בלאט 10 פון 24

נשלח: דאנערשטאג מאי 23, 2013 4:26 pm
דורך באריסטא
קאווע טרינקער האט געשריבן:AppleCider4Seder איז אנגענומען געווארן.
פארוואס?

א דאנק פאר'ן מעורר זיין באצייטנס. מיר האבן פארשפארט דעם ניק, און מיר בעטן דעם בעל הניק זיך צו מאכן אן אנדערן ניק.

נשלח: דאנערשטאג מאי 23, 2013 4:27 pm
דורך באריסטא
"TZADIK" ווערט נישט אקטיוויזירט ווייל עס זענען שוין דא עטליכע ענליכע ניקס.
"באבוב" וועט ווערן אקטיוויזירט נאר אויב ער קען איבערווייזן אז ער איז אן אפציעלער פארטרעטער פון דער חסידות.

נשלח: דאנערשטאג מאי 23, 2013 4:47 pm
דורך אביגדור
באריסטא האט געשריבן:"באבוב" וועט ווערן אקטיוויזירט נאר אויב ער קען איבערווייזן אז ער איז אן אפציעלער פארטרעטער פון דער חסידות.

דיו לבא מן הדין וכו'

נשלח: דאנערשטאג מאי 23, 2013 7:12 pm
דורך טאמבל סאס
ווען מ'רעדט פון איבערווייזן איז עס עפעס א געוויסע סיטיזענשיפ פעיפערס וואס ער דארף רעפערזענטירן?
אדער איז גענוג א שיינע איידי פיקטשער. ?

נשלח: דאנערשטאג מאי 23, 2013 7:16 pm
דורך קאווע טרינקער
באבובער, מיט א רייש, איז נישט קיין עכטע באבובעה, אן א ר'

נשלח: דאנערשטאג מאי 23, 2013 11:07 pm
דורך אביגדור
:like

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2013 2:35 pm
דורך גבאי שני
"אחיה השילני" איז צו ענליך צו "אחיה השילוני".

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2013 2:41 pm
דורך קאווע טרינקער
גבאי שני האט געשריבן:"אחיה השילני" איז צו ענליך צו "אחיה השילוני".

:lol:

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 9:46 pm
דורך קאווע טרינקער
מ'גייט אריינלאזען דעם נייעם "חסידישער בחור" אין מא....?

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 10:03 pm
דורך איך אויך
על פי רוב בלייבט מען נישט א בחור.

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 11:18 pm
דורך משולם שטיינפעלד
חסידיש בלייבט מען יא?

נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 11:18 am
דורך באריסטא
"לייקוואודער" איז צו ענליך צו "לעיקוואד".

נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 12:17 pm
דורך איך אויך
און צו קוואדער.

נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 1:07 pm
דורך מאראנצןזאפט
לעיקוואד? אינו בדומה לו! יענער קען זיך רופן וויאזוי ער וויל.

נשלח: מאנטאג יוני 10, 2013 6:10 pm
דורך געפילטע פיש
שמענדריג איז זייער ענליך צו שמעקעדיג, נאטינג פערסענאל שמענדריג.

נשלח: מאנטאג יוני 10, 2013 6:27 pm
דורך שמעקעדיג
ביינער פיש איז ענליך צו געפילטע פיש.
נאטינג פערסאנעל.
אבער אוי! ווי אזוי האט מען פארזעהן און אנגענומען אזא ענליכע ניק?

אקעי ממילא איז ער נישט אקטיוו, סאו נישטא קיין הארם.

נשלח: מאנטאג יוני 10, 2013 6:31 pm
דורך איך אויך
נאר אין ארץ ישראל...

נשלח: מאנטאג יוני 10, 2013 6:44 pm
דורך געפילטע פיש
האסט מיך אפגעפרעגט. סתם ווען כ'האב געליינט זיין תגובה האב איך געמיינט אז ס'שטייט שמעקעדיג. איי געס די ציגעלע וועט זיך צוגעוויינען.

נשלח: מאנטאג יוני 10, 2013 8:16 pm
דורך קאווע טרינקער
א ניק "גיוס-בני-ישיבות" ווערט נישט אנגענומען, וויל ס'ענדלעך צו "חסידים-פאר-בייקס"; "ממרום-שלח-אש" און "לכבוד-שבת-קודש".

אופפסס. פארגעסען אריינצוסיינען מיט מיין מנהל ניק... (איינע פון די ערשטע שאלות אויף גוגל טולק: שלום עליכם.. ייש"כ פארן עקסעפטען...כ'מעג דיר עפעס פרעגן... איר זענט דער מנהל...)

נשלח: מאנטאג יוני 10, 2013 8:36 pm
דורך איך אויך
און וואס ענפערסטו?

נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 5:55 pm
דורך באריסטא
"אליצפן הגרוש" איז געטוישט געווארן צו "אליצפן".

נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 6:01 pm
דורך משולם שטיינפעלד
מען טשעפעט גרושים דא?

באלד קומט קינות גירושין שרייען

נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 6:09 pm
דורך קאווע טרינקער
ניין, ער האט געטראפן א שידוך, טאקע פון דא אין שטיבל וד"ל...

ווען קינות'ל וועט אי"ה א חתן ווערן וועט ער הייסן "קינות" סתם, און דאן וועט זיין א פראבלעם אז ס'ענדעלט זייער צו "גינות"..
אפשר וועט קינות טוישן צו " קינות נישואין ?