בלאט 10 פון 14

נשלח: מאנטאג מערץ 16, 2015 7:54 pm
דורך [NAMELESS]
א גרויסן ישר כח @ געוואגטיונגל פארן אפדעיטן מיט די נייעס

נשלח: מאנטאג מערץ 16, 2015 8:05 pm
דורך chusid
25 רשימות? ?

נשלח: מאנטאג מערץ 16, 2015 9:59 pm
דורך smart
גיבור איכה??

שכוח געוואקעטע אינגעל וכל השאר פאר די געשמאקע אפדעיטס

איך פרעזנדליך בין שטארק פאר אוירעבאך ווייל איך פיעל זיין פעין איך מיין ער האט א שטארקע טענה ער האט עני טיים אזא עולם וואו בעלז וויזניץ און פארוואס ביי די חסידים קען זיין עקסטער אןו ביי די ליטאים דארף אלעס זיין אינטער איינער

וואס האלט דער עולם??

נשלח: דינסטאג מערץ 17, 2015 8:01 am
דורך פלעין יודיש
ברעיקינג
אמשנובער רבי שליט''א האט היינט געהייסן וועלן פאר משה אבוטבול

נשלח: דינסטאג מערץ 17, 2015 9:14 am
דורך יואליש
א ענגלישע קורצע אפהאנדלונג איבער די פאליטישע שפיל און ישראל, פאר מענטשן ווי מיר וועלכע לייגן צו קאפ הערשט אינעם טאג פון די בחירות.

http://www.newyorker.com/news/news-desk ... cal-center

נשלח: דינסטאג מערץ 17, 2015 11:49 am
דורך [NAMELESS]
דערווייל ביז 4:00 זענען שוין ארויס געקומן 45.4% , עטוואס שוואכער וואו דער 46.6%פון 2013 ,

עס זעט אויס וואו סיי די אראבישע פארטייען (אקעי זיי האט מען זיך גערעכנט)און סיי יש עתיד קומן ארויס גאר שטארק און די מאסן !! די אראבישע פארטייען האבן שוין געהאט 11% און די צייט וואס זיי האבן געהאט 3% און די וואלן 2013 !!

נשלח: דינסטאג מערץ 17, 2015 11:51 am
דורך [NAMELESS]
יאיר אטינגר שרייבט אויף טוויטער אז אלי ישי איז נישט געווען אויף דער קאנפרענץ פון קול חיי ווייל זיי זענען אום מחרים ! מני גירא שורץ זאגט אז ער ווייסט פון כמה פעמים וואס מען האט אום איינגעליידנט און ישי האט עס אפגעווארפן !

נשלח: דינסטאג מערץ 17, 2015 11:55 am
דורך ישמעאל הכהן
לוי קהת האט פריער געלייקענט אויף קול אחינו ראדיא אז ער זאל האבן געשטימט פאר זבולון כרם יפני פון די מטה אפרים פארטיי.

נשלח: דינסטאג מערץ 17, 2015 11:59 am
דורך [NAMELESS]
דערווייל איז נאך נישט געווען קיין גרויסע פראוואקאציעס זאגן די פאליציי און אלעס גייט מער ווייניגער כשורה ,

אבער און ירושלים ביי א קלפי און רמות שלמה האבן זיי ארעסטירט א היימישע וואס האט פראבירט גנב'ענן די שטום צעטלעך וואס באלאנגט פאר קץ / יחד ,

און אנדערע נייעס איז דאס די ערשטע מאל וואס האדמו"ר מביאלה איז מצביע !!

נשלח: דינסטאג מערץ 17, 2015 12:18 pm
דורך גיבור
איך בין דא נאר איך האב פשוט ממש נישט קיין צייט צו שרייבן, ואתכם הסליחה.
איין זאך נאר מען בעט יעדער וואס רבותיו הייסען גיין וועלן זאל פליז נישט מאכן קיין פערסאנאלע קליינע חשבונות נאר רבותי ביטע גייט וועלן פאר די אות "ג".

נשלח: דינסטאג מערץ 17, 2015 12:22 pm
דורך ישמעאל הכהן
קענסטעך איבערדרייען, איך מיט מיין ווייב שטימען נישט!

נשלח: דינסטאג מערץ 17, 2015 12:38 pm
דורך [NAMELESS]
דער קארט האט געפסקנט אז עס איז פארבאטן צו לאזן לויפן די ווערטער פון נתניה היינט ,

ח"כ אחמד טיבי טענה'ט אז דאס וואס ביבי שרייט אז ביי די אראבישע פארטייען גייט מען און די מאסן . איז א ספין פון די רעכטע ,
ער זאגט אז עס איז גאר פארקערט ווייל די צה"ל קומט אריין גאר שטארק מיט א העכערונג פון 2.8% פון 2013 !!

נשלח: דינסטאג מערץ 17, 2015 12:39 pm
דורך [NAMELESS]
ישמעאל הכהן האט געשריבן:קענסטעך איבערדרייען, איך מיט מיין ווייב שטימען נישט!

היינו טעמא דשופר היינו טעמא דמגילה ...

נשלח: דינסטאג מערץ 17, 2015 12:44 pm
דורך ישמעאל הכהן
וויפיל אזייגער וועט מען דא וויסן די אויסגאנג?

נשלח: דינסטאג מערץ 17, 2015 12:49 pm
דורך פלאוויוס
גיבור האט געשריבן:איך בין דא נאר איך האב פשוט ממש נישט קיין צייט צו שרייבן, ואתכם הסליחה.
איין זאך נאר מען בעט יעדער וואס רבותיו הייסען גיין וועלן זאל פליז נישט מאכן קיין פערסאנאלע קליינע חשבונות נאר רבותי ביטע גייט וועלן פאר די אות "ג".


פארוואס דארף מען האבן אזעלכע קליינליכע פערסאנאלע חשבונות און וועלן פאר "ג"? פאר גרויסע חשבונות קען מען דאך וועלן פאר ליכוד אדער, זאל נישט אויסגערעדט זיין, פאר המחנה הציוני. נישט אזוי? ;)

נשלח: דינסטאג מערץ 17, 2015 1:47 pm
דורך [NAMELESS]
6:00 אזייגער , פראצענט וויילער האלט ביי 54.6% , 0.9% ווייניגער וואו די בחירות 2013 , און צה"ל איז די שטומען ביי 59% , מיט 4% העכער וואו פאריגע מאל ,

נתניהו האט שארף פארדאמט די פסק פון אפהאלטן זיין רעדע , שרייענדיג אז יעדער זאגט וואס ער וויל און נאר אום שטעלט מען אפ ..

ליכוד האט היינט מודה געווען אויף די פעלשונג וואס זיי האבן געטון איבער כחלון , און עס איז א הקלטה פון פאריגע מאל און נישט פון די יעצטיגן בחירות , ליכוד האט באקומן א געלט קנס אויף דעם ,

נשלח: דינסטאג מערץ 17, 2015 2:31 pm
דורך ונבנתה העיר
עס איז דא א לוח וואס דער ליובאוויטשער רבי ז"ל האט מסדר געווען אויף שנת תש"ג מיט'ן נאמען 'היום יום', אויף יעדן טאג איז דא עפעס א קורצער ווארט פון זיין שווער דער ריי"צ.

איז מיר געווען אינטערעסאנט וואס ער שרייבט היינט - כ"ו אדר:

בשלשה כלי שרת - אהבת ה', אהבת התורה, אהבת ישראל - צריכים צעירים בני תורה לגשת לעבוד בכרם ה' צבאות, לקרב לב אחיהם לקיום מצות מעשיות וקביעות עתים לתורה - מבלי התחשב עם מחלת המפלגות. והאמת הגמור הוא, אשר לב ישראל הוא מעין מקור מים חיים, וברית כרותה לעבודה ותעמולה שאינן חוזרות ריקם.

נשלח: דינסטאג מערץ 17, 2015 2:46 pm
דורך [NAMELESS]
ישמעאל הכהן האט געשריבן:וויפיל אזייגער וועט מען דא וויסן די אויסגאנג?

10:00 אזייגער ווען מען ענדיגט שטימן וועלן אנהייבן אריין קומן באריכטן ,

נשלח: דינסטאג מערץ 17, 2015 3:25 pm
דורך [NAMELESS]
8:00 אזייגער , פראצענט וויילער ביי 65.7% , העכער מיט 2% וואו 2013 , שאצונגען אז עס וועט זיין מער וואו 70% וויילער , וואס איז שוין נישט געווען זייט 1999.

כחלון קוקט אויס אריין צו קומען שטארק , ליכוד און המחנה קוקן אויס שווה בשווה ,מרץ, יחד, ליברמן, איז נאך א ? אויב זיי גייען אריבער דעם אחוז החסימה , שס קוקט אויס גאנץ כמעשה ביי 9 בענקלעך ,

נשלח: דינסטאג מערץ 17, 2015 4:06 pm
דורך [NAMELESS]
יו"ר מטה שס שמואל דדון זאגט אז עס איז מעגליך אז זיי ציען אן 11 בענקלעך !!

נשלח: דינסטאג מערץ 17, 2015 4:06 pm
דורך געוואלדיג
ער האט אליין געזאגט

נשלח: דינסטאג מערץ 17, 2015 4:10 pm
דורך [NAMELESS]
נאנטע צו ביבי זאגן אז קואליציה וועט נאך ווערן געשלאסן היינט נאכט !!

נשלח: דינסטאג מערץ 17, 2015 4:15 pm
דורך [NAMELESS]
עקזיט פאולס פון ערוץ הכנסת , המחנה 27 , ליכוד 26 ,אראבישע פארטייען 13 !, יש עתיד 12 ! , כולנו 10 ! , בנט 9 ,שס 7 ,יהדות 6 , מרץ 5 , ליברמן 5 , יחד 0000000........!!!!!!!!

עקזיט פאולס פון חדשות 10 ,פון קמיל פוקס (וואס ער איז געווען גאנץ אקוראט די לעצטע 3 מאל !) המחנה - ליכוד 27 תיקו !! ,אראבישע פארטייען 13 ,יש עתיד 11 , בנט בלויז 8 ! ,