בלאט 10 פון 11

נשלח: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 11:29 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ר' יהושע מאיר פרישוואסער.
דער בילד איז פון ר' בנציון. דער לערנער איז ר' שלמה ישראל, דער איידעם פון הרב גדליה שור.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 7:19 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג: אין דיין תגובה פון דזשוליי 22 רעכנסטו אויס די גראמאטישע טעותים און ספעללינג גרייזן אין אידיש וואס דער טריביון באגייט. איין ווארט וואס דו האסט נישט אנגעצייכנט איז דאס ווארט..."איבערמידליך"...ס'איז נישט דא אזא ווארט אין יודיש. דאס ריכטיגע ווארט איז..."אומ-ערמידליך"...דאס הייסט בלי ליאות. אויף ענגליש הייסט עס....Tirelessly...!

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 09, 2016 11:09 am
דורך קורץ און שארף
שופטים

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 10:24 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:א דאנק, גראף.

טעות לעולם חוזר, אבער איך מיין אז 95٪ פון אונזער ציבור פארשטייט נישט וואס דער ווארט מיינט. איך האב געמיינט אז ער וויל שרייבן 'האטעל'.

סארי מר. טריביון!

שמעקעדיג: אבער דעם אנדער'ן ווארט וואס דו האסט אפילו נישט צו געצייכנט איז א פעלערהאפטיג און גרייזיג ווארט. ס'פאסט נישט פאר אידיש שרייבער...! דאס ווארט ..."איבערמידליך", איז א פאלש ווארט. דאס ריכטיגע ווארט דארף צו זיין..."אומ-ערמידליך"...דאס הייסט בלי ליאות. אן מידקייט. פי' אן אויפהער...!

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 10:33 pm
דורך berlbalaguleh
ראובן: היינו טעמא דמגילה. היינו טעמא דשופר. דער זעלבער טעם...עם הארצות...פון די עדיטארס. אויך די עדיטארס פון ..."דער איד"...זענען געשוואלענע עמי הארצים/ות אין וועלטליכע זאכן...זיי האבן למשל געלאזט לויפן א סעריע איבער דעם פארשטארבענעם דר. יאן קארטשאק, וועלכער האט אנגעפיהרט א סעקולערע שולע אין ווארשאווער געטא. האבן זיי איהם געשילדערט מיט די שענסטע קאלירן. כאילו ער וואלט געווייקט ביים רעבי'ן זי"ע נאך אינדערהיים אין ארשיווא. וואס ער איז פארגעטערט אין די איזראעלישע/ציוניסטישע קולטור.

אויך האבן זיי געשריבן אין די פורים אויסגאבע, איבער א בארימט בילד פון ..."די לעסט סאפפער"...אידן זענען זיך משמח אום פורים...!... :lol: :roll:

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 14, 2016 12:09 am
דורך איסר האטלקי
ליפא האט געשריבן:געהערט פון איינעם in the know אז טריביון פארקויפט נאנט צו 20 טויזענט שטיק וועכענטלעך. אויב אמת איז עס טאקע די מערסט פארשפרייטסטע זאך

אפילו זאל ער ווען פארקויפן צען טויזנט איז ער נאכאלס די מערסט פארשפרייטסטע אויסגאבע. קינדליין איז די מערסטע פאפולארע אויסגאבע און ער רוקט קרוב צו צען טויזנט א וואך.
איך האב געזען די פונקלטליכע נומערן.
טריביון פארקויפט דאך גאר אסאך קאפיס וועכנטליך, היבש מער פון אלע אנדערע היימישע אויסגאבעס.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 14, 2016 6:45 pm
דורך ארי נוהם
איסר האטלקי האט געשריבן:
ליפא האט געשריבן:געהערט פון איינעם in the know אז טריביון פארקויפט נאנט צו 20 טויזענט שטיק וועכענטלעך. אויב אמת איז עס טאקע די מערסט פארשפרייטסטע זאך

אפילו זאל ער ווען פארקויפן צען טויזנט איז ער נאכאלס די מערסט פארשפרייטסטע אויסגאבע. קינדליין איז די מערסטע פאפולארע אויסגאבע און ער רוקט קרוב צו צען טויזנט א וואך.
איך האב געזען די פונקלטליכע נומערן.
טריביון פארקויפט דאך גאר אסאך קאפיס וועכנטליך, היבש מער פון אלע אנדערע היימישע אויסגאבעס.

איך האב גראדע געהערט אנדערע נומערן.

וואו האסטו געזען די פונקטליכע נומערן? האסט גערעדט מיטן ארויסגעבער פון קינדליין?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 14, 2016 8:09 pm
דורך איסר האטלקי
איך גלויב א דיסטריביוטער ליבערשט ווי אן ארויסגעבער.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 14, 2016 9:26 pm
דורך בעל מדות
איסר האטלקי האט געשריבן:
ליפא האט געשריבן:געהערט פון איינעם in the know אז טריביון פארקויפט נאנט צו 20 טויזענט שטיק וועכענטלעך. אויב אמת איז עס טאקע די מערסט פארשפרייטסטע זאך

אפילו זאל ער ווען פארקויפן צען טויזנט איז ער נאכאלס די מערסט פארשפרייטסטע אויסגאבע. קינדליין איז די מערסטע פאפולארע אויסגאבע און ער רוקט קרוב צו צען טויזנט א וואך.
איך האב געזען די פונקלטליכע נומערן.
טריביון פארקויפט דאך גאר אסאך קאפיס וועכנטליך, היבש מער פון אלע אנדערע היימישע אויסגאבעס.


וואו קען מען זען די נומערן? איר האקט אין קאפ.

נשלח: מאנטאג יאנואר 02, 2017 12:01 am
דורך בן ישי
בן ישי האט געשריבן:אינטערסאנט דער טריביון האט אנגעפאנגען בחינם אבער וויבאלד עס איז צו שנעל אויסגעלאפן פין געשעפט איז ער געווען "געצווינגען" צו נעמען א דאלער אבער ער האט געשריבן אז וויבאלד די סיבה איז נישט די געלט וועט עס זיין צובאקימען בחינם אין אפאר פלעצער, דורך אפאר וואכן אין עס איז נאר געווען צובאקימען פאר א דאללער (חוץ אנליין) גייט דורך נאך אפאר וואכן אין די פרייז איז ארויף צו 1.50 וואס האט פאסירט? גייט עס נאכאלץ אויס צו שנעל? קימט פסח אין נישט מיר נישט דיר ער האלט שוין ביי 2.50! גיי פארשטיי.


אין די וואך איז ער שוין ארויף צו 3.50!
וואס האט עם יעצט געצווינגען?

Re: וועכענטליכע אויסגאבע: אידישער טריביון

נשלח: מאנטאג יאנואר 02, 2017 1:01 am
דורך קלוגע יודל
נישט מיר נישט דיר, איז געוועהן א פרייז העכערונג אויף די אויסגאבע וואס ווערט געטיילט בחנם. מן הסתם האט עס מיט די מינימום וועידז...

נשלח: זונטאג אפריל 09, 2017 6:06 am
דורך יודישע שרייבער
קאמענטירער האט געשריבן:איך בין נייגעריג צו זיי נעמען רשות פון יענעם וועמען זיי זענען מספיד

איך ווייס א פאל ווי זיי האבן אויסדריקלעך נישט געהאט רשות און זיי האבן באשריבן... פארשטייט זיך פול מיט גרייזן (סיי אין די עצם מעשה/מענטש וואס זיי האבן באשריבן און אויך אין גראמאטיע).


אויך איז אינטרעסאנט ווי און די פסח'דיגע "מעגא" אויסגאבע האבן זיי מכתיר געווען דעם אמשינוב'ע רבי שליט"א אלץ "דער שרף פון אמשינוב", אויב איינער האט די דעקל, ביטע ארויפשטעלן.
דרך אגב, איך האלט פון אמשינוב'ע רבי עולם ומלואו און ער איז טאקע א אש קודש, צדיק, שרף וכו', און איך בין שוין געווען ביי אים, דאס איז אלעס גוט אויף צו האלטן ביי זיך אין מח, אבער צו אויפקומען און שרייבן אזעלכע טיטלען און א עמטליכע אויסגאבע, קאם אן, גיוו מי עי ברעיק פליז...

אויך קענסטו זיכער זיין אז דער טריביון האט נישט באקומען קיין רשות פון אדמו"ר מאמשינוב או משפחתו... כדרכם.

נשלח: זונטאג אפריל 09, 2017 9:53 am
דורך איסר האטלקי
סתם פאר נייגעריקייט, האט וועקער געהאט רשות פון ר' יצחק לעבאוויטש?

ווער נעמט נאך רשות היינט?

Re: וועכענטליכע אויסגאבע: אידישער טריביון

נשלח: זונטאג אפריל 09, 2017 11:09 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אנטשולדיגט, אבער יעדער וואס גייט ארויס אין דער עפענטליכקייט און פארשפרייט שיעורים, נעמט געלט פאר מוסדות אדער דרוקט ספרים, האט בידים אוועק געגעבען זיין רעכט צו פריוואטקייט. דער אמשינובער רבי האט נישט קיין מוסדות און זאגט נישט קיין שיעור ברבים. איהם דארף מען בעטען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: זונטאג אפריל 09, 2017 3:34 pm
דורך יודישע שרייבער
איסר האטלקי האט געשריבן:סתם פאר נייגעריקייט, האט {1}וועקער געהאט רשות פון ר' יצחק לעבאוויטש?
{2}ווער נעמט נאך רשות היינט?
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:{3}אנטשולדיגט, אבער יעדער וואס גייט ארויס אין דער עפענטליכקייט און פארשפרייט שיעורים, נעמט געלט פאר מוסדות אדער דרוקט ספרים, האט בידים אוועק געגעבען זיין רעכט צו פריוואטקייט. {4}דער אמשינובער רבי האט נישט קיין מוסדות און זאגט נישט קיין שיעור ברבים. איהם דארף מען בעטען.

1- דער וועקער איז אנדערש ווי אנדערע אפיציעלע פאבליקאציעס, [tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag] וואלט נישט געקענט גיין בעטן רשות פון רבי יצחק'ל וואדרידשער וד"ל.
2- יעדע נארמאלע אויסגאבע.
3- דיין נקודה האט א חלק אמת אין זיך, אבער מען קען נישט גיין און באשרייבן פונקטליך וויפיל מאל רבי אלימלך בידערמאן גייט אין בית הכבוד ווייל ער געבט שיעורים, זיינע שיעורים און שבתים וואס טויזענטע מענטשן האלטן מיט פארשטיי איך אז מען קען באשרייבן, און מען קען נישט באשרייבן די גט פון רב"צ ווייל ער איז א אדמו"ר, און מען קען נישט באשרייבן אז דער באקאנטער עסקן האט א אפגעפארענע טאכטער, און מען קען נישט באשרייבן יעדע פריוואטע משפחה זאך ווייל ער איז א אדמו"ר, ראש ישיבה, עסקן אדער פאבליק פיגור.
און אפילו ביי פאבליק זאכן וואס יעדער ווייסט איז נישט מער ווי נארמאל אז מען בעט רשות, און אזוי גייט עס צו בדרך כלל ביי אלע היימישע יודישע און ענגלישע אויסגאבעס (שטערן/שפאקטיוו, מאמענט, משפחה, עמי, המודיע, המבשר, קינליין וכו'), אז נישט קיין חילוק ווי באקאנט יענער איז מאכט מען א אינטערוויא מיט יענעם און דאס באשרייבט מען (און אסאך מאל געבט מען עס פאר יענעם צו איבער קוקען פארן ארויסגעבן).
4- אמשינוב האט יא מוסדות אין ארץ ישראל, און ער פראוועט טישן, שמחות וכדומה ברבים, דאס דאס מיינט נאכנישט אז ער איז מסכים מען זאל אים באשרייבן, (גענוג און נאך רבנים און אדמורי"ם האבן זיך שוין אינטערוויא'ד, זענען זיי מסכים כל הכבוד פאר די אויסגאבעס, אבער אויב נישט האבן זיי נישט די רעכט).

טריביון איז אנדערש פון אלע אנדערע אויסגאבעס ווייל בדרך כלל איז עס ק"פ פון אנדערע צייטונגען און אויסגאבעס נאר צוגעלייגט שטותים והבלים און גאר אסאך גראמאטישע טעותים.

נשלח: זונטאג אפריל 09, 2017 3:39 pm
דורך ארי נוהם
יודישע שרייבער האט געשריבן:
קאמענטירער האט געשריבן:איך בין נייגעריג צו זיי נעמען רשות פון יענעם וועמען זיי זענען מספיד

איך ווייס א פאל ווי זיי האבן אויסדריקלעך נישט געהאט רשות און זיי האבן באשריבן... פארשטייט זיך פול מיט גרייזן (סיי אין די עצם מעשה/מענטש וואס זיי האבן באשריבן און אויך אין גראמאטיע).


אויך איז אינטרעסאנט ווי און די פסח'דיגע "מעגא" אויסגאבע האבן זיי מכתיר געווען דעם אמשינוב'ע רבי שליט"א אלץ "דער שרף פון אמשינוב", אויב איינער האט די דעקל, ביטע ארויפשטעלן.
דרך אגב, איך האלט פון אמשינוב'ע רבי עולם ומלואו און ער איז טאקע א אש קודש, צדיק, שרף וכו', און איך בין שוין געווען ביי אים, דאס איז אלעס גוט אויף צו האלטן ביי זיך אין מח, אבער צו אויפקומען און שרייבן אזעלכע טיטלען און א עמטליכע אויסגאבע, קאם אן, גיוו מי עי ברעיק פליז...

אויך קענסטו זיכער זיין אז דער טריביון האט נישט באקומען קיין רשות פון אדמו"ר מאמשינוב או משפחתו... כדרכם.

גראדע איז די נושא פון א איש מפורסם אן אלטע פאלעמיק, אויב ער איז חלק פון רשות הרבים וואס ממעג באשרייבען אדער נישט. אלנפאלס קומט נישט די טענה אויף טריביון, און נאכמער, אפילו די טענה פון טיילען טיטלען ווי "השרף" איז נישט קיין טענה אויפן טריביון, ווייל כדרכם בטומאה איז דער גאנצער ארטיקל א פשוטע קאפי פעיסט פון אן אלטער ארטיקל פון בקהילה.

די נישטיגע לצים און גרויליגע ארויסגעבער פונעם אלט באקאנטער פלאגיארישע מאגאזין, דער טריביון, האבן דאסמאל ווידער פשוט נאכקאפירט אן אלטער ארטיקל אויפן אמשינובער, אינקלודינג די טיטעל וואס די בקהילה האט געגעבן פארן אמשינובער: "השרף". אפילו די ביסל קריעטיוויטי האבן זיי נישט.


אגב, כדענק אמאל זען די טיטל "שרף" אויף א רבי'ן, אין מאמענט. דאכצעך דער רבי איז געווען דער ראחמיסטריבקער רבי ביים שבת בחצרו, און דארט קומט סאך שוואכער אריין די טיטל ווען ער פראוועט ניטאמאל ווי די סארט סאו קאולד "שרפים"...

נשלח: פרייטאג יוני 16, 2017 11:27 am
דורך שמעקעדיג
מיט 2 וואכן צוריק, האט דער "טריביון" באשריבן ר' יהושע לייפער שליט"א, וואס פירט אן מיט די מכון "עוז והדר", און שטייט אונטער די אלע גרויסצוגיגע פראיעקטן, פון דעם הערליכן ש"ס ביז אומצאליגע אנדערע ספרים, משנה ברורה, וכדו'.

איך בין שוין א לענגערע צייט נישט אינטרעסירט אין דעם אויסגאבע – וואס איז געפלויגן פון "אומזיסט" ביז $3.50 אין גאר א קורצע תקופה, און טראץ דעם וואס עס איז נאך אלץ די "מערסטע געליינטע אידישע אויסגאבע" בלע"ז, האלט איך זיך צוריק פון עס קויפן. וואס קען איך טון, אז די בחור'ישע באבע מעשיות פון ישיבה איז נישט פאר מיין עידזש, און אנדערע זאכן זענען אדער פלאגיאזירט, אדער צו קורץ און שארף, אן קיין איבריגע הסברים. (דער בליץ איז שוין אסאך בעסער אין דעם הינזיכט).

אבער עכ"פ זעענדיג אויפ'ן דעקל דעם בילד פון הרב יושע לייפער, און זייענדיג שטארק אינטרעסירט אין די היסטאריע פון עוז והדר, און בככליות וואס טוט זיך הונטער די קוליסן פון אזא מאסיווע אפעראציע, האב איך עס געקויפט.

לאנג סטארי שארט – מיין אנטוישונג איז געווען גאר שטארק. ממש געמאלן וואסער! ס"ה ברענגט ער ארויס וואס יעדער ווייסט, עס איז געווען שווערע צייטן, און הערשי פר"מ פון מאנטריאל האט גענומען אויף זיך די הוצאות הדפוס, און נאך אפאר מינדערוויכטיגע פרטים. ממש א שאד געווען צו ליינען. טענות קען איך נישט האבן נאר אויף מיר, הלמאי איך האב זיך גענארט אז די וואך וועט יא זיין וואס צו ליינען. (למען האמת מוז איך צולייגן אז איך האב הנאה געהאט צו ליינען אז זיי ארבעטן יעצט אויף א נייעם שו"ע און א משניות, וואס קען מיר שטארק צוניצקומען בעז"ה).

עכ"פ איך האב שלו' געמאכט מיט'ן מצב אז איך האב פארלוירן 3.50 און אפאר מינוטן פון מיין לעבן, און מסיח דעת געווען דערפון, שוין פארלאפן א 2 וואכן פון דעמאלס... איי וואס האב איך זיך יעצט דערמאנט? ווייל איך בין שאקירט געווארן צו זען הענגען דאס פאלגענדע אין די שולן, עס האט מיר ממש אויפגעברויזט!

.

נשלח: פרייטאג יוני 16, 2017 12:05 pm
דורך איך אויך
ביסטו כאטשיק געוואור געווארן אז ר' יהושע איז מכהן אלס אב''ד באר משה.

נשלח: מוצ"ש יוני 17, 2017 10:40 pm
דורך איסר האטלקי
איך אויך האט געשריבן:ביסטו כאטשיק געוואור געווארן אז ר' יהושע איז מכהן אלס אב''ד באר משה.

אויב די 'הגה"צ' איז אזוי אמת ווי די 'אבד"ק באר משה' זעמער אויף גרויסע צרות...
סך הכל האט ער א באדן וואס דערויף איז שוין געפראוועט געווארן א גרויסער מעמד אבן הפינה.

לגבי די טריביון, איך ווייס נישט פאר וועמען ער קומט נאך ארויס. אויב איינער וויל ליינען פאלשע זשונאליזם איז שוין דא מאמענט, פאר קינדער איז דא קינדליין, פאר בחורים איז אינטערעסאנטער שטערן אדער בליץ, און פאר נייעס זענען דא גענוג צייטונגען פאר ביליגער פון 3.50. וואס פארקויפט ער?

נשלח: מוצ"ש יוני 17, 2017 10:45 pm
דורך איסר האטלקי
די עצם הבהרה פון הגה"צ נשיא עוז והדר איז מיר א גרויסע חידוש, ווי ווייט איך קען אים אנטלויפט ער פון כבוד ווי פון געלט...
ער פייגערט פאר אטענשען, אינטערוויוס און פובליסיטי.

נשלח: זונטאג יוני 18, 2017 10:03 am
דורך קאווע טרינקער
אזא חוצפה!!?? מ'איז מפרסם א בילד פון הגה"צ בעל חוב לייפער אנע רשות??? שומו שמים!

נשלח: זונטאג יוני 18, 2017 9:32 pm
דורך שמעקעדיג
איך האב נישט געמיינט צו עפענען א שמועס און זיכער נישט אפ'חוזק'ן פון הרב לייפער, וואס נאך אלעם איז דער עולם התורה אים שולדיג א גרויסע הכרת הטוב. אז איינער וויל, זאל ער עפענען א צווייטן אשכול וועגן אים. יעצט רעדט מען פונעם טריביון.

נשלח: זונטאג יוני 18, 2017 10:58 pm
דורך איסר האטלקי
ס'איז דא נאך עפעס צו רעדן פון טריביון אויסער דאס?...