בלאט 10 פון 16

נשלח: מאנטאג יאנואר 05, 2015 6:53 pm
דורך שבת אחים
ונבנתה העיר האט געשריבן:68. אשה כי תזריע - אז א בחור וועט רייכערן, וילדה זכר - וועט מען איהם ארויסווארפן פון ישיבה.


69 . עס דערמאַנט מיר א מעשה וואס כ׳האב אמאל געהערט פון א צווייטען ראש ישיבה וואס האט זיך אמאל אויפגערעגט אויף א תלמיד האט ער אים געזאגט דבר אחר (דו) ביד חזקה שתים און אים דערלאנגט צוויי קלינגעדיגע פּעטש

נשלח: מאנטאג יאנואר 05, 2015 6:56 pm
דורך ונבנתה העיר
און אז מען רעדט שוין, אמאל ווען איינער האט נישט גערעדט צו די זאך פלעגט מען איהם חתונה מאכן מיט א דבר אחר, ווי רש"י זאגט: עורבא פרח - השיאו לדבר אחר...

נשלח: מאנטאג יאנואר 05, 2015 7:32 pm
דורך געוואלדיג
א בעל קורא פלעגט זיך אלץ צוזאם ליידן פון עפעס א פרוי אין ווייבער שוהל וואס פלעגט איהם אלץ פארעכטן, האט ער מחליט געווען איהר צו מסדר זיין איינמאל פאר אלעמאל, ווען עס איז געקומען פרשת וישב האט ער געליינט אז פוטיפר'ס ווייב האט געזאגט פאר יוסף "שכבה עמו" שרייט די פרוי פון ווייבער שיהל נו.. שכבה עמי... שרייט ער איך וויל נישט....

נשלח: מאנטאג יאנואר 05, 2015 7:35 pm
דורך געוואלדיג
70. איך חלום טאקע אבער איך שלאף נישט
פאנעווזשער רב הרב כהאנמאן

נשלח: מאנטאג יאנואר 05, 2015 8:07 pm
דורך berlbalaguleh
שבת אחים האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:
נהורא נפישא האט געשריבן:בודהא האט געלעבט נאך ביפאר אידן האבן געהאט א טשענס צו ליידן
59. זיך אפלאזן פון רייכערן איז פון די לייכטסטע זאכן, איך האב דאס שוין געטאן א טויזענט מאל.

נהורא נפישא: דו ביסט גערעכט. איך האב איהם פארטוישט מיט "גאנדי" , דעם באוואוסטן גרויסן גוי'אישן "צדיק"... וועלכער האט אויסגעדריקט סימפאטיע פאר די פאלעסטינער ליידן...און נישט פאר די אידישע צרות...!



ר׳ בערל, בדרך אגב בודהא האט נישט וויי געטוהן קיין שום באשעפניש ער איז געוועהן פון די סאמע עלטסטע גוט־זאגערס אין די מענטשליכע היסטערי האבענדיג געלעבט 2500 יאהר צוריק איז ער געוועהן פון די סאמע ערשטע מענטשען צו פּראָמאָוטן פרידאָם און איקוואַלאַטי פאר יעדעם , די בודהא רעליגיע קאַנטרעדיקט נישט קיין שום אנדערע רעליגיע און עס איז בכלל נישט סותר צו אונזער אמונה אַנשטאָט טוט די בודהא רעליגיע פאָקוסן אויף ספּיריטשאַליטי און מעדיטאַציע Meditation און וויאזוי א מענטש קיין זיין בשמחה און צופרידן אפגעזעהן אין וואסערע מצב ער איז,

ס׳איז דא וואס זאגן אז אסאך שטיקלעך חז״ל און ספּעציעל פּרקי אבות זענען נאכגעזאגט פון בודהא עכ״פּ אסאך מוסר ספרים און ספרי חסידות זענען זיכער גע׳קאָפּיעט פון בודהא די גאנצע קאנצעפט פון שמחה און עצבות גאוה און ענוה און התבודדות איז איין שטיק בודהא וואס פארשידנע אחרונים האבן עס אריינגעברענגט /אריינגעגנב'ט אין אונזער רעליגיע דורך א אונטער־טירל,

כ׳האב געהערט אז דוד בן־גוריון איז געווהען א באַהאלטענע בודהיסט און אז ער איז געפאהרן קיין טיבעט זיך טרעפן מיט איינע פון די טיבעטן בודהא טיטשערס בשעת ער איז געוועהן די פּרעימער פון ישראל, קען איינער דאס קאָנפירמען ?

שבת אחים:קודם כל. זייענדיג א מאמין אין אמת פון די חז"ל לאזט זיך מיר נישט גלייבן (כ'האב אפילו נישט קיין הוה אמינא) אז די חכמי המשנה האבן עפעס א שמץ גענומען פון בודהא'ס לערעס אין מוסר און עטיקעט. חוץ פון דעם בין איך א אידישער נאציאנאליסט. און יא, א ציוני אויך. אזוי אז איך האלט נישט אז אונזערע חכמים האבן געדארפט צוקומען צו די גוי'אישע געלערנטע אפצלערנען זיך פון זיי שיינע מידות.

נשלח: מאנטאג יאנואר 05, 2015 8:10 pm
דורך מאטי
71 איך שעץ אסאך מער די דיעות פון דעם סאטמער'ן רב, ווי די דיעות פון בן גוריון.

נשלח: מאנטאג יאנואר 05, 2015 8:12 pm
דורך berlbalaguleh
געוואלדיג האט געשריבן:א בעל קורא פלעגט זיך אלץ צוזאם ליידן פון עפעס א פרוי אין ווייבער שוהל וואס פלעגט איהם אלץ פארעכטן, האט ער מחליט געווען איהר צו מסדר זיין איינמאל פאר אלעמאל, ווען עס איז געקומען פרשת וישב האט ער געליינט אז פוטיפר'ס ווייב האט געזאגט פאר יוסף "שכבה עמו" שרייט די פרוי פון ווייבער שיהל נו.. שכבה עמי... שרייט ער איך וויל נישט....

געוואלדיג: ייש"כ. איך קוילער נאך יעצט פאר געלעכטער פון דעם דזשאוק... :lol: :roll:

נשלח: מאנטאג יאנואר 05, 2015 11:57 pm
דורך אויסגערוט
געוואלדיג האט געשריבן:א בעל קורא פלעגט זיך אלץ צוזאם ליידן פון עפעס א פרוי אין ווייבער שוהל וואס פלעגט איהם אלץ פארעכטן, האט ער מחליט געווען איהר צו מסדר זיין איינמאל פאר אלעמאל, ווען עס איז געקומען פרשת וישב האט ער געליינט אז פוטיפר'ס ווייב האט געזאגט פאר יוסף "שכבה עמו" שרייט די פרוי פון ווייבער שיהל נו.. שכבה עמי... שרייט ער איך וויל נישט....

דעס דערציילט מען אויף בריסקער רב'ס טאכטער (אשת ר' מיכל פיינשטיין). אויף זי איז אויכעט דא דער מעשה אז זי האט געדארפט ווערן א כלה צו איינע פון די גדולים (כ'געדענק נישט ווער) און ס'האט זיך נישט אויסגעארבעט. יארן שפעטער איז ער געקומען צו איר אינדערהיים מפייס זיין. אויפן וועג ארויס באגלייט אים ר' מיכל און זאגט זי קען אייך מוחל זיין אבער איך קען אייך נישט מוחל זיין.....

נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 2:29 am
דורך שבת אחים
berlbalaguleh האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:
נהורא נפישא האט געשריבן:בודהא האט געלעבט נאך ביפאר אידן האבן געהאט א טשענס צו ליידן
59. זיך אפלאזן פון רייכערן איז פון די לייכטסטע זאכן, איך האב דאס שוין געטאן א טויזענט מאל.

נהורא נפישא: דו ביסט גערעכט. איך האב איהם פארטוישט מיט "גאנדי" , דעם באוואוסטן גרויסן גוי'אישן "צדיק"... וועלכער האט אויסגעדריקט סימפאטיע פאר די פאלעסטינער ליידן...און נישט פאר די אידישע צרות...!



ר׳ בערל, בדרך אגב בודהא האט נישט וויי געטוהן קיין שום באשעפניש ער איז געוועהן פון די סאמע עלטסטע גוט־זאגערס אין די מענטשליכע היסטערי האבענדיג געלעבט 2500 יאהר צוריק איז ער געוועהן פון די סאמע ערשטע מענטשען צו פּראָמאָוטן פרידאָם און איקוואַלאַטי פאר יעדעם , די בודהא רעליגיע קאַנטרעדיקט נישט קיין שום אנדערע רעליגיע און עס איז בכלל נישט סותר צו אונזער אמונה אַנשטאָט טוט די בודהא רעליגיע פאָקוסן אויף ספּיריטשאַליטי און מעדיטאַציע Meditation און וויאזוי א מענטש קיין זיין בשמחה און צופרידן אפגעזעהן אין וואסערע מצב ער איז,

ס׳איז דא וואס זאגן אז אסאך שטיקלעך חז״ל און ספּעציעל פּרקי אבות זענען נאכגעזאגט פון בודהא עכ״פּ אסאך מוסר ספרים און ספרי חסידות זענען זיכער גע׳קאָפּיעט פון בודהא די גאנצע קאנצעפט פון שמחה און עצבות גאוה און ענוה און התבודדות איז איין שטיק בודהא וואס פארשידנע אחרונים האבן עס אריינגעברענגט /אריינגעגנב'ט אין אונזער רעליגיע דורך א אונטער־טירל,

כ׳האב געהערט אז דוד בן־גוריון איז געווהען א באַהאלטענע בודהיסט און אז ער איז געפאהרן קיין טיבעט זיך טרעפן מיט איינע פון די טיבעטן בודהא טיטשערס בשעת ער איז געוועהן די פּרעימער פון ישראל, קען איינער דאס קאָנפירמען ?

שבת אחים:קודם כל. זייענדיג א מאמין אין אמת פון די חז"ל לאזט זיך מיר נישט גלייבן (כ'האב אפילו נישט קיין הוה אמינא) אז די חכמי המשנה האבן עפעס א שמץ גענומען פון בודהא'ס לערעס אין מוסר און עטיקעט. חוץ פון דעם בין איך א אידישער נאציאנאליסט. און יא, א ציוני אויך. אזוי אז איך האלט נישט אז אונזערע חכמים האבן געדארפט צוקומען צו די גוי'אישע געלערנטע אפצלערנען זיך פון זיי שיינע מידות.


קודם כל איך האב נישט געזאגט אז חכמי המשנה האבן גענומען זייערע עטיקס פון בודהא לייען איבער מיין תגובה ביטע פאר דו ווערסט אזוי צווילדעוועט כ׳האב געשריבן ״ס׳איז דא וואס זאגן אז אסאך שטיקלעך חז״ל און ספּעציעל פּרקי אבות זענען נאכגעזאגט פון בודהא״ סאיז דא וואס זאגן מיינט׃ ״מאַנכע זאגן״
וואס איך האב געזאגט איז :
עכ״פּ אסאך מוסר ספרים און ספרי חסידות זענען זיכער גע׳קאָפּיעט פון בודהא די גאנצע קאנצעפט פון שמחה און עצבות גאוה און ענוה און התבודדות איז איין שטיק בודהא וואס פארשידנע אחרונים האבן עס אריינגעברענגט /אריינגעגנבּט אין אונזער רעליגיע דורך א אונטער־טירל,

אָט דאס איז א פאַקט ! אז די אחרונים האבן גענומען זאכן געבויט אויף געוויסע בודהא טיטשונגס למשל התבודודת און די גאנצע קאנצעפט פון שמחה און עצבות גאוה און ענוה , ער איז געוועהן די ערשטע צו רעדן פון די זאכן פאר 2500 יאהר צוריק און ביי אונז ווערט עס אין ערגעץ נישט געברענגט אין קיין שום ספר פאר 250 יאהר צוריק!! איז מאך אליינס דעם חשבון!
חוץ מזה גלייב איך אז ס׳קען זיין אז חז״ל האבן יא גענומען געוויסע זאכן פון גוישע און גריכישע פילאַסעפערס און ס׳האט גארנישט צוטוהן צו מ׳איז א מאמין אין חז"ל צו מאיז א אידישער נאציאנאליסט צו מאיז א פּאָפּענער ווי די מדרש זאגט בפירוש׃ חכמה בגוים תאמין

אידן האבן אלעמאל גענומען געוויסע זאכן פון גוים אין פארשידנע תקופות און די חז״ל האבן דאך געשריבן איזהו חכם? הלומד מכל אדם, מכל מלמדי השכלתי און אויב דו ווילסט טאקע וויסן דעם אמת איבער די אידישע היסטערי אלץ א ״אידישער נאציאנאליסט״ וואלסטו געמעגט וויסן דעם אמת אז מ׳האט יא גענומען געוויסע זאכן פון גוים פּונקט אזויווי מ׳האט אין מאַרמאָראש אפגעקויפט די ניגונים פון די גוישע פּאַסטיכער ,

דעס אלעס איז געזאגט געווארן אויב דו ווילסט וויסן דעם אמת פון די אידישע היסטארי אויב אבער ווילסטו צושטאָפּן די אויערן אין הערן נאר וואס דו ווילסט הערן האסטו אלע רעכטן סאיז דא אסאך אזעליכע מענטשען וואס האלטן אזוי דאַכצעך דו ברענגסט זיי אראפּ גאנץ אפט איינער מנשה פליפּ פלאַפּ און סענדער דער דייטש :lol: :lol: :lol: :D :D :D

נ״ב איך פריי מיך באמת אז דו ביסט א ציוני און נישט קיין איפּכא מסתברא אדער א נטורי קרתא מאך נאר זיכער נישט אריינצוקלאפּן אין קאפקע אדער מ״ב בעק :( :roll:

נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 10:27 am
דורך [NAMELESS]
אויסגערוט האט געשריבן:
געוואלדיג האט געשריבן:א בעל קורא פלעגט זיך אלץ צוזאם ליידן פון עפעס א פרוי אין ווייבער שוהל וואס פלעגט איהם אלץ פארעכטן, האט ער מחליט געווען איהר צו מסדר זיין איינמאל פאר אלעמאל, ווען עס איז געקומען פרשת וישב האט ער געליינט אז פוטיפר'ס ווייב האט געזאגט פאר יוסף "שכבה עמו" שרייט די פרוי פון ווייבער שיהל נו.. שכבה עמי... שרייט ער איך וויל נישט....

דעס דערציילט מען אויף בריסקער רב'ס טאכטער (אשת ר' מיכל פיינשטיין). אויף זי איז אויכעט דא דער מעשה אז זי האט געדארפט ווערן א כלה צו איינע פון די גדולים (כ'געדענק נישט ווער) און ס'האט זיך נישט אויסגעארבעט. יארן שפעטער איז ער געקומען צו איר אינדערהיים מפייס זיין. אויפן וועג ארויס באגלייט אים ר' מיכל און זאגט זי קען אייך מוחל זיין אבער איך קען אייך נישט מוחל זיין.....

דער גדול איז געווען דער סטריקובער רבי ז"ל.

נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 11:09 am
דורך א איד
72. דאס ביסל וואס איך פארמאג איז רואיגקייט, דאס ביסל וואס איך שטרעב נאך איז לייטישקייט.

נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 3:33 pm
דורך געוואלדיג
73. איינער האט געפרעגט פון א צווייטן וואס טראכסטו? האט ער גענטפערט איין פריוואטע זאך איז נאך דא היינט, ווילסטו מיר דאס אויך צונעמען..

נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 7:45 pm
דורך מאטי
74 עלוויס האט פארלאזט דעם בנין.

נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 8:14 pm
דורך ונבנתה העיר

נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 8:15 pm
דורך יאיר
75. איך בין א אידישער נאציאנאליסט. און יא, א ציוני אויך.

נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 8:15 pm
דורך ונבנתה העיר
בערל.

נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 8:22 pm
דורך יאיר
76. איך בין א ציוני אבער נישט א נאציאנאליסט.

נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 8:28 pm
דורך הערשי
ס'איז אלעמאל אזוי קאלט דא?

נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 8:30 pm
דורך מאטי
זעמל

נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 8:31 pm
דורך מאטי
יאיר האט געשריבן:76. איך בין א ציוני אבער נישט א נאציאנאליסט.

איך אויך

נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 8:33 pm
דורך יאיר
מאטי האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:76. איך בין א ציוני אבער נישט א נאציאנאליסט.

איך אויך

:o

נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 8:33 pm
דורך שבת אחים
הערשי האט געשריבן:ס'איז אלעמאל אזוי קאלט דא?

זעמיל, ישעי גוביטש אויף די לעצטע געדאנק :lol:

נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 8:34 pm
דורך יאיר
ראש חודש קויפט די מאמע א שאקאלאדע.