תשואות חן פאר שבת אחים פאר אראפ ברעגן דעם סייט
אזוי ארים קען מען דארך טון דעם נושא וואו adults
פאר די וואס קענען נישט אזוי גוט קיין ענגליש וועל איך אראפ ברענגן די נקדות וואס דער סייט וואס שבת אחים האט געברענגט, ווער עס קען איז כדי דאס דארך ציקוקען, שבת אדער סיי ווער, אויב זאג איך עפעס נישט גוט אדער איך פארפעל עפעס וואס העלפט קלאר מאכן לעצם העיין פליז העלף ארויס למען יגדיל תורה ויאדיר.
א. דער ווארט evolution ווערט זייער אסך געניצט, אבער
virus בלאבט virus -קיין איין מאל ווערט דאס נישט עפעס אנדערש (1)* אזוי ווערט דער ווארט געניצט און אלע text ביכער - און דאס איז א חלק פין דעם ברעין-וואשינג און האט נישט קיין שייכות צו נושא פין מאקרא-עוועלאשען
* א יעדער איינער איז מודה צי דעם, אפילה די סייענטיסטען וואס האלטן נישט מיט דארווין
* דאס איז ממש די זעלבע נקידוה וואו כשם שאין שני פרצופים שווים, און דער צישטעל צי דיינע און מיינע קינדער איז שוין איינמאל רעלעווענט!
ב. צוויי מהלכים וואו אזוי א virus טוישט זיך פין אביסל מער אדער ווייניגער ענזיימס וכדומה
a - איין ווייראס האט חתונה מיט אן אנדערע וויירס און אביסל פין ווייראס A קלעבט זיך אן און דעם צווייטען - און ווערט א טשאלענט
* גארנישט ניי איז ציגעקימען!
* וואו דו זאלסט אריין לייגן אביסל זאלץ אין אן אייער-שפייס -ס'איז אייביג געווען אייער און אייביג געווען זאלץ -
* און דער פאל איז דאס נאך ווייניגער און
virus בלאבט virus -קיין איין מאל ווערט דאס נישט עפעס אנדערש(2)b - פינקט וואו מיינע קינדערלעך קיינע-הארע איז א יעדער איינער עטוואס א ביסעלע פיצקי אנדערש, די
זעלבע זאך מאכט זיך אויך ביים ווייראס אז נישט אלע זענען ממש ממש גלייך.
* דאס געשעט נישט ווייל די virus האט עפעס א חשבון ער וויל זיך איבער-קליגען איבער דער אנטי-בייאטיק,
בכלל נישט! די פראסעס איז
at random און אן קיין שום חשבון!
* נישט נאר אז גארנישט ניי איז דא ציגעקימען, דער שטערקערע ווייראס האט פניקט אזוי געקענט דא זיין נאך אסך פאר דער אנטי-בייאטיק איז געגעבן געווארן, דו שוואכע האט דער אנטי בייאטיק אן געבראכן די ביינער און דער שטערקער האט זיך נישט געלאזט - דאס איז אויך געשען צי מיינע זיסע קינדערלעך ווען זיי האבן געשפילט חאפצעם אין חדר.
(3)ג. דער HIV ווייראס גייט דארך און א 52 שעה בערך וואס א מענטש גייט דארך און א 20 יאר!
* שוין דא א 50 יאר וואס דער ווייראס איז דא און האט שוין אנגעשטעקט מיליאנע מיליאנע מענטשען,
און פין דעם נערישען ווייראס איז געבליבן, וואס סך הכול? אן HIV ווייראס!!! *
virus בלאבט virus -קיין איין מאל, אפילו נאך אסך אסך צייט ווערט דאס נישט עפעס אנדערש(4)ד. א ווייראס קען זיך נאר טוישן
נאר און א קליינע שטח, און קען נישט גיין צי ווייט פון זיין מקור, ווען יא הערט ער אויף צי קענען זיין פרה ורבה - דער קליינער שטח ווערט געריפן בלשונם Genetic variation
* פינקט וואו ביי א מענטש איינער קען זיין שווארץ איינער בלאנד און נאך טויזענטער קליינע חליקום, אבער דאס אלס
* אויב דער חילוק איז אבער א גרויסער זאל דער אייבישטער שומר ומציל זיין! וואו גרעסער דער חילוק אלס קלענער איז דער CHANCE אז דער קינד זאל דאס איבער לעבן. ס'קימט א פוינט וואס ס'איז נישט מעגליך דאס זאל בלייבן לעבען
בקיצר:
* א קליינער טויש האלט א יעדער האלט און איין געשען
* א גרויסער טויש, פין איין סארט צים צווייטען, האט קיינער קיינמאל נישט געזעהן אין קיין ווייראס
* א ווייראס וואס טוישט זיך זייער שנעל וואלט שוין יא געווען א פלאץ דאס צי דארפן זען, אבער ביז דערווייל - גארנישט!
* א ביסעל א גרעסערע טויש, נאך אין זעלבן מין, קען זיך אויך נישט האלטן
און אנדערע ווערטער, א גרויסער טויש, צי א צווייטער סארט, נישט נאר מען האט דאס נאך נישט געזען אין קיין איין virus נאר ס'איז בכלל נישט מעגליך!
(5)* שבת אחים'ס חבירים וואס זענען אין מעדיקעל סקאל זענען נאך נישט אנגעקימען צי fitness costs, ועוד חזון
* אחוץ מזה
קוקט טאקע אויס אז מיר האבן איוואלווד - אבער די ראיה ליגט ערגעץ אנדערש, נישט אין virus
אפשר DNA
----
(1)Viruses undergo evolution and natural selection, just like cell-based life, and most of them evolve rapidly.
(2)When two viruses infect a cell at the same time, they may swap genetic material to make new, "mixed" viruses with unique properties. For example, flu strains can arise this way.
(3)We've seen how recombination can affect virus evolution, but what about mutation? A mutation is a permanent change in the genetic material (DNA or RNA) of a virus. A mutation can happen if there is a mistake during copying of the DNA or RNA of the virus.
(4)the HIV virus goes through its lifecycle in just 525252 hours, as compared to roughly 202020 years for the human lifecycle!^{15}
15
(5)Natural selection can only happen when it has the right starting material: genetic variation. Genetic variation means there are some genetic (heritable) differences in a population.