בלאט 10 פון 16
נשלח: פרייטאג מאי 08, 2015 1:40 pm
דורך געוואלדיג
ועל זה אמרינן
- וועלעכע חסיד ביסטו?
- פאפא, האסט א פראבלעם?
- וועלעכע חסיד ביסטו?
- סקווירא, אבער צו מיר קענטו רעדן....
נשלח: פרייטאג מאי 08, 2015 1:41 pm
דורך בונדל
ניין. איך בין נישט פון די מיטלמעסיגע. צו מיר קענסטו נישט רעדן... נאר שרייבן...
איך קען דיר נישט זאגן קיין הסברים, און פאר ענטפערען. איך קען נאר זאגן פאקטן.
נשלח: פרייטאג מאי 08, 2015 2:04 pm
דורך בונדל
דער בארימטער גמ"ח אין סקווירא מאכט א דינער קומענדיגע וואך, און ר' גבריאל ששון - וואס האט פארלוירען זיבען קינדער ר'ח ניסן, וועט קומען דארט רעדען.
נשלח: פרייטאג מאי 08, 2015 3:48 pm
דורך מנשה לוסטיג
diff האט געשריבן:זעט אויס אז זיי זענען דאס עכטע ממשיכי דרך חסידות. אז דער ליטפיק קען נישט קומען צו זיך
ר' עקיבא האט געזאגט, אז ווען ער איז געווען א עם הארץ, האט ער געזען א תלמיד חכם, האט ער עהם געוואלט צורייסן ווי א פיש.
Re: חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם
נשלח: פרייטאג מאי 08, 2015 4:43 pm
דורך א איד
איך מיין אז מען קען שוין טוישן די נאמען פונעם אשכול אויף נייעס מחצר הקודש דחסידי סקווירא והמסתעף.
נשלח: זונטאג מאי 10, 2015 12:15 am
דורך בונדל
אין עטליכע מינוט ארום וועט מען קענען הערן איבער "חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם", ווען כ"ק מרן רבינו שליט"א וועט זאגן דברות קודש און כולל זיין אלע ענינים וואס פעלן זיך אויס צו זיין סקווערער חסידים.
נשלח: זונטאג מאי 10, 2015 12:21 am
דורך שמעון וואלף
אז די באמפסט אריין אין מנשה, שיק אים א גריס.
נשלח: זונטאג מאי 10, 2015 12:27 am
דורך בונדל
אין סקווירא הייבט מען אן לערנען דעם ספר מאור עינים, מיט בחינות בעיון.
אנטשולדיגט אז איך קען נישט געבן דעם באמפ אין מנשה, אלס חשש גילוי.
נשלח: זונטאג מאי 10, 2015 12:43 am
דורך געוואלדיג
איך האף אז נאך די שמועס פונעם רבי'ן שליט"א וועסטו קומען דא אונז איבער געבן וואס די מהלך איז, א דאנק.
נשלח: זונטאג מאי 10, 2015 12:45 am
דורך חקרן
בונדל, וואס האט דער רבי געזאגט? - מיר ווארטן אויף א באריכט.
נשלח: זונטאג מאי 10, 2015 2:39 am
דורך [NAMELESS]
חקרן האט געשריבן:בונדל, וואס האט דער רבי געזאגט? - מיר ווארטן אויף א באריכט.
אפשר האט דער רבי בתוך הדברים אויך געאסר'ט צו גיין אויף קאווע שטיבל
נשלח: זונטאג מאי 10, 2015 3:32 pm
דורך בונדל
דער רבי האט מעורר געווען איבער דעם ענין פון תפילה. דאווענען אויפן קול און לויטן נוסח. אנהויבן פון קרבנות, זיך נישט מיטכאפן. דער קאפ זאל זיין דערביי. דער שמועס איז געווען צוטיילט אין דרייען. ערשטע חלק איז געווען איבער די גרויסקייט פון לערנען מאו'ע, צווייטע האלב איז געווען איבער די חשיבות פון תפילה, דריטע האלב איז געווען א "סימנא מילתא" (אזוי רופט עס דע רבי). ער טייטש איין די גאצנע שמועס אין די ערשטע פאר פסוקים פון די וואכדיגע פרשה.
Re: חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם
נשלח: זונטאג מאי 10, 2015 3:47 pm
דורך petergrifin
דריטע האלב?
נשלח: זונטאג מאי 10, 2015 3:54 pm
דורך בונדל
לייען איבער נאכאמאל.
נשלח: זונטאג מאי 10, 2015 3:56 pm
דורך איך אויך
ער מיינט צו זאגן אז דו האסט נישט געלערנט קיין מעטה אין חדר.
נשלח: זונטאג מאי 10, 2015 4:24 pm
דורך בונדל
און איך זאג נאכאמאל. הסברים און ויכוחים, וועל איך איבער לאזען פאר אונזער קאלעגע מנשה ליסטיג, וועלכע איז מער באקאנט ווי מיר אין די זאכען. אויך איז ער נאנט מיט די הויכע פענסטער, די אייניקלעך און די הייסע חסידים, און נאך. איך קען נאר שרייבען די פאקטען.
מנשה טוט א גוטע ארבעט און איך וועל עס לאזען ביי אים
Re: חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם
נשלח: זונטאג מאי 10, 2015 4:32 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אוודאי. אסאך מענטשען וואס האבען אנגעקוקט סקווער אזוי ווי איך האבען אינגאנצען געטוישט זייער מיינונג נאכ'ן ליינען מנשה'ס קלארער יסודות וועגען זיכוך המדות און דער מסורה פונ'ם בעל שם טוב דורך די שלשלת היתומים. אפשר דארף מען טאקע עפענען א נייעם שטעטעל פאר די אלע פרישער סקווערער חסידים. קאווע-סקווער, נתייסדה ע''י ר' מנשה, בנשיאות כ''ק אדמו''ר שליט''א.
נשלח: זונטאג מאי 10, 2015 4:52 pm
דורך געוואלדיג
בונדל האט געשריבן:
מנשה טוט א גוטע ארבעט און איך וועל עס לאזען ביי אים
אז דו ווילסט נישט מבאר פאר אונז סקווירא, ביסטו טאקע נישט מחויב, אבער פליז די ווערטער וועגן מנשה איז איבערהויפט נישט ריכטיג, איך בין באקאנט מיט סקווירא פון אפאר אופנים און עס איז אויסדריקליך נישט וויאזוי מנשה לייגט דאס אראפ, אויב עפעס פארמיאוס'ט ער סקווירא, און איך קען נישט פארשטיין וויאזוי לאזט מען איהם אפילו שרייבן דא איך האב נאך נישט אנגעטראפן קיין איין סקווירא חסיד אפילו פון די וואס האבן זיך אפגעזאגט פון די סקווירא חסידות וואס באשמוצן אזוי שטארק סקווירא ווי אונזער ליבער מנשה'לע, אשאד.
נשלח: זונטאג מאי 10, 2015 5:04 pm
דורך בונדל
איך מוז טוישן מיינע פריער דיגע ווערטער. מנשה טוט א גוטע ארבעט מיטן שטיין גרייט אפצושלאגען יעדע אטאקע. ער שלאפט נישט איין. אבער אויף וואס ער זאגט, בין איך שוין נישט אחריות.
נשלח: זונטאג מאי 10, 2015 5:05 pm
דורך בונדל
איך וועל מתקן זיין מיינע ווערטער:
בונדל האט געשריבן:און איך זאג נאכאמאל. הסברים און ויכוחים, וועל איך איבער לאזען פאר אונזער קאלעגע מנשה ליסטיג, וועלכע איז מער באקאנט ווי מיר אין די זאכען. אויך איז ער נאנט מיט די הויכע פענסטער, די אייניקלעך און די הייסע חסידים, און נאך. איך קען נאר שרייבען די פאקטען.
מנשה האט זיך אונטערגענומען די ארבעט און איך וועל עס לאזען ביי אים
נשלח: זונטאג מאי 10, 2015 6:12 pm
דורך איש את רעהו
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האב געשריבען א מעשה? איך האב געפרעגט ווי האסטו געזען אויסנאמליכע יר''ש אויף סקווערער שוחטים מער ווי אנדערע שוחטים? מ'האט דער שאלה נאך נישט גע'ענטפערט און איך בין שטארק חושד אז ס'האט מיט זאכען וואס האבען גארנישט מיט יר''ש, ענדליך צו די 'חומרא' פון נאר גייען תפילין פון א סופר וואס גייט נישט צו יא אין בחירות.
ליטוואק ביסט ממש אראפ פון די שינעס,
אין שו''ע ווערט דערמאנט איינע פון די הויפט סימנים פאר א פאסיגער שוחט איינער וואסי א ''ירא שמים מרבים''
יעצט גענוי ווי די שו''ע שטעלט אהער א צוים צווישען איינער וואסי בכלל נישט בגדר ירא חטא, און דערנאך סתם א ירא חטא, און ס'פאראן אויך א גדר פון א יר''ש 'מרבים'
יעצט צא ובדוק די ליטפישע פארזינקענע בחטא וואס זענען ניטאמאל בגדר יר''ש, און קוק אן די יראי שמים מרבים די סקווירא שוחטים וויאזוי זיי גייען צו מיט אנערסקיינט צו א מצות שחיטה וכו' אטע דאס איז די הבדל צווישען יענקי אנגעפרעסענע ליטוואקען און אינגעלייט גרויסע יראי ד'פון חסידי סקווירא
צו פרעגן פון ווי מע דערקענט איז א שאלת תם אדער א פארזינקענער און ליטפישע בלאטע וואס ווייסט ניט בכלל וואסי דאס יר''ש
נשלח: זונטאג מאי 10, 2015 6:17 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
וואס האסטו אזוי מורא פון א פאקט? וועלכע עבירה טוט דער ליטווישע שוחט וואס דו קענסט און וועלכע מצוה טוט דער סקווערער שוחט וואס דו קענסט? וויאזוי האסטו געמאסטען דער יראת שמים און וואס איז דער מקור פאר דיין קנה מדה?
יעצט איז דער שאלה גאר אן אנדערע. ווען מ'וויל עפעס זאגען און מ'היט זיך אזוי שטארק פון אן עכטע ראיה, וואס באהאלט מען דארט? ווען אלס איז אין דער ארדענונג וואלט מען נישט אזוי מורא געהאט פון זאגען איין אמת'ער קלארער פאקט.
נשלח: זונטאג מאי 10, 2015 6:27 pm
דורך איש את רעהו
גיי קוק די הלוך ילך פון א ערליכע שוחט פון סקווירא
און גיי קוק די טומאה אין וואס א ליטפישער טינקט זיך מיט אלע רמ''ח ושס''ה
האסט געטראפען א אנדערע קנה מדה וויאזוי די שו''ע מעסט א ירא שמים מרבים??
פארגעס א מינוט פון די נושא דא וויאזוי הא מען געמאסטען בימי השו''ע וחז''ל א ירא שמים מרבים??
מען קוקט אביסל יענעמ'ס הלוך ילך אינעם טאג, וזהו