הדד בן בדד האט געשריבן:איך פארשטיי נישט וואס דא טוט זיך, איר זענט ל"ע פאריקט געווארן? מען סקאורט דא איבער א טעות וואס איך האב געמאכט ווען איך האב צום ערשטן מאל נישט ריכטיג געהערט די מעשה?
יא, קודם האב איך געהערט אז מען סטראשעט מיט שיקסעס, און שפעטער ווען איך האב איבער געפרעגט דעם בעל המעשה אליינס האט ער מיר פארציילט וויזוי די סטראשע איז געווען, נישט מיט שיקסעס נאר סתם אזוי, איך ווייס וואס צו טוהן, איך האב כח, איך וועל איינזעצן דיך מיט דיינע קינדער. יא, די ווערטער זענען געזאגט געווארן פאר מישקאלצער רב און אויך פאר זיין רביצין. יעצט קום זאג מיר וויטנעס טעמפערינג.
און ווי געזאגט איז די מעשה נישט אזוי פשוט. איך האב שוין געזאגט אז דאס געזעץ איז נישט אינטערעסאנט דא, ווייל יעדער איינער ווייס אז די רעגירונג דרייט די געזעץ וויזוי זיי ווילן, און וויי איז דעם וואס פאלט אריין אין זייערע הענט (רובאשקין יוכיח). יא, איך בין געווען גערעכט (אינטערעסירט מיך נישט צו דו סקארסט מיך זירא אדער הודערט) אז מען האט זיי איינגעזעצט פאר די קעמרעס, מען שרייבט אין די מידיע פאלנע גראבע שקרים און דא זענען דא גענוג פערד וועלכע אקצעפטירן דאס און נעמען דאס אן.
הדד, איך האלט שוין מיט א שטיק צייט ווי דו פארטיידיגסט אזוי הייס, קען איך טראכטן צוויי וועגן: אדער ווייסטו גאר ווייניג איבער די דאזיגע פרשה, און ממילא ביסטו פון די וואס ווילן פארטיידיגן פאר אלע געלטער אונזער'ס א ברודער אזוי ווי מען דארף טאקע טאן. אדער האסטו טאקע אינסייד אינפארמאציע און דו ווייסט דא די קלארע מעשה (ענדערש "מעשיות"), און ביסט דא צו פארדעקן און צו פראטעקטן.
איך וועל אננעמען די ערשטע אפציע ווייל עס קוקט אויס ווי דו מיינסט עס ערנסט און וואלסט עס קלאר נישט געטאן ווען דו ווייסט טאקע וואס דא גייט אלץ פאר.
יעצט איך גיי נישט אנהייבן קיין טענהרייען איבער וואס דו ווייסט און וואס נישט, וויפיל דו ווייסט און וויפיל נישט, נאר אזויפיל וויל איך יא קלאר מאכן:
אפילו אלס איד דארף מען וויסן פאר וועם זיך אנצונעמען און פאר וועם נישט. אויב נישט, אויב וועסטו אויפבויען א קעיס און רעדן מיט די גרעסטע קאנפידענץ, דאן ווען דער ביטערער אמת וועט פראסקען אין פנים, וועט עס פיל מער וויי טון און עס וועט אויך ברענגען די "סקווערע סינדראם", אז נאכ'ן זיך עפענען די אויגן גלייבט מען שוין גארנישט. מענטשן וועלן מער קיינמאל נישט גלייבן אויף קיינעם קיין פארטיידיגונג ווייל "אויב וו. האט זיך ארויסגעשטעלט אלס אמת (און פארצייכן דיר מיינע דאזיגע ווערטער), פארוואס זאל איך עס נישט אויך גלייבן אויף פלוני און פלוני און פלוני."
און אפילו אזוי מעג מען זיך ווייטער אננעמען גענוי ווי פאר יעדן אנגעקלאגטן וואס איז אינאסענט אנטיל פראווען גילטי, אבער מיט א שיעור און נישט מיט אטאקעס אויף יעדן וואס וואגט זיך נאך צו צווייפלען אנדערש, ווי גלייך מיט די גרעסטע מאס זיכערקייט ווי מען רעדט פון סתם אן אומשולדיגן קרבן.
און אגב, די לעצטע ארעסטן זענען זייער ווייטאגליך, אבער זאלס נישט מיינען אז מען האט נישט געדארפט שיקן א מעסעדזש אז וויטנעס אינטימידעישען איז אסור, (און איך רעד פון אזעלכע וואס זייער מעשה איז נאכנישט ארויסגעקומען). עס מעג זיך אויפהערן, ווייל עס ארבעט נישט. אין 2012 זיכער נישט.
סארי פאר מיינע ווערטער. כ'האב נאך ביז יעצט קיין ווארט נישט אריינגערעדעט, און איך פלאן ווייטער נישט דא אריינצורעדן (אפילו אויב דו זאלסט אנהייבן קאכן), אבער מיין כוח המעצור האט אויך א גרעניץ.