נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 8:55 pm
איך וויל הערן און זאגען. איך וויל לאזן הערן מיינע מיינונגען וועגן די וויכטיגע עניינם וואס כלל ישראל מאכט מיט די דאזיגע טעג. און אפשר אויך משפיע זיין לטובה.
http://vps9000.inmotionhosting.com/~kavesh6/
http://vps9000.inmotionhosting.com/~kavesh6/viewtopic.php?t=7540
חלה דעקל האט געשריבן:I'm 19 years old I just love this site nothing special about me just wanna join the shtiebel!! איך בין נישט א שרייבער כוויל קענען לייקען און קאמענטען
יוסףהצדיק האט געשריבן:אסאך מאל האב איך איבעריגע צייט און איך וואלט געקענט באשטיין צו פארברענגען מיט היימישע שרייבער אזוי אויך אויסשמיעסען פארשידענע טאג טעגליכע נייעס
שבתי האט געשריבן:א גאנץ יאר פרייליך, סאראטאגער פארברענטע חסיד, פארמאג א שטוב מיט 6 קינדער,איך בין די בעסטע טאטע וואס זיי פארמאגן, פארמאג געלונגענע הענט מיט גוטע כשרונות,
דעדעלך האט געשריבן:א גוטן העלעמיך אינדרודוסען:
איך דריי זיך שוין דא ארום דא פאר א וויילע און נהנה פון די אשכולות
געבוירען בין איך שפיטאל ביי מיינע מאמע, גאגאנגען לערנען אין מיין חדר, געשטיפט די צייט אין ישיבה, חתונה געהאט מיט מיין ווייב וואס איז א טאכטער פון מיינע שווער, איך וואוין אין ברוקלין און איך גיי נישט זאגן מיין נאמען.
איך אויך האט געשריבן:דעדעלך ע''ש מה?
אהבת ישראל האט געשריבן:איך גלייך דעם פורום אין פין מאל צי מאל גליסט זיך מיר אריינצישרייבין א מיינונג כדי צי אויסקלארען דאס בילד איך בין אין דע דרייסגער יארען א חסידישער יוד האפענטליך...איך מיטען אייברשטענס הילף חלילה נישט צי שרייבען קיין לשון הרע אין רכילות איך גלליך מער די פאזעטיווע אשכולות
זעמעלע זעמל האט געשריבן:מיין נאמען איז זעמעלע, איך ארבייט שווער אהיימצוברענגען ברויט און שטוב אריין, ווי נישט ווי דארף דאך א יוד האבן ערגעץ ווי זיך דעם קעפל אנידערצולייגן, זעה איך דא אז עס איז דא קאווע שטיבלאך, קרעטשמע׳ס פארברענגענס, נו איז דאך עס ממש צוגעפאסענט פאר זעמעלע.
בין איך דא.
באבא האט געשריבן:א חסידישער היימישע בחור, אינטערסאנט זיך אין מיוזיק וכדו', וואינט אין ארץ ישראל אין ירושלים עיר הקודש תובב"א,
דער באשעפער זאל העלפן אז איך זאל זוכה זיין צו משפיע זיין דא נאר גוטסקייט...
תפיליןלייגער האט געשריבן:איך בין א חסידישער יונגערמאן, כ'באקום כסדר לינקס אהער, און כ'האב הנאה פון דעם שיינעם קרעמל, טראץ דעם וואס איך בין נישט איינשטומיג מיט אלע דעות דא.
כ'זוך דא צו קענען מיט-שמועסן מיט די חברים איבער די אקטועלע און אידישע נייעס, אזוי ווי אין קאווע שטיבל.
אינטער ברימער האט געשריבן:איך בין נישט קיין שרייבער אין אוודאי נישט זיך צו פארמעסטן מיט די אלה שרייבערס דא אבער איך גלייך צי ליינען די אלע גאר אינטערסאנטע אריקלען אין פין מאל צי מאל סוועט מיר חאפן די גוסטע זאל איך האבן עקסעס צי צולייגען מיינע צווי סענצס
בהסתרה האט געשריבן:קאווע שטיבל האט גאר א ווייטן אפקלאנג, און איז א העכסט-אינטערעסאנטע אכסניא פאר אלע סארט שרייב-ווערק אין און ארום די אידישע וועלט
עסקן נמרץ האט געשריבן:די קאווע שטיבל אין מיין בית מעדרעש איז שוין אלט אפגענוצט איך זיך שוין א נייע.
ווער עס ברויך סיי וואסארא הילף פונעם עסקן קען זיך פארבינדן מיט מיר.
ניקסאן האט געשריבן:אגוטען אלע חשובע חברים דא.
פארוואס האט איר מחליט געווען צו ווערען א חבר דא ?
איך וויל זיך רעגיסטרירען דא אלץ א חבר משום כמה סיבות.
די הויפט סיבה איז.ווייל דא איז א פלאץ וואו מדיסקוסירט און מאיז מברר פארשידענע וויכטיגע און נוצבארע נושאים.
אזעלכע נושאים וואס ווערען געווענטליך געלייגט און א זייט,און ווערען איגרענירט משום סיבות שונות ומשונות,ווערען אבער דא ארויפגרעברענט און די אפן און דיסקאסירט.
מצב,
ככה ככה.
יארגאנג,
און די דרייסיגער.
חסידות,
אומפארטייעש רעגיסטריריט ביי די וואלען אלץ א none בלע״ז
טאלאנטען,
איך האלט אינמיטען אויספיגורען.
שאיפות,
מיין איין שאיפה איז צו לעבן אבער געלעבט כדבעי.
פלענער,
שוין לאנג אדורך דיע פלאנען סטעיזש.
פאלענד ספרינג האט געשריבן:איך בין א אכט און צוואנציג יעריגער אינגערמאן וואס ארבעט שווער פאר פרנסה. איך סיין מיר אויף דא כדי צו האבן אן אוטלעט זיך אויסצוגעבן צו קענען ארויסלאזן אביסל סטיעם פון די ארבעט. איך האף צו שרייבן און ליינען ווען איך האב אביסל צייט דורכ'ן וואך.
Mendymendymendy האט געשריבן:ג.מ.ג. דאס מיינט, ג'ארנישט מ'יט ג'ארנישט! איך האב באמת נישט וואס צוצולייגן. איך פארשטיי נישט פארוואס איך מוז עס שרייבן מיט הונדערט און צוואנציג אותיות...
גייווייס האט געשריבן:איך צייל מיך צווישען די סאטמאר'ער מיטגלידער. נו וועלכע? וועלכע איר ווילט. מיינע אינטערעסען נעמען ארום א רייע פון טעמען, אריינגערעכענט אבער נישט באגרעניצט צו, וועלטליכע און לאקאלע פאליטיק, פילאזאפיע, געאגראפיע, אלגעמיינע וויסענשאפט, טעכנאלאגיע און טעאלאגיע. פון דא און ווייטער איז בלויז א שפרינג צו מיין אלטימאטיווע פעאיגקייט: דעמאגאגיע. כ'פארשפרעך צו זיין אן אומשאצבארער בייטראגער צו קאווע-שטיבעל פאלעמיק.
אוויץ האט געשריבן:איך שרייב דא פארוואס איך האב מחליט געווען צו ווערן א חבר אין קאווע שטיבל. כדי צי קענען ליינען וואס חברים האלטן אויף פארשידענע ענינים
אלץ ווייזער האט געשריבן:איך ליין אסאך אייערע ארטיקלען און איך פיל אסאך אז איך פיל ביי מיר די ווערטער צוצושרייבן אן הגה אדער עפעס אנצומערקן וכדומה האב איך געפילט אז איך מוז מיר שוין רעגיסטרירן אז איך זאל אויך האבן א דיעה וכדומה
כגוונא דיליה האט געשריבן:איך בין א יינגעמאנטשיק אין די הויכע 20 יאר׳ן איך ליין אסאך קאווע שטיבל שוין קרוב צו א יאר, סאיז א גיוואלדיגע מקום וואס קלינגט מסוף העולם ועד סופו ושמעו הולך בכל המדינות, סאיז חודש אלול א צייט פון תשובה האב איך אריינגקלערט אלץ הכרת הטוב איך זאל אויך שרייבען דא דארט מיינע צוויי גראשען
בן זכאי האט געשריבן:א געווענליכע מנחה-מעריב יונגערמאן, איך גלייך די מענטשהייט אבער געב זיך אכטונג צו האלטן אביסל א שטרענג פנים נישט צו ווערן קהל'ס נער, פון די אנדערע זייט בין איך דער לאכעדיגע פעטער און די אויפגעקלערטע שוואגער, דער וואס איר וואלט אויסגעוועלט צוצוגיין אין בית מדרש פרעגן ווען די נעקסטע מנין איז אדער בארגן א גארטל.
מיין מצב, טאלאנטן, אינטרעסן, יארגאנג, פלענער, און חסידות, זענען דינאמיש, עס טוישט זיך פון תקופה צו תקופה, טיילמאל פלאן איך צו ווערן א תלמיד חכם, און טייל מאל פלאן איך צו באגיין זעלבסמארד, עס זעהט אויס אז ביידע וועלן נישט פאסירן אין די נאנטע צוקונפט בעזהשי"ת.
וואס איך וויל מיטטיילן מיט חברים? איך האב נישט קיין סך צו אפערן, גאנץ ווייניג חכמה, און א קליין ביסל לעבנ'ס ערפארונג, איך וויל מיך דרייען אין שטיבל, קאמענטירן, נערווירן, לאכן, און אונטערוועגנס געוואויר ווערן אפאר נייע זאכ'ן וואס וועלן מיר אפשר קלוגער מאכן אין די אויגן פון מיין ווייב.
און יא איך ווייס וועלכע פרוכט מען נוצט פאר ד' מינים...