp4g
נשלח: מיטוואך פעברואר 02, 2022 9:04 pm
דורך תרמב
דו רעדסט זייער בקיצור, ברענג דיך בעסער ארויס אביסל מער באריכות.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 03, 2022 1:53 pm
דורך קידוש
פון צייט צו צייט גלייך איך צו וואטשען א TV show,
עס ברויכט האבען רעאליסטישע עקשען, אין נישט קיין לאנגע ליינווייליגע דיסקאסיעס,
מיינע בעסטע שאוס איז געווען S W A T און Blindspot
עני רעקאמענדאציע?
נשלח: דאנערשטאג מערץ 03, 2022 2:08 pm
דורך קהל'ס נער
קופה ראשית
די ערשטע 2 סיזאנס זענען אייזען, מען רייסט זיך פאר געלעכטער, אזש מען קען נישט אטעמען.
די דריטע איז אבי געשאסען.
נשלח: פרייטאג מערץ 04, 2022 4:05 pm
דורך סאנטיאגא
קידוש האט געשריבן:פון צייט צו צייט גלייך איך צו וואטשען א TV show,
עס ברויכט האבען רעאליסטישע עקשען, אין נישט קיין לאנגע ליינווייליגע דיסקאסיעס,
מיינע בעסטע שאוס איז געווען S W A T און Blindspot
עני רעקאמענדאציע?
ס'איז דא א נייע שאו The End Game
קוקט אויס ענליך צו ניקיטע. Blindspot האב איך קיינמאל נישט אויסגעטשעקט נאר אזוי אויבנאויפיג, באט ס'איז אין די משפחה.
https://www.tvguide.com/amp/news/shows- ... azon-hulu/אויב האסטו נאכנישט געזעהן, ברעקינג בעד איז א שאו וואס יעדער איד דארף קענען ישר והפך. סתם צו וויסן וואס גוטע טעלעוויזשן איז, און "קען" אויסקוקן
נשלח: מוצ"ש מערץ 05, 2022 5:28 pm
דורך [NAMELESS]
אין די יעצטיגע טעג טוה איך פארענדיגן די אכטע סעזאן פונעם שאו ׳שיקאגאו פאליציי דעפארטמענט׳:
די ערשטע זיבן סעזאנען זענען געווען א נחת. איך האב עס געוואטשט מיט אן ערליכקייט יעדע נאכט בעפארן איינשלאפן, און עס האט מיר באמת געגעבן שעות פון קורת רוח. פארשטענדליך אז איינע פון די הויפט פאקטארן איז געווען אז עס יעדע עפיזאד באזונדער האט א סטאריליין פאר זיך, און דערפאר איז עס אינטערסאנט געווען אויך פאר מיין ווייב וואס זי איז נישט אזוי ערליך געווען אינעם וואטשן דעם שאו. אבער אויך האט עס א גרויסע לאנגע סטאריליין וואס ציהט זיך פונעם ערשטן סעזאן ביז יעצט.
למעשה איז די אכטע סעזאן געפארן נישט גוט, קעווין, דער געשמאקער קאפ איז פארוואנדלט געווארן אין א בלעק לייווס מעטער פארערער, און ער האט זיך גענומען שטעלן פיסלעך פאר זיינע אויבערהארן. דא האב איך שוין נישט געהאט קיין נערוון צו קוקן ווייטער, פשוט ווייל איך בין געווען געוואוינט צו מיין שיקאגא פי. די. און מיינע אפיצירן וועמען איך האב פערזענליך געקענט (אויפן סקרין פארשטייט זיך).
יעצט ווענד איך זיך צו אחי ורעי, איז דא עפעס א גוטע שאו בדומה לו?
נשלח: זונטאג מערץ 06, 2022 4:21 am
דורך תרמב
ברוקלין ניין ניין האט ממש עקזעקט די זעלבע אישו, פאליציאנטן פארברענגען געשמאק ביז די אכטע סיעזאן ווערט אלעס בלעק לייוו מעטערס און ס'פארלירט די גאנצע טעם.
נשלח: זונטאג מערץ 06, 2022 9:41 pm
דורך שמן למאור
קידוש האט געשריבן:פון צייט צו צייט גלייך איך צו וואטשען א TV show,
עס ברויכט האבען רעאליסטישע עקשען, אין נישט קיין לאנגע ליינווייליגע דיסקאסיעס,
מיינע בעסטע שאוס איז געווען S W A T און Blindspot
עני רעקאמענדאציע?
פראביר fbi אדער FBI international אדער 9-1-1
נשלח: מאנטאג מערץ 07, 2022 7:32 am
דורך מונטסורי
איינער דא האט שוין געוואטשט ״גילמאר גירלס״? כ׳בין אנגעקומען דערצו נאכן פארענדיגען די פאריגע סיזאן פון ״די וואונדערליכע מרס. מייזל״ און כ׳האב געזוכט נאך פאלאדינא סחורה. די דראמא-קאמעדי פאלגט נאך א סינגעל מאמע מיט איר טאכטער און א קליינע שטעטל פול מיט אינטערעסאנטע טיפן. די שוי איז לייכט געשמאק נאריש און פאני, געאייגענט צו וואטשען מיט די אשת חיל נאך א שווערע טאג ארבעט.
נשלח: מאנטאג מערץ 07, 2022 9:46 am
דורך טאמבל סאס
איך האב אקארשט געוואטשט די ערשטע עפיזאד פון די ערשטע סיזאן פון מרס מעיזל. ס'איז גוט.. ס'איז פאנני. כ'הער שוין אזוי לאנג יעדעם רעדן דערפון און לעצטנס האב איך געלייענט די ארטיקל פון די טורס אין וויליאמסבורג אין דער וועקער האב איך געזען ווי מרס וויזל זאגט גוטס אויף מרס מעיזל האב איך געטראכט לאמיך עס אויסטשעקן. נו, נישט שלעכט.
נשלח: מאנטאג מערץ 07, 2022 11:43 am
דורך פרייליכע יוד
בענבען האט געשריבן:איז דא עפעס פרישע גוטע ישראלישע סחורה?
בת השוטר
פמתא
אותונומי'
שטיסל
כיפת ברזל
בלקספייס
בעלת החלומות
זגורי אימפרי'
שבאבניקים
פאודה
המדרשה
סרוגים
תאגד
די אלע האב איך שוין געוואטשט ועוד
איך זוך נאך
כפולים עס איז אלט אבער זייער גוט
נשלח: מאנטאג מערץ 07, 2022 9:22 pm
דורך מונטסורי
טאמבל סאס האט געשריבן:איך האב אקארשט געוואטשט די ערשטע עפיזאד פון די ערשטע סיזאן פון מרס מעיזל. ס'איז גוט.. ס'איז פאנני. כ'הער שוין אזוי לאנג יעדעם רעדן דערפון און לעצטנס האב איך געלייענט די ארטיקל פון די טורס אין וויליאמסבורג אין דער וועקער האב איך געזען ווי מרס וויזל זאגט גוטס אויף מרס מעיזל האב איך געטראכט לאמיך עס אויסטשעקן. נו, נישט שלעכט.
יוא, פליז, נישט שלעכט? גאו עהעד, וואטש ס׳איבריגע און זאג מיר צו די ביסט נישט הוקט צו מויש, עיב, אדער סוזי. כ׳וואטש נישט קיין סאך, אבער פון די ביסל קאמעדי דא דארט איז דאס מיין פעיוואריט דערווייל.
נשלח: מאנטאג מערץ 07, 2022 10:33 pm
דורך אבשלום בן מעכה
היהודים באים האט אנגעהויבן מיט נאך אן עונה. ווער קען ברענגען די ערשטע צוויי עפיזאדן? - כ'וועל אים דאנקבאר זיין.
Re: טעלעוויזיע סעריעס
נשלח: דינסטאג מערץ 08, 2022 8:15 am
דורך מיד ווי א בוים
אויב קענסטו אביסל אויסשמועסן בערך פון וואס רעדט זיך עס
Sent from my SM-G973F using Tapatalk
נשלח: דינסטאג מערץ 08, 2022 5:31 pm
דורך אבשלום בן מעכה
זיי עס אליין בודק. היהודים באים... וועסט נישט אויפהערן צו לאכן.
ווער וויל מיר טון די טובה, און אפירברענגען די לעצטע צוויי עפיזאדן, פון עונה 5 פרקים 1 און 2.
נשלח: מיטוואך מערץ 09, 2022 1:11 am
דורך קהל'ס נער
אפגעוואטשט "אוטונומיה" זייער גיט אראפגעלייגט די היפאקריסי פון די אדמו"ר, די משה גבאי (איטשע) קאפ און וואנט עקסטרעמיזם, די אדמו"ר'ס איידעםס חשבונות כדי צי איבערנעמען די כסא המלוכה, די רעביס טאכטער וואס ווייסט וועלכע ב.ס. איר טאטע איז, צו ברוידא האב איך זייער קענעקטעד די מערסטע האט מיין הארץ געריסען ווען ער קימט ציריק קיין ירושלים און ער זעיט זיין ווייב חתונה געהאט מיט זיין שלאק (כ'געדעינק נישט זיין נאמען), מיין הארץ האט געריסען ביי די מחזה......
וואס מאכט נישט קיין סענס, די וועיג וויאזוי די מעשה ענדיגט זיך, חנה'לע פאלט אריין אין ליבע אינמיטן טרעין טרעקס און שטארבט פון א טרעין קרעש, און ברוידא נעמט זיך די לעיבען אלץ פראטעסט, דעיס גייט אףף קערעקטאר און אףף סטאריליין, ס'זעיט אויס ווי די פראדוסער האט געזאגט, מאך זיכער אז ביי די זעקסטע פרק ענדיגט זיך די מעשה, במילא די שנעלסטע וועיג צי ענדיגן איז געוועין אז זיי נעמין זיך די לעיבען.....
געשריבען דורך קהל'ס דער מאווי קריטיק.
(אויב ס'דא א אשכול אויף מאווי קאמענטערי וועל איך עס גערן אריבערפירן, כ'האב נאר נישט געטראפען.)
נשלח: זונטאג מערץ 13, 2022 10:47 pm
דורך סאנטיאגא
איך פלאן נישט צו קוקן די שאו, אבער דאס קומט אריבער ווי גראבע ספוילערס און איך האלט נישט ס'איז ריכטיג. כ'מיין דא איז געמאכט סתם זיך דורכצושמועסן וואס איז אינטערעסאנט און מער בכלליות איבער טעלעוויזיע סעריעס. אבער סתם ארויסגעבן גאנצע דעטאלן אזוי פאר מתחילים? איי דאנט נאו. אפשר בין איך נישט גערעכט
אפשר וואלט טאקע געווען א גוטע געדאנק פאר אן אשכול ווי דאס, צו אימפלעמענטירן אזא פיטשער פון רעדיט (און טעלעגראם אויך לעצטנס) צו מאכן געדעכט זאכן וואס מאכט קאליע א מעשה פאר מ'האט עס געזעהן, פאר דער וואס וויל עס נאך זעהן
נשלח: זונטאג מערץ 13, 2022 11:51 pm
דורך קהל'ס נער
סאנטיאגא האט געשריבן:איך פלאן נישט צו קוקן די שאו, אבער דאס קומט אריבער ווי גראבע ספוילערס און איך האלט נישט ס'איז ריכטיג. כ'מיין דא איז געמאכט סתם זיך דורכצושמועסן וואס איז אינטערעסאנט און מער בכלליות איבער טעלעוויזיע סעריעס. אבער סתם ארויסגעבן גאנצע דעטאלן אזוי פאר מתחילים? איי דאנט נאו. אפשר בין איך נישט גערעכט
אפשר וואלט טאקע געווען א גוטע געדאנק פאר אן אשכול ווי דאס, צו אימפלעמענטירן אזא פיטשער פון רעדיט (און טעלעגראם אויך לעצטנס) צו מאכן געדעכט זאכן וואס מאכט קאליע א מעשה פאר מ'האט עס געזעהן, פאר דער וואס וויל עס נאך זעהן
איך הער דיין פוינט, אבער צי דען איז עס נישט אנגענימען איבערן וועלט צי שרייבן א מיינונג איבער א מאווי? וואס איז טאקע די ריכטיגע זאך צי טין? איך ווייס אויך נישט? וואס האלט דער עולם?
נשלח: מאנטאג מערץ 14, 2022 10:11 am
דורך [NAMELESS]
קהל'ס נער האט געשריבן:אפגעוואטשט "אוטונומיה" זייער גיט אראפגעלייגט די היפאקריסי פון די אדמו"ר, די משה גבאי (איטשע) קאפ און וואנט עקסטרעמיזם, די אדמו"ר'ס איידעםס חשבונות כדי צי איבערנעמען די כסא המלוכה, די רעביס טאכטער וואס ווייסט וועלכע ב.ס. איר טאטע איז, צו ברוידא האב איך זייער קענעקטעד די מערסטע האט מיין הארץ געריסען ווען ער קימט ציריק קיין ירושלים און ער זעיט זיין ווייב חתונה געהאט מיט זיין שלאק (כ'געדעינק נישט זיין נאמען), מיין הארץ האט געריסען ביי די מחזה......
וואס מאכט נישט קיין סענס, די וועיג וויאזוי די מעשה ענדיגט זיך, חנה'לע פאלט אריין אין ליבע אינמיטן טרעין טרעקס און שטארבט פון א טרעין קרעש, און ברוידא נעמט זיך די לעיבען אלץ פראטעסט, דעיס גייט אףף קערעקטאר און אףף סטאריליין, ס'זעיט אויס ווי די פראדוסער האט געזאגט, מאך זיכער אז ביי די זעקסטע פרק ענדיגט זיך די מעשה, במילא די שנעלסטע וועיג צי ענדיגן איז געוועין אז זיי נעמין זיך די לעיבען.....
געשריבען דורך קהל'ס דער מאווי קריטיק.
(אויב ס'דא א אשכול אויף מאווי קאמענטערי וועל איך עס גערן אריבערפירן, כ'האב נאר נישט געטראפען.)
די גאנצע סעריע איז געווען א טעות און מען האט עס שנעל אפגעענדיגט. עס האט געהאט שוידערליך נידריגע רעיטינגס נאכדעם וואס דער המון איז אנטוישט געווארן מיינענדיג אז דא קומט נאך א שטיסל.
נשלח: מאנטאג מערץ 21, 2022 6:18 pm
דורך אבשלום בן מעכה
איך פרעג נאכאמאל. קען איינער אהערברענגען די סעריע היהודים באים - עונה 5?
איך בין געבלאקט און איך וויל דאס זען...
ווער וויל זיך מתנדב זיין לכבוד ה' ולתורתו?
נשלח: מיטוואך מערץ 23, 2022 1:14 pm
דורך אבשלום בן מעכה
אבשלום בן מעכה האט געשריבן:איך פרעג נאכאמאל. קען איינער אהערברענגען די סעריע היהודים באים - עונה 5?
איך בין געבלאקט און איך וויל דאס זען...
ווער וויל זיך מתנדב זיין לכבוד ה' ולתורתו?
נשלח: דאנערשטאג מערץ 24, 2022 1:43 am
דורך Lesser
יהורם האט געשריבן:קהל'ס נער האט געשריבן:אפגעוואטשט "אוטונומיה" זייער גיט אראפגעלייגט די היפאקריסי פון די אדמו"ר, די משה גבאי (איטשע) קאפ און וואנט עקסטרעמיזם, די אדמו"ר'ס איידעםס חשבונות כדי צי איבערנעמען די כסא המלוכה, די רעביס טאכטער וואס ווייסט וועלכע ב.ס. איר טאטע איז, צו ברוידא האב איך זייער קענעקטעד די מערסטע האט מיין הארץ געריסען ווען ער קימט ציריק קיין ירושלים און ער זעיט זיין ווייב חתונה געהאט מיט זיין שלאק (כ'געדעינק נישט זיין נאמען), מיין הארץ האט געריסען ביי די מחזה......
וואס מאכט נישט קיין סענס, די וועיג וויאזוי די מעשה ענדיגט זיך, חנה'לע פאלט אריין אין ליבע אינמיטן טרעין טרעקס און שטארבט פון א טרעין קרעש, און ברוידא נעמט זיך די לעיבען אלץ פראטעסט, דעיס גייט אףף קערעקטאר און אףף סטאריליין, ס'זעיט אויס ווי די פראדוסער האט געזאגט, מאך זיכער אז ביי די זעקסטע פרק ענדיגט זיך די מעשה, במילא די שנעלסטע וועיג צי ענדיגן איז געוועין אז זיי נעמין זיך די לעיבען.....
געשריבען דורך קהל'ס דער מאווי קריטיק.
(אויב ס'דא א אשכול אויף מאווי קאמענטערי וועל איך עס גערן אריבערפירן, כ'האב נאר נישט געטראפען.)
די גאנצע סעריע איז געווען א טעות און מען האט עס שנעל אפגעענדיגט. עס האט געהאט שוידערליך נידריגע רעיטינגס נאכדעם וואס דער המון איז אנטוישט געווארן מיינענדיג אז דא קומט נאך א שטיסל.
אינטערסאנט, קוק וואס זיי שרייבען. בנובמבר 2018 זכתה הסדרה בפרס הסדרה הטובה ביותר בפסטיבל הקולנוע הבינלאומי בז'נבה.[2]