בלאט 10 פון 12
נשלח: מיטוואך יולי 14, 2021 10:53 pm
דורך berlbalaguleh
אייראפעישער חסיד: מיט דעם ביניך נישט מסכים מיט דיר. ווייל די עדיטארס דארט, אמת זיי זענען וואוילע אידן. אבער זיי האבן דאס קרומקייט אין קאפ. (אפשר שלא בכונה) אז א יעדער שמוציגער גוי איז בעסער ווי א פרייע איד. א ציוני....! און ווער ס'בארעכטיגט זיי. אדער דרוקט אויס אפילו א ביסל סימפאטיע. בטעותם מיינען זיי אז זיי טוען א גוטע זאך. זיי טוען אויף פאר כבוד שמים...לשיטתם המוטעת...!
נשלח: מאנטאג אוגוסט 09, 2021 2:06 pm
דורך אייראפעישער חסיד
.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 09, 2021 5:17 pm
דורך [NAMELESS]
איז דא א ספעציעלע ממונה צי מעסטן די הויזענס ביי די קינדער אדער די מלמדים טיען דאס?
נשלח: מאנטאג אוגוסט 09, 2021 7:28 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:איז דא א ספעציעלע ממונה צי מעסטן די הויזענס ביי די קינדער אדער די מלמדים טיען דאס?
דער שמייסער שטעקן איז א ruler וואס g&g נוצט צום מעסטן...
נשלח: מאנטאג אוגוסט 09, 2021 9:13 pm
דורך סעגאל
די אינטשעס איז מיט די פיס אדער אן?
אויב אן איז עס דיסקרימינעישן אנטקעיגן גראבע.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 10, 2021 4:34 pm
דורך תרמב
ס’איז געווען א אסיפה ביי איינע פון די סאטמארע תלמוד תורות פאר די עלטערן ווי מ’האט מסביר געווען פארוואס מ’מאכט אזא עסק פון די קליידער ביי די אינגלעך ווייל פונקט ווי פרויען גייען צניעותדיג ווייל זיי זאלן נישט ציען א אויג וויל מען נישט אז די אינגלעך זאלן ציען אויג פאר שעדליכע עלעמענטן, זיי זאגן אז שיין צוגעפיצטע אינגלעך ציען צו מאלעסטערס רח’’ל.
Re: אכשר דרא'דיגע צעטלעך פון מוסדות
נשלח: דינסטאג אוגוסט 10, 2021 6:21 pm
דורך תוהו ובוהו
תרמב האט געשריבן:זיי זאגן אז שיין צוגעפיצטע אינגלעך ציען צו מאלעסטערס רח’’ל.
און אנשטאט דעם זענען זיי פארנומען צו באשיינען און באפיצן מאלעסטערס
Re: אכשר דרא'דיגע צעטלעך פון מוסדות
נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 11, 2021 8:56 pm
דורך [NAMELESS]
בלויז היימיש שבהיימיש...

Sent from my SM-A107F using Tapatalk
נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 11, 2021 10:14 pm
דורך בן נון
שייכות מיט קאמאן קאור קודש קעריקעלם אדער פשוט'ע נייע סטרעין פון בני יואל?
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 02, 2021 11:30 pm
דורך [NAMELESS]
.
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 02, 2021 11:46 pm
דורך מצפצף
וועלכע יארגאנג?
Re: אכשר דרא'דיגע צעטלעך פון מוסדות
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 23, 2021 5:03 pm
דורך [NAMELESS]
דריידל תקנות.

Sent from my M2101K7BNY using Tapatalk
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 23, 2021 5:06 pm
דורך נפה
וועלכע מוסד?
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 23, 2021 5:14 pm
דורך קאך_לעפל
כ'מיין ליבאוויטש...
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 23, 2021 5:20 pm
דורך זרחי
גערעכט. אויך ביים כותל ממש זאגט מען "ושם נעבדך ביראה כימי עולם" און נישט "וכאן" אדער "ופה" נעבדך וכו'
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 23, 2021 5:42 pm
דורך berlbalaguleh
הרב ישראל מ. סופר האט אמאל געשריבן אז עסן דיפס אום שבת קודש איז א ציוניס'טישע זאך. ביים רעבי'ן זי"ע האט מען עס קיינמאל נישט געזעהן. די ציונים האבן עס איינגעפיהרט. (פארשטייצעך. די וועלכע האלטן שבת. די אנדערע גייען שבת שאפינג.)... האביך איהם געוואלט ענטפערן אז די רבי זי"ע איז געוען אן אונגערישער איד. און אין אונגארן האט מען טאקע נישט געגעסן די מאכלים...! אפשר קאטשאניא מיט ראפאגאש בארכעס...! גוט שבת
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 23, 2021 6:40 pm
דורך זרחי
אדרבה, געב אונז צו פארשטיין וואס איז דאס קאטשעניא און ראפאגאש בארכעס ?
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 23, 2021 9:19 pm
דורך berlbalaguleh
קאטשאניא איז די זאפט פון די פיש. דאס איז געקאכט מיט אלערליי ספייסעס. ספעציעל ווען מ'טינקט איין די פיינע, געשמאקע פרישע חלה (ראפאגאש, מיינט קריספי אויף אונגאריש). איז דאס ממש א טעם גן עדן...!
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 23, 2021 10:13 pm
דורך קהל'ס נער
זרחי האט געשריבן:אדרבה, געב אונז צו פארשטיין וואס איז דאס קאטשעניא און ראפאגאש בארכעס ?
די ווייסט טאקע נישט? איך מיין מען דארף נאכקיקען דיין יחוס.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 23, 2021 10:20 pm
דורך yn.NY
זרחי האט געשריבן:גערעכט. אויך ביים כותל ממש זאגט מען "ושם נעבדך ביראה כימי עולם" און נישט "וכאן" אדער "ופה" נעבדך וכו'
ווייל "ושם נעבדך" גייט ארויף אויף די "בית המקדש" - וואס שטייט נאך נישט.
אבער ווען איינער שטייט אויף א פלאץ ווי ס'איז געשען א גרויסע נס, און איך זאג "נס גדול היה
שם", רעד ער סתם נישט צום זאך!... ער הייבט נישט אן אריינצוטראכטן אין וואס ער זאגט! ס'האט מיט'ן צויבער ווארט "ציונות" קיין שייכות...
(נאר וואס דאן: היינטיגע צייטן האנדעלט מען ליידער מיט ראבאטס - מ'טראכט נישט!, און צו אלע צרות האט עס א שיין קלינגעדיגע נאמען, ויקרא שמו בישראל "מסורה")
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 23, 2021 10:21 pm
דורך yn.NY
קהל'ס נער האט געשריבן:זרחי האט געשריבן:אדרבה, געב אונז צו פארשטיין וואס איז דאס קאטשעניא און ראפאגאש בארכעס ?
די ווייסט טאקע נישט? איך מיין מען דארף נאכקיקען דיין יחוס.
קוקט אויס אז @זרחי שטאמט נישט פון אונזער געהויבענע און חשוב'ע אונגארישע זיידעס.
גיי לערן א (גוי)[פוילישער/גאליציאנער] (ברטנורה)[קאטשעניו]...
Re: אכשר דרא'דיגע צעטלעך פון מוסדות
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 24, 2021 1:56 am
דורך nespresso
yn.NY האט געשריבן:זרחי האט געשריבן:גערעכט. אויך ביים כותל ממש זאגט מען "ושם נעבדך ביראה כימי עולם" און נישט "וכאן" אדער "ופה" נעבדך וכו'
ווייל "ושם נעבדך" גייט ארויף אויף די "בית המקדש" - וואס שטייט נאך נישט.
אבער ווען איינער שטייט אויף א פלאץ ווי ס'איז געשען א גרויסע נס, און איך זאג "נס גדול היה
שם", רעד ער סתם נישט צום זאך!... ער הייבט נישט אן אריינצוטראכטן אין וואס ער זאגט! ס'האט מיט'ן צויבער ווארט "ציונות" קיין שייכות...
(נאר וואס דאן: היינטיגע צייטן האנדעלט מען ליידער מיט ראבאטס - מ'טראכט נישט!, און צו אלע צרות האט עס א שיין קלינגעדיגע נאמען, ויקרא שמו בישראל "מסורה")
די נגהש קומט בכלל נישט פון נס גדול היה שם עס קומט פון די געים נעם געב האלב שטעל
https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%A1%D7 ... 7%95%D7%9F
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 24, 2021 6:12 am
דורך זרחי
[quote="yn.NY"
ווייל "ושם נעבדך" גייט ארויף אויף די "בית המקדש" - וואס שטייט נאך נישט.
ביי די תפלה פון "ותערב" זאגט מען "ותחזינה עינינו בשובך ל"ציון" ברחמים ו"שם" נעבדך וכו', די ושם גייט ארויף אויף ציון. אויך זאגן מיר "שתעלנו בשמחה לארצנו" אפילו די וואס וואונען אין ארץ ישראל, איך מיין אז ס'איז נאך אסאך אזעלכע דוגמאות. חוץ פון דעם שטייט אין בני יששכר נאך טעמים פארוואס עס איז נגה"ש