בלאט 10 פון 10

נשלח: זונטאג נאוועמבער 13, 2022 7:49 pm
דורך berlbalaguleh
אפטעמיסט האט געשריבן:רעביצין חיה מושקא ז"ל
#7
זי איז געווען א מיאוס'ע. און געגאנגען מיט די אייגענע האר. (ס'האט איהר געפעהלט דער אידישער חן און דאס איידלקייט. כאטש איהר פאטער איז געווען א גרויסער מענטש...!

נשלח: זונטאג נאוועמבער 13, 2022 7:55 pm
דורך berlbalaguleh
רויטע וואנצעס האט געשריבן:#18
הרבנית פייגע מנוחה אלטר
אשת האמרי אמת מגור, אם הבית ישראל מגור
בת הרב יעקב מאיר בידערמאן חתן השפת אמת מגור
She looks like a smart girl...!

נשלח: זונטאג נאוועמבער 13, 2022 7:56 pm
דורך berlbalaguleh
גד החוזה האט געשריבן:#14
הרבנית דבורה לאה אשת רבי יעקב ישראל טווערסקי ממילוואקי
בת רבי בן ציון הלבערשטאם מבאבוב - בעל קדושת ציון
אינאיינעם
א חשוב'ע רעביצין

נשלח: זונטאג נאוועמבער 13, 2022 8:02 pm
דורך berlbalaguleh
גד החוזה האט געשריבן:#22
שרה שנירער
זי האט א סאך אויפגעטון פאר אידישקייט. שוין. לאמיר נישט רעדן...!

נשלח: זונטאג נאוועמבער 13, 2022 8:10 pm
דורך berlbalaguleh
ימי קדם האט געשריבן:
DotCom האט געשריבן:א זעלטן בילד פון הרבנית אלטא פייגא מ'סאטמאר מיט איר שטיף טאכטער חי' רויזא
איך קען נישט קוקן אויף אזא בילד, עס זעהט מיר אויס ווי א ...... (לייג אריין וואס דו ווילסט) פאטאגאפירט זיך מיט זיין וויקטים, וד''ל.
מ'קען אפליינען די שלעכטס, קנאה און אומ-פארגינערישקייט אויף אלטע פייגא'ס פנים...!

נשלח: זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:29 pm
דורך [NAMELESS]
berlbalaguleh האט געשריבן:
אפטעמיסט האט געשריבן:רעביצין חיה מושקא ז"ל
#7
זי איז געווען א מיאוס'ע. און געגאנגען מיט די אייגענע האר. (ס'האט איהר געפעהלט דער אידישער חן און דאס איידלקייט. כאטש איהר פאטער איז געווען א גרויסער מענטש...!
אנטשולדיגט ר' בערל, מען רעדט נישט אזוי איבער אן עלנדע פרוי וואס האט נעבעך קיין קינדער נישט געהאט, נישט אזוי גוט געלעבט מיט איר איינציגסטע שוועסטער, נישט געהאט קיין שום נאענטע משפחה אויסער איר מאן, און דאך האט זי איהם מקריב געווען פאר כלל ישראל נישט האבנדיג איהם צו די האנט פון יעדן צופריה ביז די קליינע נאכט שעות.

לייג זיך ביטע אריין אין אירע שיך און זאג מיר אויב דו וואלסט עס געקענט באווייזן.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:32 pm
דורך מתבודד
ריכטיג האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:
אפטעמיסט האט געשריבן:רעביצין חיה מושקא ז"ל
#7
זי איז געווען א מיאוס'ע. און געגאנגען מיט די אייגענע האר. (ס'האט איהר געפעהלט דער אידישער חן און דאס איידלקייט. כאטש איהר פאטער איז געווען א גרויסער מענטש...!
אנטשולדיגט ר' בערל, מען רעדט נישט אזוי איבער קיין שום אידישע טאכטער, און כ''ש אן עלנדע פרוי וואס האט נעבעך קיין קינדער נישט געהאט, נישט אזוי גוט געלעבט מיט איר איינציגסטע שוועסטער, נישט געהאט קיין שום נאענטע משפחה אויסער איר מאן, און דאך האט זי איהם מקריב געווען פאר כלל ישראל נישט האבנדיג איהם צו די האנט פון יעדן צופריה ביז די קליינע נאכט שעות.

לייג זיך ביטע אריין אין אירע שיך און זאג מיר אויב דו וואלסט עס געקענט באווייזן.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 14, 2022 3:11 am
דורך berlbalaguleh
ר' ריכטיג און ר' מתבודד: די אלע זאכן און מצבים ארום איהר זענען אמת. איהר אייגענע פערזענליכע אויפפיהרונג רעפלעקטירט נישט אויף איהר פאטער און נישט אויף איהר מאן.

ס'איז דא א טאן פון אינפארמאציע איבער איהר רעליגיעזע פארפליכטונג און שטרעבונג ...(commitment)...אין א שווערע סאציאלע תקופה. דער אנהייב פון קאמוניזם אין רוסלאנד. און דערפאר האט איהר פאטער דער מהריי"צ געהאלטן זייער חשוב זיין איידעם ר' מנחם מענדל שניאורסאן. אז ער האט זי געהאלטן ביי אידישקייט. אנדערש פון איהר שוועסטער רביצין גורארי'. וועלכע איז נישט געגאנגען אין לענינגראד אוניווערזיטעט. און איז געווען אן ערליך אידיש מיידל. נאר איך וויל נישט רעדן...! אויך. איהר (רעבעצין) חיה מושקא'ס אויפפיהרונג אין די אנהייב יארן פון זייער וואוינען אין ניו יארק...!

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 14, 2022 3:18 am
דורך צפת
זי איז די איינציגסטע וואס האט דערווייל זוכה געווען צו 'ביאת המשיח', וד"ל.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 14, 2022 8:41 am
דורך [NAMELESS]
איך וויל נישט פארפירן די שמועס אבער בנוגע די האר און צודעק איז זי געגאנגען גענוי די זעלבע ווי רעביצין גורארי'. איך קען אלע אינפארמאציע וואס דו קענסט, און מסתמא מער.

Re: נשים באוהל תבורך

נשלח: דינסטאג אפריל 02, 2024 11:59 pm
דורך [NAMELESS]
די רביצין פונעם בית ישראל מגור ע"ה

Re:

נשלח: מיטוואך אפריל 03, 2024 10:37 pm
דורך אינטערסאנטער
צפור בודד האט געשריבן: מאנטאג אפריל 12, 2021 2:21 pm
חתם סופר האט געשריבן:רבי אביגדור מיללער מיט זיין כלה, אונטן אינדערמיט
(קרעדיט @RavJesseHorn)
ניטאמאל שומר נגיעה. זעט אויס מ'האט דעמאלסט נאכנישט ערפינדן דער טערמין.
אקעי, אפשר נישט, באט ווערי קלאוס.

פון ווי נעמסטו אז דאס איז געווען אלס כלה? פון די בילד זעט זי שוין אויס חתונה געהאט.