בלאט 10 פון 12
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 1:32 pm
דורך קול דודי
ישראל קאפקע האט געשריבן:פארוואס איז נישט דא קיין פאסילס פון פיש עלטערן, אדער איבערגאנג זגאלן פון פיש צו העכערע פארמען, איז עס אן אוטדעיטעד טענה? האט מען שוין יא געפונען?
טרענזישענאל פאסילס:
http://en.wikipedia.org/wiki/List_of_tr ... al_fossils.See "Invertebrates to fish" and "Fish to Tetropods"
אויב די האסט צייט גיי דורעך אלע. לייג דגוש אויף נישט נאר ווי זיי זעען אויס, נאר אויך אויף וויכטיגע און אינטערעסאנטע פיטשורס. Notochord, Jaw, etc. etc.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 1:36 pm
דורך זוכער
קול דודי האט געשריבן:ישראל קאפקע האט געשריבן:פארוואס איז נישט דא קיין פאסילס פון פיש עלטערן, אדער איבערגאנג זגאלן פון פיש צו העכערע פארמען, איז עס אן אוטדעיטעד טענה? האט מען שוין יא געפונען?
טרענזישענאל פאסילס:
http://en.wikipedia.org/wiki/List_of_tr ... al_fossils.See "Invertebrates to fish" and "Fish to Tetropods"
אויב די האסט צייט גיי דורעך אלע. לייג דגוש אויף נישט נאר ווי זיי זעען אויס, נאר אויך אויף וויכטיגע און אינטערעסאנטע פיטשורס. Notochord, Jaw, etc. etc.
הער דעם מיסטער מילער, ווי ער ברענגט צו פון פעילעינטאלידזשיסט וועלכע שרייען אז די פאסילס פון די ענסעסטארס זענען נישטא, און קיין שום אינטערמידיערי פיש און האלבע פארמעס זענען אוודאי נישטא. חלומות + דמיונות = עוואלושן.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 2:02 pm
דורך ישראל קאפקע
@קול דודי
עס איז זייער שווער פאר מיר צו וויסן וואס צו ליינען דארט, ער האט פיל מיט 'פרימיטיווע' שארק 'פרימיטיווע' דעיס יענס, וואס איך (אלס אומוויסנדער) ליינער קען אוועקמאכן אלס א מיוטעישן פון א עקזיטירנדן פיש,
ווייז מיר ענדערש איין ספעציפישע פאסיל וואס איז קלאר א פרימיטיווע פארם פון עי, און 'אויך' קלאר א עוואלווד פארם פון בי,
סתם overwhelming פאסיל ספעסימען ליסטע, מיט קליינע (אפי' גרעסערע) טוישונגען גייט מיר נישט איבערצייגן, ווען אויב מאקראו-עוואלושן איז 'איבערגעצייגט' דורך פאסילס, דארף זיין פלענטי (פון צווישן די מיליאנען) פאסילס וואס זענען קלאר טראנס-קלאסיקל, (סיק
)
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 2:36 pm
דורך קול דודי
ישראל קאפקע האט געשריבן:סתם overwhelming פאסיל ספעסימען ליסטע, מיט קליינע (אפי' גרעסערע) טוישונגען גייט מיר נישט איבערצייגן, ווען אויב מאקראו-עוואלושן איז 'איבערגעצייגט' דורך פאסילס, דארף זיין פלענטי (פון צווישן די מיליאנען) פאסילס וואס זענען קלאר טראנס-קלאסיקל, (סיק
)
ערשטנס, דארף נישט זיין "פלענטי". דאס איז א מיספארשטעדעניש ווי א קליינער פערסענטעזש פון בע"ח ווערן פאסילס. צווייטנס, איך בין נישט זעכער וואס הייסט ביי דיר "קלאר". בע"ח טוישן זיך צעביסלעך אין אלע פיטשערס אויף אמאל. ס'קיינמאל נישט געווען א קעצל אן בריסטן אדער א פיש מיט א קאפ פין א מויז למשל. אבער און די לינק וואס איך האב געגעבן קענסטו קלאר זעען ווי (כמו-) פיש זענען געווארן לאנד חיות (טעטראפאדס - כמו קראקידילן) איין טריט אויף אמאל. למשל די, וואס איז נענטער צי א פיש אבער האט שוין הענט אויף וואס ער קען קריכן (מיט wrist ביינער!).
http://en.wikipedia.org/wiki/Tiktaalikזעי די לינק איבן פאר מער פישיגע אין אויך מער קראקאדייליגע. טריט נאך טריט.
אגב, דאכט זיך אז די מאכסט א טעות דא. די הוכחות אויף עוואלושן זענען זייער אסאך, אבער טראנזישאנאל פאסילס שפילט גראדע נישט זייער א גרויסע ראלע און דעם. איך פרוביר נישט דא צו ברענגען הוכחות אויף עוואלאשן - איך לאז דיך אליין גיין לערנען דאס אויב די ווילסט. (בעיקר ווייל פונקט ווי אנדערע לימודים גייט עס נישט על רגל אחת.) אי וויל פשט ווייזן אז די טענה אס ס'איז נישטא אזעלכע פאסילס איז פשוט עמעראצעס.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 3:11 pm
דורך הקטן
דא האסטו א לינק וואס איך האב געשריבן נאכן זען די לינק וואס קול דודי האט געשריבן
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 3:44 pm
דורך הקטן
[tag]המלוכה והממשלה[/tag] די ביסט דאך א חלק פון
דיין סטאטיסטיק.
איז דאס דען א באווייז אז די האסט דארך געטון די זאך objectively?
אדער אז די האסט בכלל די כלים דאס דארך צוטון?
אדער ווייזט דאס סך הכול אז די האסט א באגער צו פארשטיין וואס די גרויסע טאטעס פארשטייען
אין דאן זעסט שוין בחוש א פיי אין די סקיי
בדרך אגב וואו אזוי ביסטו אנגעקימן צו די מסקנה אז
אז נאר מאמינים וואס האלטען אז עוואלושען איז א סתירה צו זייער רעלגיע "זעען איין" אז עוואלושען איז "BS"
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 4:32 pm
דורך זוכער
המלוכה והממשלה האט געשריבן:הקטן האט געשריבן:בדרך אגב וואו אזוי ביסטו אנגעקימן צו די מסקנה אז
אז נאר מאמינים וואס האלטען אז עוואלושען איז א סתירה צו זייער רעלגיע "זעען איין" אז עוואלושען איז "BS"
אדרבה, ברענג מיר איין סייענטיסט וואס איז נישט קיין מאמין וואס האלט אז עוואלושען איז BS.
נאר איין!!
איך רייב זיך די אויגן, צי איך זעה גוט.
וועלכער סייענטיסט וועט מודה זיין אז ער גלייבט אין גאט. ער קען דאך עס נישט פראוון מיט סייענס. דאס איז דאך די אלף בית פון סייענס, אז יעדע זאך דארף האבן א קאוז. גאט איז נישט קיין קאוז. ווייל ער קען עס נישט באווייזן.
יעדע זאך וועט ער האט א תירוץ, די מבול!
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 4:58 pm
דורך ישראל קאפקע
@קול דודי
'פלענטי' מיין איך צו זאגן אז צווישן די מיליאנען געפונענע פאסילס, וואלט סטאטיסטיש 'געזאלט' זיין פלענטי טראנזישינל פאסילס, דעריבער קען מען נישט ענטפערן אז עס איז דא, נאר מען האט נאך נישט געפונען,
לויט עוואלושן בין איך, און אלע היינטיגע פלארא און פונא טראנזישינל ספישיס לגבי די שפעטערע וואס גייען זיין צען מיליאן יאר ארום, סאו צווישן די מיליאנען פאסילס פון אונזערע פארגייער און אונזערע קינדער, וואס אונזערע פיר-אדער-זעקס-פינגערדיגע-אולטרא
-וויאלעט-זעענדע-אולטרא-סאונד-הערענדע נאכפאלגער גייען שטודירן אין זייערע מוזעאום'ס, גייט מוזן זיין פלענטי פון אונזער (זיבן ביליאן, פלוס) ספעסימען, אויב נישט קען עס זיין א פשוטער מיוטעישן וואס איז גלייך אויסגעשטארבן, אדער עפעס אנדערש, אן זיין א ראיה אויף מאקראו עוואלושן, אדרבה, עס וועט נאך זיין א פראבלעם פאר א טעאריע פון מאקראו עוואלושן.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 5:50 pm
דורך [NAMELESS]
טאמאס נעגל איז א אטעיסט אין לייקענט עוועלושן
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 6:36 pm
דורך זוכער
גראדעמעכעלע האט געשריבן:טאמאס נעגל איז א אטעיסט אין לייקענט עוועלושן
איידער עדווארד האבל האט ערפינדן אז די אוניווערס האט געגעבן א אנהייב (סאו קאללד ביג בענג) האט די גאנצע סייענטיפישע וועלט געהאלטן אז די וועלט איז א קדמון און שטייט "אייביג". פאר אייביג איז נישט דא. ממילא האט דער אטעאיסט נישט געמוזט אננעמען דארווינס BS, ווייל אלעס איז אייביג געווען און פארטיג.
ווען די וועלט האט זיך אויפגעוועקט אז די וועלט איז גאר א נייע. ס'איז באשאפן געווארן א יש מאין, האט זיך אנגעהויבן שיסן יארן. פון 100 טויזענט איז געווארן א מיליאן, נאכדעם צו 10 מיליאן, צו א ביליאן, ווי מער ווייטע קערפער זיי טרעפן אויבן ווי מער ליכט-יאר, מוזן זיי ארויפשיסן די נאמבערס, היינט האלטן די חכמים ביי 13 ביליאן יאר. ממילא איז עוואלושן די איינציגסטע מיטל וויאזוי צו פארבלייבן אן אטעאיסט - אויב ער וויל נישט אננעמען ID.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 6:48 pm
דורך זוכער
המלוכה והממשלה האט געשריבן:גראדעמעכעלע האט געשריבן:טאמאס נעגל איז א אטעיסט אין לייקענט עוועלושן
טאמעס נעגעל איז נישט קיין סייענטיסט און ער לייקענט נאר אין געוויסע פרטים פון עוואלושען. ער איז איז אויך מודה אז די וועלט איז ביליאנע יאהר אלט וכו', און אז פשוטו של מקרא אין בראשית איז נישט מעגליך אז עס זאל שטימען מיט די מציאות.
קוק אפאר תגובות צירוק ווי יידל שרייבט שוין "נעגל גלייבט יא אין עוואלוציע נאר נישט אין נעטשורעל סעלעקשאן".
יעצט לאמיך נאכמאל איבער'חזרען מיין פוינט. וויבאלד עס איז קלאר אז כדי צו זיין א מאמין דארף מען נישט לייקענען אין עוואלושען, און כדי צו זיין א כופר דארף מען נישט גלייבען אין עוואלושען, פארוואס זעען אונז א מאדנע צופאל אז נאר מאמינים וואס האלטען אז עוואלושען איז א סתירה צו זייער רעלגיע "זעען איין" אז עוואלושען איז "BS"?? פארוואס איז נישט דא אפילו איין סייענטיסט וואס איז נישט קיין מאמין וואס האלט אז עוואלושען איז BS??
ווייל די איוויל אינקלינעישאן טרייבט צו כפירה. אזוי זעה איך בעיני השכל.
אויך פארשטיי איך אז פאר א פורק-עול איז געאייגענט צו זיין א כופר, ווייל עס איז אים געשמאקער אויף דעם וועלט. עס גייט אפשר נישט אריין אין דיין קאפ?
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 6:52 pm
דורך הקטן
[tag]המלוכה והממשלה[/tag] לאז מיך צילייגן צי דיין שאלה, זענען דא וואס זענען געווען עטיאיסטען און ווייל זיי האבן אנגעפאנגען צו האבן פייגליך אין קאפ אויף עוואלוציע זענען זיי געווארן אדער גאט גלייביג אדער עגנאסטיג?
די עטיאיסט האט ביזדערווייל 3 options וואס ער קען לעבן מיט. אדער זאגן עוואלוציע און קען ווייטער בלייבן דאס וואס ער איז אדער זאגן דיזיין און ווערן אויס עטיאיסט אדער זאגן איך ווייס נישט און ווערן אויס עטיאיסט.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 7:23 pm
דורך געפילטע פיש
זוכער האט געשריבן:יידל האט געשריבן:ישראל קאפקע האט געשריבן:יידל האט געשריבן:רענדאמלי טאקע נישט. נעטשורעל סעלעקשאן איז נישט רענדאם.
נישט די עוואלושן פון לעבן אויף אונזער וועלט איינמאל דו האסט שוין די ריכטיגע קאנדישנס, נאר די פאקט אז אונזער פלאנעט האט די פונקטליכע קאנדישנס פאר לעבן זיך צו אנטוויקלען (די גאלדילאקס זאון),
כ'כאפ נישט. וואס איז מיט די גאלדילאקס זאון?
[tag]יידל[/tag] מאכסט מיך לאכן. איך וועל דיר געבן 8 עקזאמפלען, וועלכע וועלן איבערצייגן יעדן "נארמאלן" מענטש, נאר נישט אזעלכע מאלפע-אייניקלעך, וועלכע זענען עקסטרעם פאנאטיש און בלינד-נאאיוו!
1) וויאזוי האט די מאמע קעצעלע געזייגט איר קינד אין די "ביליאנען/טריליאנען/זיליאנען יאר איידער זי האט געהאט בריסטן?... וואס האט דאס נעבעכדיגע קיטען געגעסן.. ווען האט דאס ארימע קיטען אנגעהויבן זייגן אז ס'האט אנגעהויבן ארויסוואקסן בריסטן פאר די מאמע קעצעלע. פארוואס האט דאס נעבעכעדיגע בעיבי קעצעלע אנגעהויבן סאקן די מאמע אונטערן בויך? - נישט פאני?
2) ווען די קליינע בעיבי טשיק האט געדארפט ארויסקומען פון די אייעלע.. פארוואס איז די אייעלע שאלעכץ פונקט אזוי דיק אז עס די קליינע טשיק קען עס אויפברעכן? ווען עס וואלט געווען א טראפ דיקער, וואלטן די אלע קליינע טשיקס געשטארבן און נישט געקענט ארויסקומען. - ווען עס וואלט געווען א טראפ דינער, וואלט זיך די עגג שעלל צעבראכן איידער די טשיק איז רעדי ארויסצוPOP'ן און ארויסקומען בשלימות? - נישט פאני?
איך האב קיינמאל נישט דורכגעטוהן די אייער, אבער וואטס די ביג דיל? אזוי ארבעט נאטוראל סעלעקשאן, מיוטעישענ'ס קענען פארמירן כל מיני דיקיקייטן פון אייער, און די אלע מיוטעישענס וואס האבן פראדאצירט צו דיקע אדער דינע אייער איז טאקע נישט געבליבן קיין שריד ופליט פון זיי, און וואונדער איבער וואונדער! פונקט די וואס דו באגעגענסט זענען די אייניקלעך פון די אייער וואס זענען געווען די גוטע דיקיגקייט.3) ווען וואסער פאלט צו פיר דעגרי קעלט - ווער עס ווייניגער דענס. און עס הייבט אן פלאוטן און נישט זינקען? - אויב יא, וואלט אלע מארין לייף גע'פגר'ט ווען דער אויבערשטער שיכט ים ווערט געפרוירן... דערוויילט, פלאוט די אייז אויבן, און די וואסער אונטן פרירט נישט? - נישט פאני?
ווען די טעמפעראטור אין די וואסערען וואלטן געווען אנדערש וואלטן אנדערע מינע לייף פארמס עוואלווד, עיין ערך די פאדעלס די זעלבע שעיפ ווי די לעכער.4) ווען די וועלט וואלט געווען 94 מיליאן מייל אוועק פון די זון וואלט די וועלט געווען א שטיק אייז - געפרוירן. און אלעס וואלט גע'פגר'ט. ווען עס וואלט געווען 92 מיליאן מייל אוועק, וואלט פלאנט ערד פארברענט געווארן! נישט פאני?
סתם שטותים ארויסגעזויגן פון פינגער, ווי קול דודי האט שוין געזאגט איז די ארביט נישט קיין פערפעק סירקעל, און גראדע קומט אויס אז די צייט פון יאר וואס מיט זענען די נענסטע צום זין איז אין יאנוואר, אינמיטן ווינדער אויפן צפון העמיספיער, און מיר זענען די ווייטסטע אינמיטן זומער, אין יולי. חוצמזה וואס וואלט ווען די וועלט געווען אביסל ווארימער אדער קעלטער וואלטן די לייף פארמס וואס וואלטן עוואלווד אין דעם וועלט געווען אויסגעשטעלט צו די טעמפעראטורן און וואלטן עוואלווד אויסצושטיין צו יענע אומשטענדען. דו ווייסט אז מיר זענען שוין אריבער אפאר אייז עידזשעס דא און לייף אן ערטה איז נישט געגאנגען שלאפן. דאס איז די קונצליכקייט וואס די בוכ"ע האט אריינגעלייגט אין עוועלושען. 5) היידראדזשין מוזט קאנווערטן .007% פון איר מעס אויף היליום, צו דערהאלטן לייף אויף אונזער פלאנט. - ווען עס וואלט קאנווערטעט א 100'טן ווינציגער .006%, - וואלט גארנישט געלעבט! / איין 100'טן מער .008% וואלט גארנישט געלעבט! נישט פאני?
כדאמירן, פאדעלס. מיין זיידער טעסטיקעלס האבן פראדאצירט מיליאנען ספערם צעלן, וואס זענען די שאנסען אז פונקט איין ספערם זאל אונקומען צום איי? איינס אין א מיליאן, מאכט דען סענס אז פונקט מיין ספערם סעל פון וואס איך בין געבוירן געווארן זאל אנקומען די ערשטע צום איי?6) פלאנעט ערד האט 21 פראצענט אקדיזשען - צוויי פראצענט ארויף אדער אראפ וואלט אלעס גע'פגר'ט - נישט פאני?
ווילסט איך זאל עס זאגן נאכאמאל? פאדעלס. שטעל דיך פאר אז ס'וואלט אלעמאל געווען 32 פראצענט אקסידזשען וואלטן די ברואים וואס וואלטן עוואלווד אונטער יענע אומשטענדען אויך געזאגט אז קוק! אונז קענען אטעמען נאר אין 32 פראצענט אקסיגען, ווינציגער ווי דעם גיען מיר אויס, מער פון דעם ווערן אונזער בלוט צעלן אויפגעבלאזן, און פונקט אין אונזער וועלט איז דא פונקט די פראצענט אקסיגען וואס מיר דארפן האבן, נישט פאני?7) ווען פלאנעט ערד וואלט געווען אזוי קליין וואו רוב אנדערע פלאנעטן - וואלט מיר פארברענט געווארן פון די זון - ווען עס וואלט געווען גרעסער, וואלט אלעס פארפרוירן געווארן, ווייל די זון וואלט נישט געקענט ווארימען און גארנישט וואלט געוואקסן. נישט פאני?
אקעי, כוועל עס זאגן נאכאמאל, ווייסטו וואס? כ'גיי נישט. נאר די אנדערע ברואים אויפן אנדערען פלאנעט וואס איז יא "פונקט" די גוטע גרויסקייט צו ענטהאלטן לייף וואלטן אזוי געזאגט.8) ווען די זון האט נישט די אזאון לעיער, וואלט אלעס חרוב געגאנגען פון די שעדליכע זון שטראלן - ווען דער לעיער איז דאפעלט - וואלט די ליכטיגקייט נישט צוגעקומען צו אונז. - נישט פאני?
די זון האט נישט קיין אזאון לעיער, אבער שוין. פאר א תירוץ קוק אפאר שורות ארויפציהר.איין תירוץ.... איך בין א פאנאטישער דארוויניסט מיט טויזענט קעפ. איינמאל הייסט עס נעטרול סעלעקשאן. ווען עס שטימט נישט געט מען עס א נאמען רענדאם מיוטעישאנס. ווען דאס שטימט אויך נישט הייבט מען אן שימפן און שעלטן און מאקן... יא. @זוכער.
און ביך רעדי פאר אלע קללות פוןן אלע מאנקי אייניקלעך! / NO WAY קען דארווינס BS ענטפערן די 8 פאני זאכן.
אויב גייסטו ווילדעווען און האקן אינקאהערענט זאצן גיי איך זיך נישט מתיחס זיין בכלל, אבער אויב וועסטו ענטפערן ווי א מענטש קען מען ווייטער אנגיין. לערן דיך פון ישראל קאפקע, טענה זיך נארמאלערהייט. א דאנק.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 7:23 pm
דורך געפילטע פיש
זוכער האט געשריבן:המלוכה והממשלה האט געשריבן:הקטן האט געשריבן:בדרך אגב וואו אזוי ביסטו אנגעקימן צו די מסקנה אז
אז נאר מאמינים וואס האלטען אז עוואלושען איז א סתירה צו זייער רעלגיע "זעען איין" אז עוואלושען איז "BS"
אדרבה, ברענג מיר איין סייענטיסט וואס איז נישט קיין מאמין וואס האלט אז עוואלושען איז BS.
נאר איין!!
איך רייב זיך די אויגן, צי איך זעה גוט.
וועלכער סייענטיסט וועט מודה זיין אז ער גלייבט אין גאט. ער קען דאך עס נישט פראוון מיט סייענס. דאס איז דאך די אלף בית פון סייענס, אז יעדע זאך דארף האבן א קאוז. גאט איז נישט קיין קאוז. ווייל ער קען עס נישט באווייזן.
יעדע זאך וועט ער האט א תירוץ, די מבול!
זאג, ווען אונז האבן געווארפן עפלעך אויפן טיטשער, וואו ביזטו געווען? ווער רעדט דא פון אמונה? מ'רעדט פון נישט אננעמען עוועלושען. מ'קען נישט כופר זיין אין עוואלאשען אן גלייבן אין גאט? דו כאפסט וואס דאס מיינט, יא?
זוכער האט געשריבן:קול דודי האט געשריבן:זוכער האט געשריבן:איך פארשטיי טאקע נישט עוואלושען. איך זאג עס בקול רם
נו, און די
פארלאנגסט מ'זאל דאס לערנען מיט דיר על רגל אחת? און אויב נישט, וועסטו פראקלאמירן אז דאס איז BS וויבאלד די פארשטייסט דאס נישט? זאג, קוואנטום מעקאניקס און רעלאטיוויטי פארשטייסטו יא? די קרעבס סייקל פארשטייסטו? איז דאס אלעס BS?
רעלאטיווי ווענדט נישט אפ בראשית ברא אלקים.קוואנטאם פיזיקס ווענדט נישט אפ בראשית ברא אלקים.
קיין שום לאו פון טערמעל-דיינעמיקס איז נישט קיין סתירה צו בראשית ברא אלקים.
טענו לא בחיטים והודה בזיתים. ער פרעגט אויב דאס אז מ'קען דיר נישט אויסלערנען די גאנצע טעאריע אויף איין פוס אויף א אנליין פארום פרעגט אפ די גאנצע טעאריע אויב אזוי איז גאנץ קוואנטום מעקאניקס, וכו' מופרך מאליו ווייל דו פארשטייסט עס נישט. סא וואס ענטעפרסטו דא?
גראדעמעכעלע האט געשריבן:טאמאס נעגל איז א אטעיסט אין לייקענט עוועלושן
טאמאס נעגל איז נישט קיין סייענטיסט.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 7:24 pm
דורך זוכער
המלוכה והממשלה האט געשריבן:די אפשענ'ס זענען אזוי. מ'קען זיין א.....
1] מאמין וואס האלט אז זיין אמונה איז א סתירה צו עוואלושען און גלייבט אז די וועלט איז ווייניגער פון 6000 יאהר
2] מאמין וואס גלייבט אין עוואלושען און האלט אז זיי אמונה איז נישט קיין סתירה מיט עוואלושען
3] מאמין וואס האלט אז זיין אמונה וואלט נישט געוועהן קיין סתירה צו עוואלושען, אבער האלט אז עוועלושען איז עניוועי אפגעפרעגט
4] אפיקורס וואס גלייבט אין עוואלושען אבער ווייסט נישט ווי אזוי לעבן האט זיך אנגעפאנגען
5] אפיקורס וואס גלייבט נישט אין עוואלושען און ווייסט נישט ווי אזוי לעבן האט זיך אנגעפאנגען און אנטוויקעלט
אויב איז זיין קעגן עוואלושען לאגיש, זענען אלע פינעף וועגן לאגישע וועגן צו טראכטען. פארוואס איז נאר דא נאמבער 1, אבער 3 און 5 עקזיסט נישט??
נאמבער 4 איז אינטערעסאנט. ער גלייבן אין עוואלושן אבער ווייסט נישט וויאזוי לעבן האט אנגעהויבען. וויאזוי ארבעט דאס?
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 7:29 pm
דורך הקטן
מיין שאלה איז יעצט נישט "פארוואס"
מיין שאלה צי דיר איז אזוי:
די ווילסט בויען אויף די פאקט אז אידער עטיאיאיסט וואס דו קענסט גלייבט און עוואלוציע (און אויך א טייל מאמינים און גאט) זאל דאס זיין somehow proof אז צי טראכטן אזוי דארף מען נישט זיין בייעס
אויב אבער איך וועל דיר ווייזען א עטיאיסט וואס זייענדיג אן עטיאיסט קימט אויף אז עוואלוציע איז BS קענסטו נישט אויף אים זאגן אז religious bias האט אים געטריבן צי טראכטן אזוי.
וואס ער דיסייד דערנאך, צו ווערן א מאמין אדער א עגנאסטיג איז שוין בכלל נישט נוגע
איך האף אז די וועסט פארשטיין, און נישט איבערקייען די זעלבע אלטע. זאגן אז א יעדער האלט אזוי הייסט נישט געטראכט!
טראכט פאר דיר אליין, גיי נאך די עווידענס, האב נישט קיין מורא צי באמערקן אז די קעניק איז נאקעט
ב.ד.וו מיינע 3 options האב איך נאר גערעד פין די עטיאיסט'ס options - קוק איבער
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 10:46 am
דורך זוכער
געפילטע פיש האט געשריבן:זוכער האט געשריבן:יידל האט געשריבן:רענדאמלי טאקע נישט. נעטשורעל סעלעקשאן איז נישט רענדאם.
נישט די עוואלושן פון לעבן אויף אונזער וועלט איינמאל דו האסט שוין די ריכטיגע קאנדישנס, נאר די פאקט אז אונזער פלאנעט האט די פונקטליכע קאנדישנס פאר לעבן זיך צו אנטוויקלען (די גאלדילאקס זאון),
כ'כאפ נישט. וואס איז מיט די גאלדילאקס זאון?
[tag]יידל[/tag] מאכסט מיך לאכן. איך וועל דיר געבן 8 עקזאמפלען, וועלכע וועלן איבערצייגן יעדן "נארמאלן" מענטש, נאר נישט אזעלכע מאלפע-אייניקלעך, וועלכע זענען עקסטרעם פאנאטיש און בלינד-נאאיוו!
1) וויאזוי האט די מאמע קעצעלע געזייגט איר קינד אין די "ביליאנען/טריליאנען/זיליאנען יאר איידער זי האט געהאט בריסטן?... וואס האט דאס נעבעכדיגע קיטען געגעסן.. ווען האט דאס ארימע קיטען אנגעהויבן זייגן אז ס'האט אנגעהויבן ארויסוואקסן בריסטן פאר די מאמע קעצעלע. פארוואס האט דאס נעבעכעדיגע בעיבי קעצעלע אנגעהויבן סאקן די מאמע אונטערן בויך? - נישט פאני?
2) ווען די קליינע בעיבי טשיק האט געדארפט ארויסקומען פון די אייעלע.. פארוואס איז די אייעלע שאלעכץ פונקט אזוי דיק אז עס די קליינע טשיק קען עס אויפברעכן? ווען עס וואלט געווען א טראפ דיקער, וואלטן די אלע קליינע טשיקס געשטארבן און נישט געקענט ארויסקומען. - ווען עס וואלט געווען א טראפ דינער, וואלט זיך די עגג שעלל צעבראכן איידער די טשיק איז רעדי ארויסצוPOP'ן און ארויסקומען בשלימות? - נישט פאני?
איך האב קיינמאל נישט דורכגעטוהן די אייער, אבער וואטס די ביג דיל? אזוי ארבעט נאטוראל סעלעקשאן, מיוטעישענ'ס קענען פארמירן כל מיני דיקיקייטן פון אייער, און די אלע מיוטעישענס וואס האבן פראדאצירט צו דיקע אדער דינע אייער איז טאקע נישט געבליבן קיין שריד ופליט פון זיי, און וואונדער איבער וואונדער! פונקט די וואס דו באגעגענסט זענען די אייניקלעך פון די אייער וואס זענען געווען די גוטע דיקיגקייט.3) ווען וואסער פאלט צו פיר דעגרי קעלט - ווער עס ווייניגער דענס. און עס הייבט אן פלאוטן און נישט זינקען? - אויב יא, וואלט אלע מארין לייף גע'פגר'ט ווען דער אויבערשטער שיכט ים ווערט געפרוירן... דערוויילט, פלאוט די אייז אויבן, און די וואסער אונטן פרירט נישט? - נישט פאני?
ווען די טעמפעראטור אין די וואסערען וואלטן געווען אנדערש וואלטן אנדערע מינע לייף פארמס עוואלווד, עיין ערך די פאדעלס די זעלבע שעיפ ווי די לעכער.4) ווען די וועלט וואלט געווען 94 מיליאן מייל אוועק פון די זון וואלט די וועלט געווען א שטיק אייז - געפרוירן. און אלעס וואלט גע'פגר'ט. ווען עס וואלט געווען 92 מיליאן מייל אוועק, וואלט פלאנט ערד פארברענט געווארן! נישט פאני?
סתם שטותים ארויסגעזויגן פון פינגער, ווי קול דודי האט שוין געזאגט איז די ארביט נישט קיין פערפעק סירקעל, און גראדע קומט אויס אז די צייט פון יאר וואס מיט זענען די נענסטע צום זין איז אין יאנוואר, אינמיטן ווינדער אויפן צפון העמיספיער, און מיר זענען די ווייטסטע אינמיטן זומער, אין יולי. חוצמזה וואס וואלט ווען די וועלט געווען אביסל ווארימער אדער קעלטער וואלטן די לייף פארמס וואס וואלטן עוואלווד אין דעם וועלט געווען אויסגעשטעלט צו די טעמפעראטורן און וואלטן עוואלווד אויסצושטיין צו יענע אומשטענדען. דו ווייסט אז מיר זענען שוין אריבער אפאר אייז עידזשעס דא און לייף אן ערטה איז נישט געגאנגען שלאפן. דאס איז די קונצליכקייט וואס די בוכ"ע האט אריינגעלייגט אין עוועלושען. 5) היידראדזשין מוזט קאנווערטן .007% פון איר מעס אויף היליום, צו דערהאלטן לייף אויף אונזער פלאנט. - ווען עס וואלט קאנווערטעט א 100'טן ווינציגער .006%, - וואלט גארנישט געלעבט! / איין 100'טן מער .008% וואלט גארנישט געלעבט! נישט פאני?
כדאמירן, פאדעלס. מיין זיידער טעסטיקעלס האבן פראדאצירט מיליאנען ספערם צעלן, וואס זענען די שאנסען אז פונקט איין ספערם זאל אונקומען צום איי? איינס אין א מיליאן, מאכט דען סענס אז פונקט מיין ספערם סעל פון וואס איך בין געבוירן געווארן זאל אנקומען די ערשטע צום איי?6) פלאנעט ערד האט 21 פראצענט אקדיזשען - צוויי פראצענט ארויף אדער אראפ וואלט אלעס גע'פגר'ט - נישט פאני?
ווילסט איך זאל עס זאגן נאכאמאל? פאדעלס. שטעל דיך פאר אז ס'וואלט אלעמאל געווען 32 פראצענט אקסידזשען וואלטן די ברואים וואס וואלטן עוואלווד אונטער יענע אומשטענדען אויך געזאגט אז קוק! אונז קענען אטעמען נאר אין 32 פראצענט אקסיגען, ווינציגער ווי דעם גיען מיר אויס, מער פון דעם ווערן אונזער בלוט צעלן אויפגעבלאזן, און פונקט אין אונזער וועלט איז דא פונקט די פראצענט אקסיגען וואס מיר דארפן האבן, נישט פאני?7) ווען פלאנעט ערד וואלט געווען אזוי קליין וואו רוב אנדערע פלאנעטן - וואלט מיר פארברענט געווארן פון די זון - ווען עס וואלט געווען גרעסער, וואלט אלעס פארפרוירן געווארן, ווייל די זון וואלט נישט געקענט ווארימען און גארנישט וואלט געוואקסן. נישט פאני?
אקעי, כוועל עס זאגן נאכאמאל, ווייסטו וואס? כ'גיי נישט. נאר די אנדערע ברואים אויפן אנדערען פלאנעט וואס איז יא "פונקט" די גוטע גרויסקייט צו ענטהאלטן לייף וואלטן אזוי געזאגט.8) ווען די זון האט נישט די אזאון לעיער, וואלט אלעס חרוב געגאנגען פון די שעדליכע זון שטראלן - ווען דער לעיער איז דאפעלט - וואלט די ליכטיגקייט נישט צוגעקומען צו אונז. - נישט פאני?
די זון האט נישט קיין אזאון לעיער, אבער שוין. פאר א תירוץ קוק אפאר שורות ארויפציהר.איין תירוץ.... איך בין א פאנאטישער דארוויניסט מיט טויזענט קעפ. איינמאל הייסט עס נעטרול סעלעקשאן. ווען עס שטימט נישט געט מען עס א נאמען רענדאם מיוטעישאנס. ווען דאס שטימט אויך נישט הייבט מען אן שימפן און שעלטן און מאקן... יא. @זוכער.
און ביך רעדי פאר אלע קללות פוןן אלע מאנקי אייניקלעך! / NO WAY קען דארווינס BS ענטפערן די 8 פאני זאכן.[/quote]
אויב גייסטו ווילדעווען און האקן אינקאהערענט זאצן גיי איך זיך נישט מתיחס זיין בכלל, אבער אויב וועסטו ענטפערן ווי א מענטש קען מען ווייטער אנגיין. לערן דיך פון ישראל קאפקע, טענה זיך נארמאלערהייט. א דאנק.[/quote]
אויב דו האסט נישט געהערט דעם שיעור פון ר' אביגדור מילער וואס איך האב ארויפגעשטעלט, איז ממש א שאד צו רעדן יעדעס ווארט.
איך גלויב אז נאכן הערן וועסטו כמעט זיכער אליין אפמעקן אלעס וואס דו האסט דא אויבן געשריבן. (פארשטיי אליין פארוואס).
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 11:58 am
דורך טאמבל סאס
נישט ר' אביגדור האט געזוכט א תירוץ. דו ביסט געווען דער וואס פארפירט שוין צוויי טעג אז ער דארף א תירוץ אויף די "אכט פאני זאכן". אז דו ביסט נישט גענוג קלאר דערין כדי עס צוגעבן צופארשטיין ביזטו דאך שוין נישט בעסער ווי דיע וועמען דו רופסט אן "עוועלוציע גלויביגער". דו גלייבסט אז ר' אביגדור מילער האט גוטע קשיות אפצופרעגן נישט נאר אלע פאקטן וואס פוינטן אז די טעאריע פון עוועלוציע איז אמת נאר אויכעט די תירוצים וואס פרעגן אפ זיינע קשיות אויף די פאקטן.... נאך גוט האבן אונזערע חכמים געזאגט, אז ס'פעלט אין הסברה פעלט אין הבנה.
מילא עוועלוציע פארשטיי איך ווען עמיצער זאגט ס'איז אים שווער צו פארשטיין אלעס אבער דאך מאכט עס פאר אים מער סענס אבער אינטעלידזשענט דיזיין איז דאך נישט אזוי שווער צו פרשטיין. פארקערט, ווי מער מ'פארשטייט נישט אלץ מער ראיה צו אינטעלידזשענט דיזיין.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 12:09 pm
דורך זוכער
טאמבל סאס האט געשריבן:נישט ר' אביגדור האט געזוכט א תירוץ. דו ביסט געווען דער וואס פארפירט שוין צוויי טעג אז ער דארף א תירוץ אויף די "אכט פאני זאכן". אז דו ביסט נישט גענוג קלאר דערין כדי עס צוגעבן צופארשטיין ביזטו דאך שוין נישט בעסער ווי דיע וועמען דו רופסט אן "עוועלוציע גלויביגער". דו גלייבסט אז ר' אביגדור מילער האט גוטע קשיות אפצופרעגן אלע פאקטן וואס פוינטן אז די טעאריע פון עוועלוציע איז אמת. נאך גוט האבן אונזערע חכמים געזאגט, אז ס'פעלט אין הסברה פעלט אין הבנה.
מילא עוועלוציע פארשטיי איך ווען עמיצער זאגט ס'איז אים שווער צו פארשטיין אלעס אבער דאך מאכט עס פאר אים מער סענס אבער אינטעלידזשענט דיזיין איז דאך נישט אזוי שווער צו פרשטיין. פארקערט, ווי מער מ'פארשטייט נישט אלץ מער ראיה צו אינטעלידזשענט דיזיין.
@טאמבל סאוס ער האט בסך הכל געעענטפערט: "
פאדלס".
דערפאר האב איך אים מייעץ געווען, ער זאל ביטע שפענדן אנדערהאלבן שעה, און אויסהערן מיסטער מילער, וועט ער זעהן אז פאדלס ענטפערט גארנישט. און איך בין זיכער אז נאכן אויסהערן דעם קאסעטע וואס איך האב ארויפגעשטעלט וועט ער אליין אפמעקן וואס ער האט געשריבן. כ'מיין איך בין גענוג קלאר.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 8:53 pm
דורך סודני
יידל האט געשריבן:זוכער האט געשריבן:@יאיר האט דאס געשריבן.
@יידל ביטע ענטפער אים אפ:
איך וויל צולייגן דאס וואס געראלד שראודער רעכנט אויס, אז אפילו אויב אלע אטאמען אין דער גאנצער יוניווערס וואלטן געווען קאמפיוטער טשיפס וואס פראדוצירן טריליאנען בוכשטאבן יעדע סעקונדע דורכאויס די גאנצע דרייצן ביליאן יארן פון די עקזיסטענץ פון די יוניווערס, וואלט עס נישט געקענט פראדוצירן אפילו איין פאעם פון שעיקספעיר פון 844 בוכשטאבן. פאקטיש איז דאס אלעס בלויז א משהו קעגן די צייט וואס וואלט זיך פארלאנגט צו ערמעגליכן דאס צו פראדוצירן. און טראכט אריין, דאס זענען די רעזולטאטן ווען מען רעכנט איין פאעזיע. מיר רעדן נישט פון א פאעם אדער אפילו א בוך, אדער אפילו אלע אפגעשריבענע אינפארמאציע אין די וועלט. דא רעדט מען פון א וועלט מיט ביליאנען מענטשן, וואס יעדער מענטש האט צענדליגער טריליאנען צעלן, און יעדע איינציגסטע די ען עי צעל האט דריי ביליאן בוכשטאבן געשריבן אויף א פערפעקטער סדר! און דאס איז אויסער די אלע לעבעדיגע צעלן פון געוואוקסן און באשעפענישן. אודאי וועלן באלד קומען די תירוצים פון עוואלוציע וכו' אבער למעשה איז דאס אלעס א רעזולטאט פון א בלויזע עקסידענט לויט די אטעאיסטן.
דאס פרעגט נישט אפ טעארעטיש די מאלפע טעאראם אויב מען נעמט אין באטראכט די מולטיפל יוניווערס טעאריע, אבער דאס גיבט א ריכטיגער בליק איבער וואס די שאלה האנדלט זיך.
[אגב, איך מיין מען זאל טוישן די נאמען פון די אשכול צו עפעס אזויווי "דעבאטע איבער די ארגומענט פון דעזיין".
כ'זע נישט וואס איך דארף דא אפענטפערן. האב איך אמאל געזאגט אז עס איז געשען ביי עקסידענט? אויב יא איז עס נישט געווען במכוון. אוודאי איז עס נישט געשען ביי עקסידענט, מיר אידן גלייבן דאך אינעם רבוש"ע. בסך הכל קריג מיר זיך דא אויף דער נאטורליכער פראעצעדור וואס דער רבוש"ע האט באשאפן. דו האלטסט אז עס איז געווען ספאנטעניעס דזשענערעישאן אין זעקס טעג, איך האלט עוועלושען מיט נאטורליכער סעלעקשאן אויף וואס רבי שמשון רפאל הירש
האט שוין געזאגט וואס ער האט געזאגט כידוע/
קודם יידל א גרויסן יש״כח, דיינע תגובות דא זענען זייער אינפארמיטיוו,
אבער איר טוט דא מסביר זיין אז עוולאשניסט מיט גאט קען גיין אינאיינעם,
וויל איך אייך פרעגן דער עוואלאשניסט איז מסביר אז אלעס וואס איז דא איז פערצופאל אזוי געלונגען, ס׳האט נישט געהאט קיין שום פלאנירער, וועגן דעים וועט ער פרובירן אנוויזן כסדר אז געוויסע נבראים זענען נישט פערפעקט, אין דאס איז די פאדאמענט פין עוואלוציעניסטן. אינטעלג׳נט דיזיין זאגט אז וואס די זעסט איז פלאנירט במחשבה תחילה ער איז אויך מודה אז דאס האט גיקענט האבן א פראסעס אויפן וועג, וויל איך אייך פרעגן ווען איר זאגט אז עס איז דא גאט אין גאט האט באשאפין די נאטורן זענט איר נישט שוין אויפן פלאץ מחולק מיט די פאדאמענט פין די עוואלאשניסט, וויל די רגע איר זאגט אז איינער האט באשאפין די נאטורן איז דאך שוין דא א פלאן צי די גאנצע בריאה. אין די tools צי דעים פלאן איז די נאטור, איז ווי פונקטליך זאגט איר אנדערש פין די וואס האלטן אינטעלגט דיזיין .
אין בכלל וויל איך פרעגן דעים עוולושניסט. ער לאזט נישט פרעגן ווער עס האט באשאפין די נאטור אין ער זאגט כסדר איך רעדט נאר נאכדעים וואס נאטור האט שוין דיקטאקטירט. פארשטיי איך נישט ווי אזוי קען מען אנהייבן זאגן יא פלאנירט נישט פלאנירט ווען מיר ווילן נישט קוקן אויף די כלים מיט וואס די בריאה איז באשאפין גיווארן, וויל דאס איז דאך קלאר אויב האט מען די כלים געמיזט באשאפין איז דאך אוטימאטיש מוכרח אז עס האט יא געהאט א פלאן מתחילה איז ווי אזוי קען מען באמת דן זיין די בריאה צי עס איז מיט א פלאן אויב. מיר ווילן נישט דן זיין אינאיינעם פין ווי נאטור קומט.
איך וועל איבער חזר׳ן מיין שאלה מיר פרעגן דעים סייענטיסט איז די בריאה צישטאנד געקומען ביי עקסידענט ענטפערט ער אז יא , פרעגן מיר עים ווער האט באשאפן נאטור זאגט ער אז מיר ווייסן נאכנישט אין דאס איז די שיינקייט פין סייענס מ׳קען אין מ׳מעג ענטפערן אונז ווייס מיר נישט. אז איר ווייסט נישט צי די נאטור איז באשאפין גיווארן צי. נישט ווי אזוי קענט איר זאגן אז די גאנצע בריאה איז א צי פילג אז די סייענטיסט ווייסט נישט פין ווי נאטור קען מען דעיס אויך נישט ווער עס קען זאל. מר ביטע ארויס העלפן
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 9:08 pm
דורך מאטי
הרב סודני; ס'דא אטעאיסטישע עוואלוציניסטן וואס זאגן אז נאטור ארבייט פון זיך אליינס, אדער אז זיי ווייסן נישט ווער. ווידער איז דא אידישע וואס זאגן אז השם זאגט פאר די געזעצן פון נאטור ווי אזוי זיך צו פירן. הגע בעצמך: דו מאכסט א ברכה "באהאמ"ה המוציא לחם מן הארץ." ציט דען גאט ארויס בפועל ברויט פון דער ערד? מ'דארף שוויצן הארעוון ל'ט מלאכות און מיט דעם אלעם דארף מען גרויס רחמי שמים צו זען א פערטיגע ברויטל. איז דאס א פעלער אין גאט אויב עטליכע זאנגען טון נישט זייער פעולה ווי געהעריג? ניין, ס'איז א נאטורליכע פראצעס, וואס שעפט אירע כוחות פון השם און מ'זאגט מיט רעכט המוציא לחם מן הארץ.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 9:36 pm
דורך זוכער
מאטי האט געשריבן:הרב סודני; ס'דא אטעאיסטישע עוואלוציניסטן וואס זאגן אז נאטור ארבייט פון זיך אליינס, אדער אז זיי ווייסן נישט ווער. ווידער איז דא אידישע וואס זאגן אז השם זאגט פאר די געזעצן פון נאטור ווי אזוי זיך צו פירן. הגע בעצמך: דו מאכסט א ברכה "באהאמ"ה המוציא לחם מן הארץ." ציט דען גאט ארויס בפועל ברויט פון דער ערד? מ'דארף שוויצן הארעוון ל'ט מלאכות און מיט דעם אלעם דארף מען גרויס רחמי שמים צו זען א פערטיגע ברויטל. איז דאס א פעלער אין גאט אויב עטליכע זאנגען טון נישט זייער פעולה ווי געהעריג? ניין, ס'איז א נאטורליכע פראצעס, וואס שעפט אירע כוחות פון השם און מ'זאגט מיט רעכט המוציא לחם מן הארץ.
@מאטי. כולא עלמא מודי אז ברויט איז דער ענד-גאול פון ווייץ.
דער מענטש וואס מיר ווייסן איז דערדער מבחר היצורים, איז דאך לויט עוואלושינסט א פארבעסערונג פון די עיפ. ממילא קומט אויס לויט די טעאריע אז א 100 טויזנט יאר ארום, וועלן מיר היינטיגע מענטשן (מעגליך) זיין ווי מאנקיס אדער ניענדערטעלס קעגן די עדווענסד מענטשן פון די קומענדיגע דורות.
דער אטעאיסט-עוואלושינסט זעה איך נישט פארוואס ער זאל א פראבלעם דערמיט - דער גלויביגער אבער מוז זיך מעטשען פארוואס גאט האט גערוהט דעם 7'טאן טאג, די בריאה גייט געהעריג אן, און ווערט נתחדש יעדע סעקונדע.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 9:51 pm
דורך מאטי
זוכער יעצט האסט דאס גענאגעלט!! ביסט הונדערט פראצענט גערעכט! איך צו צוריק פון אלעם..... הרב מיללער אמת ותורתו אמת.
איך בין אזוי אינספירירט.. אז איך בין גרייט אנצוהייבן וואלונטירן פאר דעם צוועק. אלזא אויב די ביסט געענגט אמאל אין צייט שיק מיר אן אישי מיט א דרעפט און איך וועל אי"ה דאס צורעכט מאכן און ארויסלייגן. (פארשטייט זיך מיט דיין הסכמה) ישר כח פארן מיר צוריק ברענגט צום לויטערן אמונה.