בלאט 10 פון 12
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 2:08 pm
דורך ישראל קאפקע
Why oh why did we support the Syrian rebels in the first place?
וואספארא שטות איז געווען דאס באוואפענען די סאלאפי-אראביע געשטיצטע רעבעלן?
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 2:11 pm
דורך שבת אחים
און אפילו אז יא פארוואס קען נישט אביסל פראנקרייך און דייטשלאנד און טערקיי אויסראטן אייסעס? סאודיע אראביע איז איינע פון די שטערקסטע ארמייען אין די וועלט מיט מיליאנען סאלדאטאן וואס קענען זיי עס נישט טוהן זיי זענען מעהר אין געפאר פון אייסעס ווי אמעריקא און זיי האבן א איבערפלוס פון געלט, זאלן זיי זיך אויסלערנען אז אמעריקא איז נאר אינטערסירט צוגיין אין מלחמה אויב סלוינט זיך פאר אונז און זיי זאלן נישט זיין קיין מעקעלעך און ווייזן פאר די וועלט וואס די ׳אייראפישע פארבאנד׳ קען, זיי קענען פליען אין ספעיס? זאלן זיי זיך אויסלערנען איינמאל פאר אלעמאל וויאזוי זיך צובאגיין אן אמעריקא!
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 2:12 pm
דורך ליפא
גאלד האט געשריבן:באסטאן מערעטאן
אויך די פארט הוד שחיטה
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 2:12 pm
דורך גאלד
אגב,
אבאמא איז זיך אינגאנצן מחולק מיט דיר,
ער האלט קלאר אז אייסיס איז יא א סכנה פאר אמעריקע,
ער האט עס פריער - אין טערקיי - געהאלטן און איין זאגן קענסט עס אויסהערן,
ער האלט אז דאס אז זיי באלעבאטעווען אויף שטחים אין איראק און סיריע, בנוסף צו די סאשעל מידיע דאס געבט מוט אין מאראל פאר די חיות צו אויספירן אזאלאכע אטאקעס ווי אין פאריז און מ'ברויך זיי אויסרייסן לגמרי, "דיגרעיד ענד דיסטרוי",
איי פארוואס זיצט ער מיט פארלייגטע הענט און מאכט זיך משוגע,
דער תירוץ איז כדלעיל,
שלא יאמרו הבריות אז "אמעריקע גייט נאכאמאל אריין און איראק"
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 2:15 pm
דורך ישראל קאפקע
אז דו האסט שוין יא אויסגעהערט זיין רעדע, פארוואס נאכזאגן אומריכטיג זיין reasoning פארן נישט אריינגיין מיט טרופן?
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 2:15 pm
דורך שבת אחים
גאלד האט געשריבן:באסטאן מערעטאן
פלוז! דעס האט גארנישט געהאט צוטוהן מיט אייסעס, א צוריקטע מוסלימענע אמעריקאנע בירגער האט זיך צולאזט, דעס קען מען נישט פארמיידן ס׳איז אייביג פארהאנען משוגעים און עקסטרימיסטן וואס ארבעטן אויף זייער אייגענע האנט און מ׳קען זיך דעס נישט אויסרעכענען און פארדעם דארף מען גיין אין מלחמה? מיט וועמען?
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 2:16 pm
דורך גאלד
שבת אחים האט געשריבן:און אפילו אז יא פארוואס קען נישט אביסל פראנקרייך און דייטשלאנד און טערקיי אויסראטן אייסעס?
זיך צו פארלאזן אויף אנדערע זיך צו באשיצן איז די שוואכסטע סטראטעגיע,
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 2:19 pm
דורך שבת אחים
גאלד האט געשריבן:עד מתי?
לעולם ועד!
דאסי פונקט ווי איינער זאל פרעגן וויפיל איז די שיעור פון עסן?
יעדן טאג, נאכאמאל און נאכאמאל און נאכאמאל, ווער האט כח דערצו?
ר' איד, מוזט נישט, אבער אויב ווילסטו לעבן דאן העסטו מוזן עסן לעולם ועד,
נאכאמאל! די רעדע איז שוין לאנג נישט צו פארעכטן איראק, אי משום הא בין איך אינגאנצן מיט דיר,
די רעדע איז צו אויסראטן אונזערע שונאים העומדים עלינו לכלותינו,
מ'ברויך זיי נאכלויפן בארבע כנפות הארץ, און זיי עוקר מן השורש זיין
לעולם ועד,
לעולם ועד? ווייל ס׳גייט דיך נישט אן אז אמעריקאנער יונגען ווערן געשחטן אויפן פראנט!
פארוואס גייסטו נישט אין מיליטער אריין? שיק דיינע קינדער ווערן געהארגט אויפן פראנט! פארוואס יענעמס קינדער?
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 2:54 pm
דורך גאנצל
הייסט עס
אז אויב איך וויל יעצט אריינשיקן מיינע קינדער אין איראק אויסראטן אייסיס וועט אבאמא גלייך לאזן ?
מיינע קינדער איז גאר די פראבלעם
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 2:55 pm
דורך גאלד
שבת אחים האט געשריבן:גאלד האט געשריבן:עד מתי?
לעולם ועד!
דאסי פונקט ווי איינער זאל פרעגן וויפיל איז די שיעור פון עסן?
יעדן טאג, נאכאמאל און נאכאמאל און נאכאמאל, ווער האט כח דערצו?
ר' איד, מוזט נישט, אבער אויב ווילסטו לעבן דאן העסטו מוזן עסן לעולם ועד,
נאכאמאל! די רעדע איז שוין לאנג נישט צו פארעכטן איראק, אי משום הא בין איך אינגאנצן מיט דיר,
די רעדע איז צו אויסראטן אונזערע שונאים העומדים עלינו לכלותינו,
מ'ברויך זיי נאכלויפן בארבע כנפות הארץ, און זיי עוקר מן השורש זיין
לעולם ועד,
לעולם ועד? ווייל ס׳גייט דיך נישט אן אז אמעריקאנער יונגען ווערן געשחטן אויפן פראנט!
פארוואס גייסטו נישט אין מיליטער אריין? שיק דיינע קינדער ווערן געהארגט אויפן פראנט! פארוואס יענעמס קינדער?
you are all over the map
יעצט ביסטו אינגאנצן כופר אין דעם רעיון פון א ארמיי, געווער, מלחמה,
אויב אזוי קענסטו אויפלעזן די גאנצע אמעריקאנער מיליטער,
מ'גיימיר דאך מיט די הנחה אז ס'יא דא אזא מין רעיון פון עת מלחמה,
אנדערש זיימיר געזונט, סליחה שפגשני
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 2:58 pm
דורך גאלד
ישראל קאפקע האט געשריבן:גאלד האט געשריבן:אגב,
אבאמא איז זיך אינגאנצן מחולק מיט דיר,
ער האלט קלאר אז אייסיס איז יא א סכנה פאר אמעריקע,
ער האט עס פריער געהאלטן און איין זאגן אין טערקיי קענסט עס אויסהערן,
ער האלט אז דאס אז זיי באלעבאטעווען אויף שטחים אין איראק און סיריע, בנוסף צו די סאשעל מידיע דאס געבט מוט אין מאראל פאר די חיות צו אויספירן אזאלאכע אטאקעס ווי אין פאריז און מ'ברויך זיי אויסרייסן לגמרי, "דיגרעיד ענד דיסטרוי",
עד כאן דברי הרב
מכאן ואילך תלמידו
איי פארוואס זיצט ער מיט פארלייגטע הענט און מאכט זיך משוגע,
דער תירוץ איז כדלעיל,
שלא יאמרו הבריות אז "אמעריקע גייט נאכאמאל אריין און איראק"
אז דו האסט שוין יא אויסגעהערט זיין רעדע, פארוואס נאכזאגן אומריכטיג זיין reasoning פארן נישט אריינגיין מיט טרופן?
חסירא מחסרא והכי קתני (עיין לעיל אין רויט)
האסט נאך געוואלט ער זאל עס נאך זאגן אויך
אבוויעסלי
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 5:27 pm
דורך שבת אחים
גאלד האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן:גאלד האט געשריבן:עד מתי?
לעולם ועד!
דאסי פונקט ווי איינער זאל פרעגן וויפיל איז די שיעור פון עסן?
יעדן טאג, נאכאמאל און נאכאמאל און נאכאמאל, ווער האט כח דערצו?
ר' איד, מוזט נישט, אבער אויב ווילסטו לעבן דאן העסטו מוזן עסן לעולם ועד,
נאכאמאל! די רעדע איז שוין לאנג נישט צו פארעכטן איראק, אי משום הא בין איך אינגאנצן מיט דיר,
די רעדע איז צו אויסראטן אונזערע שונאים העומדים עלינו לכלותינו,
מ'ברויך זיי נאכלויפן בארבע כנפות הארץ, און זיי עוקר מן השורש זיין
לעולם ועד,
לעולם ועד? ווייל ס׳גייט דיך נישט אן אז אמעריקאנער יונגען ווערן געשחטן אויפן פראנט!
פארוואס גייסטו נישט אין מיליטער אריין? שיק דיינע קינדער ווערן געהארגט אויפן פראנט! פארוואס יענעמס קינדער?
you are all over the map
יעצט ביסטו אינגאנצן כופר אין דעם רעיון פון א ארמיי, געווער, מלחמה,
אויב אזוי קענסטו אויפלעזן די גאנצע אמעריקאנער מיליטער,
מ'גיימיר דאך מיט די הנחה אז ס'יא דא אזא מין רעיון פון עת מלחמה,
אנדערש זיימיר געזונט, סליחה שפגשני
די סיבה פארוואס ס׳גייט דיך נישט אן אז אמעריקא זאל אריינגיין אין א ענדלאזע מלחמה איז ווייל דו פערזענליך האסט גארנישט וואס צו פאלירן, משא״כ אויב וואלסטו געדארפט שיקן דיין קינד אהין וואלסטו שוין איינמאל גערעדט גאר אנדערש, פארשטייסט?
אויב האלטסו אז מ׳דארף זיצן אין איראק לעולם ועד פאר גארנישט און פארנישט דעמאלסט ביסטו גערעכט סליחה שפגשני,
Re: אייסיס נייעס
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 8:34 pm
דורך גר ותושב
שבת אחים האט געשריבן: און צווייטענס אמעריקא איז נאך בכלל נישט ארויס פון איראק זיי האבן נאך דארט כמעט 1000 סאלדאטאן, עד מתי?
קוקט אויס די ביסט די זעלבע היפאקריט פון אבאמא פון איין זייט לויבסטו עים אויס פארן ארויס גיין פון איראק און פון די אנדערע זייט אה ער איז קיינמאל נישט ארויס סאיז נאך דא דארט טויזנט חברה.
Re: אייסיס נייעס
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 8:36 pm
דורך גר ותושב
שבת אחים האט געשריבן:דערווייל שטעלט עס אונז נישט אין קיין סכנה, די אמעריקאנער געבן אויס טריליאנען אין אינטעלעדשענס און שפיאניארן נאך די חברה, אויב איינער איז באמת א סכנה פאר אמעריקא איז עס לכאורה נארט קארעא נישט אייסעס.
למעשה איז אמעריקא נאכנישט אטאקירט געווארן אויף אמערקאנע ערד זייט אבאמא איז פרעזידענט! יא אדער ניין? דעס מיינט א סכנה?
ניין? אמעריקע איז דען נישט אטאקירט געווארן דורך ראדיקל איסלאם? אה איך האב פארגעסן לשיטת ההיפאקריטס איז עס טאקע נישט געוועין ראדיקעל איסלאם
Re: אייסיס נייעס
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 8:44 pm
דורך גר ותושב
שבת אחים האט געשריבן:גאלד האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן:גאלד האט געשריבן:עד מתי?
לעולם ועד!
דאסי פונקט ווי איינער זאל פרעגן וויפיל איז די שיעור פון עסן?
יעדן טאג, נאכאמאל און נאכאמאל און נאכאמאל, ווער האט כח דערצו?
ר' איד, מוזט נישט, אבער אויב ווילסטו לעבן דאן העסטו מוזן עסן לעולם ועד,
נאכאמאל! די רעדע איז שוין לאנג נישט צו פארעכטן איראק, אי משום הא בין איך אינגאנצן מיט דיר,
די רעדע איז צו אויסראטן אונזערע שונאים העומדים עלינו לכלותינו,
מ'ברויך זיי נאכלויפן בארבע כנפות הארץ, און זיי עוקר מן השורש זיין
לעולם ועד,
לעולם ועד? ווייל ס׳גייט דיך נישט אן אז אמעריקאנער יונגען ווערן געשחטן אויפן פראנט!
פארוואס גייסטו נישט אין מיליטער אריין? שיק דיינע קינדער ווערן געהארגט אויפן פראנט! פארוואס יענעמס קינדער?
you are all over the map
יעצט ביסטו אינגאנצן כופר אין דעם רעיון פון א ארמיי, געווער, מלחמה,
אויב אזוי קענסטו אויפלעזן די גאנצע אמעריקאנער מיליטער,
מ'גיימיר דאך מיט די הנחה אז ס'יא דא אזא מין רעיון פון עת מלחמה,
אנדערש זיימיר געזונט, סליחה שפגשני
די סיבה פארוואס ס׳גייט דיך נישט אן אז אמעריקא זאל אריינגיין אין א ענדלאזע מלחמה איז ווייל דו פערזענליך האסט גארנישט וואס צו פאלירן, משא״כ אויב וואלסטו געדארפט שיקן דיין קינד אהין וואלסטו שוין איינמאל גערעדט גאר אנדערש, פארשטייסט?
אויב האלטסו אז מ׳דארף זיצן אין איראק לעולם ועד פאר גארנישט און פארנישט דעמאלסט ביסטו גערעכט סליחה שפגשני,
אויף דעים האט דיך שוין איינער גענטפערט דא אז די מיליטער לייט זענען רעפאבליקאנער און יא זיי זענען זיך גרייט צו מוסר נפש זיין און זיך אנטוהן די באטס און אריין גיין מיט גראנד פאורסעס און טוהן וואס עס דארף געטוהן ווערן פאר עס איז צו שפעיט מה שאין כן דער פחדנישע דעמאקראטען וואס און מיליטער גייען זיי נישט און ווי זיי האבן נאר געקענט נעמען א שלעכטע שטעלונג האבן זיי עס אנגענומען און ליביע איז בכלל נישט געוועין קיין סכנה פאר אמערקע און דארט האט זיך דער פערד יא אריין געמישט זיין שווארצע נאז אונעם אראבישן קעסל און די זעלבע און מצרים האט ער אוועק געווארפן א גוטע פריינד און גורם געוועין אז די מאסלים ברודערס זאלן באקומען די בעינקל אבער יעצט ווען עס שטייט א גרופע פון 80000 קעמפער און פירן אן א העצע און קאמפעין איבער די גאנצע וועלט אקעיגן דעמאקראטיע און עס איז זיי שוין געלונגען צו אדורך פירן אטאקעס אויף פארשידינע פלעצער דא האט דער שווארצער באקומען קאלטע פיס און קען נישט טוהן צום זאך
Re: אייסיס נייעס
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 8:49 pm
דורך גר ותושב
שבת אחים האט געשריבן:גאלד האט געשריבן:באסטאן מערעטאן
פלוז! דעס האט גארנישט געהאט צוטוהן מיט אייסעס, א צוריקטע מוסלימענע אמעריקאנע בירגער האט זיך צולאזט, דעס קען מען נישט פארמיידן ס׳איז אייביג פארהאנען משוגעים און עקסטרימיסטן וואס ארבעטן אויף זייער אייגענע האנט און מ׳קען זיך דעס נישט אויסרעכענען און פארדעם דארף מען גיין אין מלחמה? מיט וועמען?
יעידער אראבער איז א פאריקטע מעשוגענע עקסטרימיסט וואס ארבעט אויף די אייגינע אדער מיט א באפעל פון איינעם אבער ווער האט עים אנגערייצט פארוואס לאזט מען די ראדיקאלן אויף הייבן זייער קעפ? אז א משוגענע אראבער זעיט ווי א צווייטער משוגענער איז מצליח מיט זיין משוגעת וועט ער עס נאכטוהן מען דארף זיי ווייזן די גיהנום אויף דער וועלט זיי זאלן זיך צוריק האלטן פון טוהן וואס זיי טוהן.
Re: אייסיס נייעס
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 8:55 pm
דורך גר ותושב
אובמה: שליחת כוחות קרקע גדולים להלחם ב-ISIS-שגיאה
נשיא ארה''ב אובמה הגן, ביום שני 16.11, במסיבת עיתונאים באנטליה טורקיה, על מדיניותו שלא לערב כוחות קרקע גדולים במלחמה ב-ISIS בסוריה ובעיראק. אובמה אמר כי כל היועצים הצבאיים והאזרחיים שלו אומרים לו, כי זו תהייה טעות לערב מספר גדול חיילים אמריקנים במלחמה.
אם נביא 50,000 חייל לסוריה, שאל הנשיא, ISIS יעבור לתימן, ואז מה נעשה?
אובמה טען, כי מאחר ו-ISIS מחזיק כיום בטריטוריה קטנה יותר ממה שהוא החזיק בשנה שעברה, הוא לא יכול לקרוא לעצמו 'מדינה'.
המקורות הצבאיים וללוחמת טרור של תיקדבקה: לא ברור על סמך מה אובמה מעלה טיעון שכזה,כאשר ISIS שולט ב-50 אחוז מסוריה וכ-40 אחוז מעיראק. אובמה חזר וטען כי המלחמה בטרור נוחלת הצלחה, למרות הפיגועים בפריס.
אובמה ציין, כי יש התקדמות גדולה והסכמה בין המעצמות כיצד לסיים את המלחמה בסוריה, אבל אין הסכם לגבי גורלו האישי והפוליטי של נשיא סוריה בשאר אסד.
Re: אייסיס נייעס
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 8:57 pm
דורך גר ותושב
אויך מיר א טענה וואס וועט מען טוהן אויב גייען זיי קיין תימן? מען וועט זיי נאכלויפן "מען דארף זיי אויסראטן פונעם פלאנעט" אזוי האט דאך שבת אחיםת קאנדידאט געזאגט ביים דיבעיט דער מוצאי שבת.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 10:55 pm
דורך petergrifin
@גר ותושב פארװאס מיזטו שרײבען ״שװארצע נאז״? אויף בוש װאלסטו געשריבען װײסע ...? װאס זאגסטו װען מען שרײט ״די אידישע נאז״?
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 11:40 pm
דורך שבת אחים
גר ותושב האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן: און צווייטענס אמעריקא איז נאך בכלל נישט ארויס פון איראק זיי האבן נאך דארט כמעט 1000 סאלדאטאן, עד מתי?
קוקט אויס די ביסט די זעלבע היפאקריט פון אבאמא פון איין זייט לויבסטו עים אויס פארן ארויס גיין פון איראק און פון די אנדערע זייט אה ער איז קיינמאל נישט ארויס סאיז נאך דא דארט טויזנט חברה.
רבש״ע פארשטייסט טאקע נישט אדער שיסט סתם אינדערוועלט אריין? סאיז געוועהן דארט 176,000 טרופס און סאיז אראפ צו ווייניגער ווי א טויזנט און קוק וואס איך שרייב אויבן איז איך האלט אז דעס איז אויך אסאך. איך האב מיך באצויגן צו @גאלד און @ גאנצל וואס האבן געטעהנט אז אבאמא איז אינגאנצען אנטלויפן פון איראק האב איך געשריבן אז למעשה איז ער נישט אוועקגעלויפן ווייל ער האט איבערגעלאזט דארט בערך טויזנט די מינימום וואס ס׳פעלט זיך נאך אלץ אויס פאר פארשידענע אורזאכן ובתוכם אייסעס.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 11:51 pm
דורך שבת אחים
גר ותושב האט געשריבן:אויף דעים האט דיך שוין איינער גענטפערט דא אז די מיליטער לייט זענען רעפאבליקאנער און יא זיי זענען זיך גרייט צו מוסר נפש זיין און זיך אנטוהן די באטס און אריין גיין מיט גראנד פאורסעס און טוהן וואס עס דארף געטוהן ווערן פאר עס איז צו שפעיט מה שאין כן דער פחדנישע דעמאקראטען וואס און מיליטער גייען זיי נישט און ווי זיי האבן נאר געקענט נעמען א שלעכטע שטעלונג האבן זיי עס אנגענומען און ליביע איז בכלל נישט געוועין קיין סכנה פאר אמערקע און דארט האט זיך דער פערד יא אריין געמישט זיין שווארצע נאז אונעם אראבישן קעסל און די זעלבע און מצרים האט ער אוועק געווארפן א גוטע פריינד און גורם געוועין אז די מאסלים ברודערס זאלן באקומען די בעינקל אבער יעצט ווען עס שטייט א גרופע פון 80000 קעמפער און פירן אן א העצע און קאמפעין איבער די גאנצע וועלט אקעיגן דעמאקראטיע און עס איז זיי שוין געלונגען צו אדורך פירן אטאקעס אויף פארשידינע פלעצער דא האט דער שווארצער באקומען קאלטע פיס און קען נישט טוהן צום זאך
כהאב אפילו נישט גענעדיגט ליינען דיין תגובה ווייל סאיז פול מיט האס און נערישקייטן. רעדסט ממש ווי א קינד/רעפובליקען
כ׳דארף דיר בכלל ענטפערן אויף אזא נערישע תגובה?, שווארצע נאז? לייגטס אראפּ הנחות אז אלע מילטערלייט זענען ריפובליקענס(מקור ביטע?) און זענען גרייט אריינצוטאנצן אין פייער ווייל טשעני האט געהאט בויך וויי? זאל זיין אזוי. נעקסט.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 11:55 pm
דורך שמעקעדיג
את אשר יגורנו בא.
די אייסיס רוצחים שווערן אן אטאקע אויף אמעריקע, און טאקע אין וואשינגטאן, וואו עס איז מ'כלומר'שט די מערסט פארזיכערטע פלאץ.
א"מ הפר עצת אויבינו. בטל מחשבות שונאינו. זאלן זיי האבן א מיאוס'ע מפלה אמן.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 1:52 am
דורך נורמאלי
מאנטאג איז געווען א ראלי, סאנדערס האט גערעדט איבער אייסיס, דער איז געוואלדיג! שמעו ותחי נפשכם.
https://www.youtube.com/watch?v=sQapCcpjUnY