לעולם האב איך נישט די צייט צו ענטפערן. דער סדר היום ביי אונז איז זייער אנגעשטרענגט און קאמפלעצירט. ביי אונז קען יעדע יונגל פון צוועלעף יאר גאנץ נ"ך, דער רבי תמ"ל לייגט א גרויסן דגוש אויף די קינדער, אז זיי זאלן זיך אנפילן אין די יונגע יארן מיט תורה און חכמה. די קינדער ביי אונז שטייען אויף פארטאגס, זיי זענען אין חדר א גאנצן טאג, ביז זיי דארפן גיין שלאפן - גלויב מיר, מען לערנט פיל מער בכמות און באיכות ווי אין די איבעריגע וועלט.
די ערשטע פאר טעג ווען איך בין אהינגעקומען, בין איך איינגעשטאנען ביי הרה"ג ר' מאיר יששכר ראזנער הי"ו - א מוח עצום פאר זיך. זיין קליינער ד' על ד' צימער, ס'איז נישט משיג צו זיין ווי אזוי א מענטש לעבט. ס'איז אפילו נישטא קיין פלאץ וואו צו שלאפן געהעריג, עטליכע קינדער אין איין בעט (אויך מיר א בעט, צושטיפט ביז גאר), אנדערע קינדער שלאפן אויפן קאלטן פלאר, ס'איז נישט משיג צו זיין... עכ"פ איך האב זוכה געווען צו זען, ווי אזוי זיין זוהן, א יונגל פון צען יאר בערך, ביים זיך אנטאן טשעפשעט ער פסוקי תנ"ך - ס'קומט אינסטינקטיוו, מען לייגט אריין אין די קינדער א מורא'דיגע מאס תורה, דורכגעפלאכטן מיט אהבת התורה ויראת שמים, לאנגע דאווענענ'ס מיט תהילים. איך קען אייך אויף אזויפיל זאגן, אז אן ערוורידזש יונגל פון דארט, שטייגט איבער רוב 'חכמי' הקאווע שטיבל, הפארגרעפטע, און קען זיך גראד פארהערן מיט אים.
דער רבי שליט"א אליין שטייט איבער די קינדער און די ישיבה. יעדע וואך באזונדער, גייט יעדע יונגל און בחור אריבער א פריוואטער פארהער ביים רבי'ן שליט"א, דער רבי צייכנט אן דער מצב פונעם קינד און איז מדריך די מחנכים ווי אזוי אנצוגיין מיט די קינדער. וואו נאך האט איר אזא דורכגרינטליכער חינוך? - אין סאטמאר? - אין פאפא?
עכ"פ בין איך שוין דא פארפארן. צייט איז דא ווייניג, היינט איז דא א חתונה ביי אונז. דער פראגראם האט זיך שוין אנגעהויבן צוועלעף מיטאג, מיט אויסזאגן גאנץ תהילים באיטיות, מיט כוונה. דאן קומט א שטיקל הפסקה פון א האלבע שעה און דערנאך הויבט זיך אן דער קבלת-פנים. די גאנצע חתונה נעמט אן ערך פון פופצן שעה, וואו די גאנצע חברייא האלט מיט. די שמחה בשעת א חתונה איז למעלה מן המשוער, די גאנצער עולם פריידט זיך מיט אויף אן אמת... נישט פאר די מוזיק, נישט פאר סתם, נאר די שמחה דא איז פורץ גדר... דער רבי אליין שטייט און איז מעודד די שמחה בכל הכוח, אשרי עין ראתה זאת. בדחן איז געווענליך הרב פנחס פעדער, אויך דער רבי'נס זוהן - א יונגער יונגערמאן - קוים עטליכע יאר נאך די חתונה, אבער א כישרון האט ער כאחד הגדולים, ער איז משמיע דיבורי קודש מיט א געוואלדיגע טיפקייט. נעמט למשל אזא מענטש ווי אים... ווען ער וואלט געווען אין די ברייטע וועלט, וואלט ער געהאלטן דרשות פאר הונדערטע מענטשן און וואלט געווען א מחבר ספרים... ביי אונז וואלגערן זיך די מענטשן ווי גארנישט.
בקיצור הדברים: טראצדעם וואס איך האב נישט צופיל צייט, און איך ווייס נישט וויפיל איך וועל קענען ממשיך זיין מיט שרייבן דא מיט ענק, אבער כדאי מען זאל נישט זאגן אז מדשתקי ניחא ליה, שפיר איך פאר וויכטיג צו ענטפערן בקצירת האומר, אבער איך ווייס נישט וויפיל איך וועל קענען ענטפערן... אין די טעג איז מען עוסק איבער אפקויפן א שטח מיט הייזער פאר די חבריא קדישא און איך בין שטארק פארנומען דערמיט (אגב, ווער עס קען ארויסהעלפן אינעם פראיעקט - ס'איז פיקוח נפש ממש... אויב איינער וואלט געזען ווי אזוי מען לעבט דא... מיר זענען דאך נישט ערגער פון גוים, איך גלויב נישט אז איינער דא האלט אז מיר זענען מחיוב צו וואוינען אזוי ווי אין געטא און אין לאגער - ס'איז אפשר נישט קיין גוזמא צו זאגן אז אזוי לעבט מען דא... ס'איז נישטא קיין פלאץ זיך צו רירן... עס איז נישטא קיין עסן... ס'איז דא תקופות וואו עס איז נישט פאראן פלייש אויף שבת אדער יום-טוב, ס'איז נישטא דארט גענוג בה"כ, איר באגרייפט נישט וואס עס מיינט... מען לעבט צושטיפט, מען האלט חפצים אינדרויסן פון די דירות און אינדרויסן פון דעם בנין... ס'איז נישט פאראן קיין שום פריוואטקייט און דער מצב "מוז" זיך טוישן ויפה שעה אחת קודם - מיר זענען פארט אידישע ברידער, מיר מוזן זיך העלפן).
צו ליטוואק: ס'וועט דיר גארנישט העלפן... א. סתם טשעפענען קען איך אויך. איך האב דערווייל געענטפערט אויף יעדע טענה און שאלה וואס מען האט מיר געפרעגט. עס איז נישט געבליבן קיין איין אומפארענטפערטע תשובה, בנוגע קהילת לב טהור, וואס איך האב נישט פארענטפערט. וואס איז יא געבליבן? - שטעכערייען און סתם שטותים וואס מענטשן דא שיסן אין די לופט אריין. אצינד, איך וואלט זיך ווען געקענט פארמעסטן און זיך צוריקטענ'ען און זיך משוגע מאכן מיט יעדן, איך האב אבער נישט די צייט דערצו. זינט דער רבי תמ"ל, דער מלאך המושיע, האט מיר געעפנט די אויגן און מיר געוויזן דעם אורו של עולם, האב איך נישט קיין צייט זיך אפצוגעבן מיט אזעלכע בהמיות'דיגע ענינים ווי זיך אראפצולאזן אויף דעם לעוול. אבער מאידך גיסא, געשעט דא א 'רצח אופי', בשעת יעדער שרייבט נארישע דזשאוקס און טשעפערייען, אויב זאל איך נישט ענטפערן דערויף, וועט עס אפגעלערנט ווערן כאילו איך בין א 'פאאל' און איך קען זיך נישט פארמעסטן... נו, זאל איך זיך דעריבער אראפלאזן און זיך פארמעסטן מיט אייך? - ס'ציעט מיר עפעס נישט צו ווערן אזוי אראפגעשלעפט.
ליטוואק: יא, עס איז מעגליך אויפצווייזן זאכן מיט א וודאות. דאס אז דו ביסט נאכנישט צוגעקומען צום אמת, איז דיין פראבלעם, נישט מיינער!
אהרן: קודם כל, די זינלאזע אטאקעס מיט 'חכמת הווייטעמינען', איז א שאד צו ענטפערן און איז שלא מן הענין. איך האב שוין קלארגעשטעלט איבער וואס עס רעדט זיך, און די וואס ווילן מציע זיין אז דער רבי זאל געבן ווייטעמינען פאר די רביצין און נאך אנדערע שטותים, איז ממש א שאד די צייט. אויך די אלע וואס זענען ביזי מיט די מלקות - האב איך שוין קלארגעשטעלט דעם ענין, און אויב ווילט איר זיין א כלב השב על קיאו, איז דאס אייער פראבלעם. הרג'עט אייך נישט אייער נאמען, מיטן זיך ווייזן אז איר ליינט נישט גרינטליך אפ זאכן.
בכלל, די אלע שטותים זענען גארנישט ווערד. נעמט אייך דינען דעם אויבערשטן, לאזט אייך אפ פון דעם טמא'נעם אינטערנעט, המלא בכפירה ובציונות, און ווערט ערנסטע מענטשן און ערליכע אידן.
בת-קול און איך אויך: קענט איר זאגן וואס איר ווילט פונקטליך פון מיר? - ס'איז יא דער רבי, נישט דער רבי, וואס א חילוק? - איר ווילט רעדן צום נושא, אדער פון ארומיגע שטותים.
איך אויך: דיינע שמוציגע רייד קעגן ספרדים איז ווערד צו פארדאמען... וואספארא חילוק פון וועלכע שטערמונג פון כלל-ישראל ער קומט? - ביי אונז אין לב טהור איז דער איינציגסטע פלאץ אויף די וועלט, וואו עס איז נישט פאראן קיין שום דיסקרימינעישן, ביי אונז קענען זיך משדך זיין ספרדי'שע משפחות מיט אשכנזי'שע, ביי דעם רבי'נס טיש קען מען זינגען ספרדי'שע זמירות אינאיינעם מיט אשכנזי'שע... ס'איז איין פאלק, איין כלל-ישראל - וואסאפרא ווערטער איז דאס 'פרענק פארעך'? - דיין זיידע איז עפעס חשוב'ער ווי זייער זיידע? - שעים אן יא... נישט אומזינסט האט דער עולם אין קאווע שטיבל דיר אזוי פיינט.
אגב, 'גראבער' און 'מנובל' זאלסטו רופן דיין רבי'ן (
viewtopic.php?f=42&t=10046&start=50 - ליין דארט מיין תגובה און אויב דיין פריעדיגע תגובה בלייבט אין פלאץ, בלייבט דאס אויך אין פלאץ)- נישט דעם אש קודש ההולך לפני העם, דעם רבי'ן תמ"ל. דער רבי שליט"א שטייט העכער פון דיין רבי, מיט תורה, מיט עבודה, מיט גמילות-חסדים, מיט מענטשליכקייט, מיט חכמת האלקי, הן קבלה והן בחכמת העולם, בקי בשבע חכמות וכו'... סא, פארמאך דיין מויל און שפיל נישט מיט פייער.
און מיינט נישט אז איך וועל אייך אזוי שטענדיג ענטפערן... ס'איז נישט פאר מיין כבוד.