[center]
מיינע געדאנקען איבער גאט טעלענט[/center]
*מוקדש לידידי הרב [tag]הוגה[/tag].
הערשט יעצט קען מען קאמפלעינען.
די מאס איגנאראנץ וואס ווייזט זיך ארויס מדי גאט-טעלענט ב'גאט-טעלענט, איז איום ונורא. ס'גיבט אונז א שטיקל פארשטאנד וויאזוי אזא פערד ווי טראמפ קען גאר ווערן פרעזידענט. מענטשן נוצן אזוי ווייניג די קאפ, און פארלאזן זיך אזויפיל אויף עמאציעס וואס די מידיא שטופט אריין, אז ס'כאפט א פחד.
אנשטאט אדורכגיין יעדע טאלאנטפולע מענטש דורכאויס די קאמפעטישאן וואס האט עס נישט אדורכגעמאכט צו די פיינעלס, לאמיר ענדערש א קוק טאן אויף די צען מענטשן וואס האבן עס יא אדורכגעמאכט, על פי סדר נצחונם:
1. דער געווינער, Magician -Shin Lim.
2. צווייטער צום געווינער, די אקראבאטישע גרופע Zurcaroh
3. דער שווארצער עלעקטראנישער פידלער Brian King Joseph
4. דער טורעט-סינדראם קאמעדיען Samuel J. Comroe
5. דער זינגער - טאטע צו עטליכע שטיף-קינדער, Michael Ketterer
6. די יונגע בריטישע מיידל, ראקנראול זינגערין Courtney Hadwin
7. דער אפערע זינגער Daniel Emmet
8. די מאן און ווייב אקראבאטיקער Duo Transcend
9. די מאמע זינגערין Glennis Grace
10. די גראבע פרוי קאמעדיען Vicki Barbolak
אויפן פלאץ שטעלט זיך גאר א שווערע פראגע: וויאזוי קען זיין אז די בריטישע פערצן יעריג מיידל, וואס האט אויפגעשאקלט די וועלט מיט איר זינגען, טאנצן און ווילדקייט ווס. נאטירליכע שעמעוודיגקייט, זאל ניטאמאל אריינגיין אין די טאפ פייוו.
פיין, יעדער פרעגט די קשיא.
סאו איך וועל פרעגן אנדערע קשיות.
[center]*[/center]
וויאזוי קען זיין אז אזא דורכשניטליכע קאמעדיען ווי Samuel J. Comroe, וואס איז ניטאמאל אזוי פליסיג און געמאכט פון קאמישע מאטעריאל ווי די לעצטע פון די צען - מרת וויקי, זאל גאר זיין אין די טאפ פייוו? נאכמער, איך האב שוין געוואטשט גענוג יארן גאט טעלענט, און אין זייער היסטאריע זענען געווען פיל בעסער קאמעדיענס וואס האבן עס ניטאמאל געמאכט אזוי ווייט ווי אים. ס'קומט אים אויסדריקליך נישט.
נעקסט. גלעניס גרעיס, די טונקעלע פרוי - הגם פון די נעדערלענדס, מיט א זון וואס האט מיר געשיינט צו רעדן ספאניש... גיי פארשטיי - וואס האט געזינגען אזוי הויך, שיין, און אפילו הארציג, מיך דערמאנענדיג אין הרבנית הצדקנית Whitney Houston ע"ה, איז געווען די ניינטע פון צען, און דער מאנסביל זינגער - אבי הבנים החורגים - Michael Ketterer האט עס געמאכט צו די טאפ פייוו, ווען ער האט לכל הדעות נישט א פערטל אזויפיל קראפט און יכולת אין זיין שטימע, און האט אפילו געקראצט עטליכע מאל, אריינגערעכנט ביים לעצטן פערפארמענס. לא זו אף זו, אפילו דער אפערע זינגער האט עס געמאכט העכער איר, ווען זיין יכולת אין אפערע איז בכלל נישט אזוי גוט און דא אויך האט שוין גאט טעלענט געזען בעסערע אפערע זינגערס אין איר היסטאריע, אריינגערעכנט די קליינע דרייצן יעריג מיידל צוויי יאר צוריק.
ווייטער, דער פידלער ברייען קינג. אום גאטס ווילן, וואס זוכט ער בכלל אין די פיינעלס, און די טאפ פייוו, און גאר דער דריטער? פאר א שווארץ יאר, ער איז אן אקעי פידלער, אבער אונזער היימישער דניאל אהביאל קען אים נאך צו פראסקען זיין צורה מיט זיין יכולת. ער איז בכלל נישט אזוי געלונגען, און געוויס איז ער נישט גאטס מתנה פאר מענטשהייט ווען ער שפילט נאר אויף אן עלעקטראנישן פידל. צווישן די צען פיינעליסטן זענען געווען פיל פיל מער געלונגענע מענטשן, פון די קאמעדיען וויקי ביז די אקראבאטישע קאפעל, וואס וואלטן באמת געמעגט זיין פיל העכער אין ראנג ווי אים.
אזוי קען מען שטיין און מדייק זיין אין יעדן איינעם, און ווייזן ווי קרום דער עולם האט זיי אריינגעוואויט. שוין אפגערעדט אויב מ'קען גיין נאך פריער, און דערמאנען Voices of Hope, Angel City, The Savitsky Cats, Noah Guthrie, Flau'jae און נאך.
[center]*[/center]
אבל האמת יורה דרכו, אז אין כאן אמת כלל. ברייען קינג איז א ביטערע רחמנות, זיינע הענט (און גאנצע גוף) האלטן אינמיטן גיין א גאנג און מיט זיינע לעצטע כוחות און מיט ביטערע יסורים זעצט ער פאר צו שפילן אויפן פידל. דאס גייען מיר זען אינעם ווידעאו איידער ער שפילט צום ערשטן מאל, און פון דעמאלט אן - בעפאר יעדן פרישן פידלעריי.
דאס זעלבע איז מיטן צדיק אחד בסדום וואס גאט האט אראפגעשיקט פאר מענטשהייט, הגה"צ ר' Michael Ketterer, וואס לא די ר' שמעון קאוועלער האט אים געגעבן דעם גאלדענעם באזער וואס אדאנק אים גייט גאט טעלענט מוזן צושטעלן אלסדינג שייך אז ער זאל עס מאכן ביזן סוף, אריינגערעכנט דאס שתדל'ן און באווייזן אז בראאקס זאל אים גאר שרייבן און פרעדוסן א ברענד-ניו סאנג פאר זיין לעצטן פערפארמענס - און אומדערהערטע זאך אין די היסטאריע פון גאט טעלענט. נאר מיר גייען יעצט הערן נאך און נאך שיעורים איבער דעם מידת החסד וטובת הלב פון ר' מיכאל דער קעיטערער, אזוי אז אלע זאלן ווערן עמאציאנאל און טון פארקערט ווי דער מח זאגט: וואויט פאר א "זינגער", נישט א "בעל חסד"!
דער טורעט סינדראם קאמעדיען איז דאך ליידער א טורעטס געשלאגענער, וואס געט אים זיכער א גרינלייט גראד צו די טאפ פייוו פיינעליסטן. ער איז נישט אזא גוטע קאמעדיען, און וויקי די גראבע פלונית'טע איז פיל וויציגער און געאייגנט דערצו, אבער וואס זאל מען טון אז זי איז נישט געשלאגן מיט קיין מחלה, זי קומט אייביג אריין מיט א שמייכל, און לא זו אף זו איז זי נישט יונג און דאר, נו, אונזערע חעלעמע חכמים וועלן אריינוואויטן א רחמנות, א טורעטס קראנקער, ווי דער וואס האט יכולת. כמובן וועט די שאו מיטשפילן מיט דעם, פאר וויקי וועט מען געבן א נארישע סצענע ווי זי פרעגט שאלות פון א צווייטן אויף וואס יענער ענטפערט [נארישע] וויצן, און פאר הרב טורעטס וועט מען געבן א גאנצע שפיל ווי ער האט פאן מיט די דזשאדזשעס, און טוישט זיץ פלעצער מיט Mel B.
ווידער די גרעסטע חידוש פון גאט טעלענט היי יאר, א פערצן יעריג מיידל מלא חידושים, די בריטישע Courtney Hadwin האט עס נישט געמאכט צו די טאפ פייוו. זי איז שטיל, שעמעוודיג, און געוויס אויך מאדנע. מענטשן וועלן ענדערש אפיליאירן מיט א רחמנות ווי מיט א צוריקגעצויגן מיידל, הגם איר מוזיק, טאנץ און צעקה איז עפעס רעוואלוציאנעריש און וואלט פארדינט ערגעץ אן אויבנאן.
Glennis Grace איז די שענסטע זינגערין היי יאר, אבער איז נאר נומער ניין. אפילו די פאקט אז זי איז דאר און שיין האט נישט געהאלפן בייקומען דעם טרויעריגן פאקטאר, אז זי איז ליידער נישט קראנק, זי איז נישט געווען געבוליעט אלס מיידל אזויווי מעל בי'ס גאלדען באזער היי יאר (איינער געדענקט נאך איר נאמען?), זי האט סך הכל א יונגל - נישט קיין אמעריקאנער - און דאס איז נישט גענוג גאנגבארע ווארע פאר איינער וואס זוכט ארויסצוקוועטשן נאך א טרער'ל. איי מ'זוכט דאך טאלאנט? זי האט די מערסטע טאלאנט צווישן די "פיר" זינגערס/זינגערינס וואס האבן עס געמאכט צום פיינעל. אבער זי איז נישט קיין רחמנות!
און אז מ'רעדט שוין, האט דער אפערע זינגער דניאל איש האמת באקומען א העכערע רעיטונג ווי איר. הלמאי? ער איז פיל א שוואכער זינגער? אבער ער איז דאך א מיטגעמאכטע נשמה. ר' שמעון מקאוולע האט אים געהייסן טוישן ניגונים, ער האט געכאפט פסקים, ער האט פארלאזט טרערן ברבים אפאר מאל. אבער גלעניס האט אלץ געגלאנצט, איר קול ווי אירע ווידעאוס, אן קיין עמאציאנאלע ערציילונגען איבער וואספארא רחמנות זי איז. נו, מיר זוכן דאך טאלאנט. אה אנטשולדיגט, רחמנות'ן.
[center]*[/center]
כ'וויל גראדע דערמאנען נאך איין נקודה לשמצה פון גאט טעלענט. גלעניס - מיין פעיוואריט זינגערין דאס יאר, איז נישט קיין פלונית'טע וואס איז יעצט ארויס פון די קלאזעט. זי איז שוין א זינגערין פאר גאר אסאך יארן. שוין פערצן יאר זינט זי איז געווען אין יוראוויזיאן מטעם די נעדערלענדס!
כהנה די העלדישע אקראבאטישע גרופע Zurcaroh (אגב, קודאס פאר זיי. און אויך קודאס פאר טיירא בענקס פארן פארשטיין זייער פאטענציאל און שענקן איר גאלדען באזער. ס'איז לדעתי איר ערשטער געלונגענע עסק אויף גאט טעלענט...), איז שוין געווען אויפן פראנצויזישן גאט טעלענט און דארט אנגעקומען אין די פיינעלס.
איינער געדענקט נאך די ביטשי מכשפה ריענע? זי איז גאר געווען די געווינערין אויף אזיע'ס גאט טעלענט!
דאס זעלביגע מיט שין לים - אונזער העלדישער געווינער, וואס איז אויך שוין פריער געווען אויף פיל שאו'ס איבער מעדזשיק, וואו ער האט געווינען עטליכע מאל.
איינער געדענקט נאך ווי אל גאור איז געלאפן פאר פרעזידענט? מיר דארפן צוריקדרייען דעם זייגער ביזן יענעם עפאכע, ווען אין יארע 2000 האט די הארציגע Angel City כאר געזינגען ביים דעמאלטדיגן דעמאקראטישער נאציאנאלער קאנווענשאן. זיי זענען שוין יאאאאאאאארן אין די ביזנעס.
אזוי קען איך אדורכגיין אן א שיעור קאנדידאטן.
פאר אונז זאגט מען דאס אלעס נישט. מיר זעען נאר טרערן, מיר לייענען נאר איבער רחמנות'ן און קראנקע, מיר הערן מענטשן מיטן מיינונג אז מיר האלטן אינמיטן אנטדעקן טאלאנט.
א נעכטיגן טאג! די טאלאנטן האבן שוין גרויע צעפ, מ'נארט אונז אויס מיטן איינרעדן אז זיי זענען נייע טאלאנטן. איז גאט טעלענט אזוי שוואך אז מ'דארף אימפארטירן אלטע טאלאנטן, וואס זענען שוין אויספרובירט געווארן אין אנדערע ערטער? האלב פון זייערע קאנטעסטענס זענען שוין אנשים ידועים בעלי שם!
אפילו דאס, פאקוסירט מען אויף זייער בעקראונד און מעשיות ווי איידער אויף זייער טאלאנט. ס'טייטש, ס'ברענגט דאך העכערע רעיטונגס!
חברה, מ'שפילט די שאו אויף אונז, מ'נארט אויס דער וואס זעט עס, וזהו.
[left]"נאכן זען עטליכע מאל דעם ריאליטי-שאו, פאטשט מיר דעם ביטערן רעאליטעט אין פנים" (ארי נוהם)[/left].
(די פינטל דא, איז אויך מוקדש לידידי הוגה...
)