בלאט 10 פון 10

נשלח: מאנטאג יוני 30, 2014 6:50 pm
דורך טיטאניק
די שרייב און איך וועל רעדען דיין שפראך הראוי לך :lol: :D :) ;) :P

נשלח: מאנטאג יוני 30, 2014 7:33 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דער אמת׳ער ענטפער פאר׳ן נקמה שאלה איז קל נקמות ה׳. ער קען אסאך בעסער נוקם זיין. דער תורה פאדערט נישט קיין נקמה און ברענגען א פסוק חומש אן חז׳׳ל, ראשונים וגדולי האחרונים איז סתם עמ-הארצות.
דער טויט-שטראף איז אנגענומען ביי אלע מערב-לענדער (אחוץ איינער) אלס בארבאריש. די מזרח לענדער טארען נישט זיין אונזער מוסטער. דעריבער קען מען נישט הרגנ׳ען יעדער מחבל.
אבער דער עיקר טענה קעגען אויספירען די ווילדע רע׳אגירונגען איז ווייל אונז זע׳מיר בעסער ווי דעם. אז א דור פון זעלנער וועלען אויפוואקסען אויף דער אופן, וועלען מיר נישט בלייבען בעסער ווי זיי. נו, פאר דעם האט אויסגעפעלט א מדינה אז אידען זאלען ווערען אראבער?

נשלח: מאנטאג יוני 30, 2014 11:23 pm
דורך ארטיסט
טיטאניק האט געשריבן:קאך לעפעל
איך גיי נישט דא רעדען צי דיר ווייל צי א נער א עקשן גיי איך נישט רעדען
איך רעד צים עולם וואס האט יא שכל
מענשטען קענען אננעמען די רייד פון די פאררעטער פון כלל ישראל די נטורי קרתא אבער דאס איז א חלק פון זייער אנטיסעמיטישע שטיפת מוח מאשין
די פאקטען ווייסט יעדער אז ווען מיר וואלטען זיך קעגען געשטעלט קעגען די נאציס אדער סיי אנדערע שונא ישראל וואלט מען איינגעשפארט אסאך פארגאנסענע אידיש בליט
די ציונים האבען סך הכל ציריק געהאלטען אז מען זאל נישט פארגיסען מער אידיש בליט
די אראבער האבען אינז אייביג פיינט געהאט און געמארדעט אידען
עיין ערך "שעך מאכאמעד אמין על כוסייני" http://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7% ... 7%A0%D7%99
ווי ער האט געשטיצט היטלער ימח שמו

אדער עיין ערך "חורבת ר' יהודא החסיד" ווי די אראבער האבען גערוידעפט אידען אין ירושלים מיט יארען איידער די ציונים זענען באשאפען געווארען
די ציונות איז געקימען אין א צייט ווען מען האט געשאכטען אידען ארים די גאנצע וועלט, די רעיון איז געווען צי טרעפען א עיר מקלט ווי אידען זאלען זיך ציזאמען קימען און זיך האלטען ציזאמען און זיך לערנען ווי אזוי זיך צי שיצען פון די אלע רוצחים
ליידער איז די באוועגינג פון ציונים געפירט געווארען דארעך אפיקורסים ומשומדים און דאס האט אסאך חרוב געמאכט און מאכט נאך אלץ חרוב פון די לכתחילה'דיגע רעיון
ווען די באוועגינג זאל געפירט ווערען דארעך ערליכע אידען ווי ר' מנחם זעמבא הי"ד וואלטען אסאך זאכען געווען אנדערש ומי יודע צי מיר וואלטען שוין זוכה געווען צי די גאולה שלימה
אבער ליידער ליידען אידען אין ארץ ישראל ציליב דעם וואס די פרייע האבען דארט די רוב און ציטרעטען דעם שבת קודש און אנדערע מצוות פון די תורה הק' מיט ביידע פיס און די חרון אף איז גרויס
אבער יעדער איז מסכים אז ווען מיר וואלטען ציריק געשאסען צי די נאציס אדער צי די רוסישע פראגארמירער אדער צי די ת"ח ות"ט רוצחים וואלט מען אסאך געגעקנט ראטעווען
און דאס טיען די ציונים
זיי היטען אויף אינז פון די פראי אדם די ישמעלים וואס האבען אלע יארען געראצכעט אידען

ליידער האבען די אזויגעריפענע קנאים פארטוישט די מציאות ההיסטאריע אין די סאטמערע שטיפת מוח מאשין און דאס ברענגט די פירות פון אידישע פארעעטער וואס גייען זיך קישען מיט דער רשע אין איראן און מיטשטימען מיט דאס לייקענען די שואה!
און דאס ברענגט פירות ווי משה אריה פריעדמאן
דאס איז א תוצאה פון קרימקייט אין קאפ, דער טאטע איז אביסעל קרים דער זין שוין מער און דער אייניקעל שטייט שוין אפען קאפ און די וויידעל שטעקט זיך ארויס בין עיניו


האסט געלאזט פאלן עטליכע סטעיטמענטס באזירט אויף ׳עס איז א פאקט׳ אבער דאס הייסט נישט באזירט, דאס הייסט א ׳מיינונג׳. פון וואנעט נעמסטו אז אויב מען שלאגט זיך צוריק זענען דא ווייניגער קרבנות? היסטערי זאגט אנדערש. טאקע הקדוש רבי מנחם זעמבאוי יוכיח. קודם כל דו באציסט זיך צו די ווארשע אויפשטאנד ווי גלייך אידן האבן געהארגעט טויזענטער דייטשן, און אידן האבן טיילווייז געווינען. די פאקט איז אבער, אז אידן האבן דאן מער שאדן געמאכט, און עס איז דא א ווערסיע אז ר׳ מנחם האט ניטאמאל מסכים געווען, נאר ער האט מורא געהאט מען זאל אים נישט אומברענגען.

למעשה אן אריינגיין צו די מדינה איז גערעכט איז דא מער בלוט פארגיסערייען אדער עכ״פ נישט ווינציגער. די גויים אין די וועלט האבן אונז נישט מער ליב א דאנק די מדינה נאר פארקערט. עס געפעלט מיר ווי דו שרייבסט ווי א יונגעלע, מען האט געגרינדעט א מדינה אפצושטעלן די רציחות איינמאל פאר אלעמאל. מיר וועלן ווייזן כוחי ועוצם ידי, מיר וועלן זיך נישט לאזן. אבער די פאקט פארציילט עפעס אנדערש, די רציחות שטייגט, די רציחות גייט אן אין פילסטן אימפעט. און די רעיון המדינה איז געווען שמד, פארוואס האט מען אויס גע׳שמד׳ט די תמנ׳ער קינדער? פארוואס פארציילט רמ״ב וו״מ אז די גרינדערס האבן געהאט אנדערע מאטיווען?

נשלח: מאנטאג יוני 30, 2014 11:32 pm
דורך ארטיסט
טיטאניק האט געשריבן:http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=8&t=6326
מיר גלייבען אז עס איז געווען א גזירה אבער די פאקט איז אז ביי רוב פלעצער ווי עס איז געווען א ווידערששטאנד איז געווען ווייניגער קרבנות
און ווען די ווידערשטאנד וואלט געווען גרעסער וואלט געווען ווייניגער קדושים

מיי גאש!!!!!! אזא סטעיטמענטס! וואאאפ! מען דארף האבן קוראזש צו זאגן אזא גוטס. אבער די ביטערע אמת איז טויזענטער מיילן ווייט פון די פראזע. ווי מער מען האט צוריק געשלאגן אלס מער מכות איז געגאנגען. האלסט אזא חאמאס גייט אמאל פערטיגן שיסן ראקעטס? זעט נישט אמאל אויס, זיי שרעקן זיך גאר ווייניג. און בכלל האט די היסטערי געפראווד אנדערש.

נשלח: מאנטאג יוני 30, 2014 11:36 pm
דורך ארטיסט
טיטאניק האט געשריבן:די צווייטע וועלט מלחמה האט גארנישט גארנישט גארנישט געהאט מיט די ציונים
דאס האבען די זעלבע עמלקים בני עשו די דייטשען פלאנירט און אויסגעפירט אן די הילף און שטיצע פון סיי וועמען
די זעלבע דייטשען האבען במשך אסאך דורות פארגאסען אסאך אידיש בליט אין די פארשאלטענע אייראפעאישע לענדער

אויב איז געקימען הילף פון ערעגעץ איז עס געקימען פון די בליט דארשטיגע אראבער
http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%90%D7% ... 7%A0%D7%99

רמ״ב וו״מ זאגט אנדערש ווי דיר, איך מיין ער איז געווען אביסל קלוגער פון דיר. בכלל פארוואס פאסטו א בילד פון די גרעסטער טייוול אין היסטאריע.