בלאט 10 פון 25

נשלח: דינסטאג יולי 05, 2016 2:03 pm
דורך שמעקעדיג
דאן פארוואס שטופט מיר עמעזאן דערצו? זיי פארדינען עפעס אז מיינע טעקסעס זענען מסודר?

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר

נשלח: דינסטאג יולי 05, 2016 2:08 pm
דורך ביליג
סערוויס ?
נאך א נקודה אויב עס איז דא אפאר ארבייטער מיט אנדערע אמעיל אדדרעסעס -באקומט נאר די ערשטע פריים בענעפיטס

נשלח: דינסטאג יולי 05, 2016 2:10 pm
דורך שלום על ישראל
שמעקעדיג האט געשריבן:דאן פארוואס שטופט מיר עמעזאן דערצו? זיי פארדינען עפעס אז מיינע טעקסעס זענען מסודר?

יעדער שטופט צו נעמען זייערע פיטשערס, אפילו די אומזינסטיגע, פאר די זעלבע סיבה פארוואס זיי מאכן עס בכלל, נעמליך ווייל עס ברענגט א בעסערע קאסטומער צופרידענהייט, וואס ברענגט צו קויפן מער.

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר

נשלח: דינסטאג יולי 05, 2016 2:56 pm
דורך גראף
פריים דעי פאר יאר האט פיין געזייגט. איך האב נישט געטראפן קיין איין דיעל וואס איז צום זאך. דענס דיעלס און סליקדיעלס מיט אנדערע פארוםס זענען געווען פול מיט נעגעטיוו קאמענטארען.

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר

נשלח: דינסטאג יולי 05, 2016 5:11 pm
דורך גראף

נשלח: מיטוואך יולי 06, 2016 9:16 pm
דורך ליפא
א ביליגע גראסערי אין די מאונטענס?? לעצטע וואך האב איך געשאפט ערגעץ און כ'בין שיעור אומגעפאלן וואס עס האט מיר אפגעקאסט, געוויסע זאכן האבן געקאסט באלד דאפעלט ווי אין סיטי. נישט זאגן נעמען נאר פון א ביליגע גראסערי. א דאנק

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר

נשלח: פרייטאג יולי 08, 2016 6:28 pm
דורך ראש חודש
ווי לוינט זיך ענדערשט צו האבן א מעמבערשיפ, אין costco אדער אין Amazon?

Sent from my SM-N920V using Tapatalk

נשלח: מוצ"ש יולי 09, 2016 11:31 pm
דורך נולד מאוחר
ליפא האט געשריבן:א ביליגע גראסערי אין די מאונטענס?? לעצטע וואך האב איך געשאפט ערגעץ און כ'בין שיעור אומגעפאלן וואס עס האט מיר אפגעקאסט, געוויסע זאכן האבן געקאסט באלד דאפעלט ווי אין סיטי. נישט זאגן נעמען נאר פון א ביליגע גראסערי. א דאנק

כמיין סעוורייט האט א גראסערי אין די מאונטענס

נשלח: מוצ"ש יולי 09, 2016 11:49 pm
דורך שטילע אינגערמאן
ליפא האט געשריבן:א ביליגע גראסערי אין די מאונטענס?? לעצטע וואך האב איך געשאפט ערגעץ און כ'בין שיעור אומגעפאלן וואס עס האט מיר אפגעקאסט, געוויסע זאכן האבן געקאסט באלד דאפעלט ווי אין סיטי. נישט זאגן נעמען נאר פון א ביליגע גראסערי. א דאנק

מקען נישט גיין אוףך Beverly Hills זוכן א ביליגע גראסערי, קאנטרי איז א לוקסעס, דארט צאלט מען טייער

נשלח: דאנערשטאג יולי 14, 2016 11:23 am
דורך קאמענטירער
פאר די יושבי אינטערנעיט איז מנהסתם באקאנט אז ווען מען וויל ריפרעישן די וועב פעיזש דרוקט מען די קנעפל F5,
מיר קומט אסאך אויס צו זיין אין בעיסמעינט, איז דא אן אפשען פאר א פליפ פאון צו רעפרעישן אין זוכען פאר סערוויס? איין מהלך וואס איך נוץ אנשטאטס צו דארפען ארויסגיין אינגאנעצן פונעם בנין, רוף איך קול מבשר און אזוי זוכט עס פאר סערוויס און אלע טעקסט מעסעזשעס קומען אן, איז דא א שנעלערע וועג?

נשלח: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:51 pm
דורך קאמענטירער
קען איינער זאגען מבינות צו סלוינט זיך די כלי
81.JPG

און מיט וואס סאיז בעסער מער ווי גארמין?

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר

נשלח: דאנערשטאג יולי 14, 2016 1:48 pm
דורך ביליג
פארוואס נישט waze ?

נשלח: דאנערשטאג יולי 14, 2016 7:15 pm
דורך קאמענטירער
ביליג האט געשריבן:פארוואס נישט waze ?

ווייל וועיז דארפסטו זיך פארזיכערן מיט אפאר תנאים
1. א באוועמע סמארט פאון אדער טעבלעיט
2. מוז האבען סערוויס
3. און נוצט זייער אסאך פון די טייערע בעטערי
און בכלל סאיז מיר נישט באקוועם אן ערבוביא פון זאכען די טעלעפאון איז א טעלעפאון אין די קאמפיוטער איז א קאמפיוטער וכדו',

און איך גלייב איך בין נישט די אייציגסטע מיט די מיינונג ממילא זאל זיך די עולם באנוצערס מיט GPS זיך לאזען הערן וואסערע קאמפעני זיי נוצען און זייערע עקספיריענס א דאנק פאר די גומלי חסד

וואס טוה איך מיט מיין אלטע שטריימעל?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 1:14 pm
דורך דולה ומשקה
כ'פארמאג צוויי שטריימלעך וואס איך נוץ שוין נישט איבער א יאר צייט, איז דא ביי וועם איך קען זיי אנטוישען פאר א נייע שטריימעל? אדער בצירוף די צוויי צו באקומען א נייע פאר ביליגער?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 8:28 pm
דורך berlbalaguleh
דולה ומשקה האט געשריבן:כ'פארמאג צוויי שטריימלעך וואס איך נוץ שוין נישט איבער א יאר צייט, איז דא ביי וועם איך קען זיי אנטוישען פאר א נייע שטריימעל? אדער בצירוף די צוויי צו באקומען א נייע פאר ביליגער?

דולה ומשקה: אויף די מינוט ביניך נישט זיכער אויב ס'דא אזא מין דיעל. אבער ס'וועט זיכער קומען א צייט ווען מ'וועט מוזן נוצן ריסייקל'ד שווענץ פאר די שטריימלעך...!

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:00 am
דורך מתושלח
berlbalaguleh האט געשריבן:
דולה ומשקה האט געשריבן:כ'פארמאג צוויי שטריימלעך וואס איך נוץ שוין נישט איבער א יאר צייט, איז דא ביי וועם איך קען זיי אנטוישען פאר א נייע שטריימעל? אדער בצירוף די צוויי צו באקומען א נייע פאר ביליגער?

דולה ומשקה: אויף די מינוט ביניך נישט זיכער אויב ס'דא אזא מין דיעל. אבער ס'וועט זיכער קומען א צייט ווען מ'וועט מוזן נוצן ריסייקל'ד שווענץ פאר די שטריימלעך...!


נישט לאנג צירוק האט מען אין וויזניץ ב"ב ריסייקעלד די שווענץ...

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:52 am
דורך ביליג
עס ווענט זיך ווען די שטריימל איז געמאכט געווארן.
אויב עס איז געמאכט געווארן פאר 12-15 יאר צוריק, און די האר איז אין א גיטע קוואלעטי קענען זיי מאכן א נייע שטריימל פון דעם.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 10:59 am
דורך איך אויך
אבער איבערמאכן קאסט לכה''פ דאפלט ווי א היינטיגע נייע שטריימל ביי די סעילס. כמובן אז די קוואליטי פון די האר איז היבש שוואכער ביי די נייע ביליגערע אבער ווען מען ווערט יענע עידש הו קעירס.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 2:17 pm
דורך berlbalaguleh
איך אויך האט געשריבן:אבער איבערמאכן קאסט לכה''פ דאפלט ווי א היינטיגע נייע שטריימל ביי די סעילס. כמובן אז די קוואליטי פון די האר איז היבש שוואכער ביי די נייע ביליגערע אבער ווען מען ווערט יענע עידש הו קעירס.

לפענ"ד. אן עלטערער מענטש וועלכער טוט אן א 3 שטאקעדיגן שטריימל אזוי ווי די היינטיגע יונגעלייט וועלכע האבן נאר וואס חתונה געהאט, זעהט אויס זייער נאריש...!
איך האב א ניי שטריימל וואס כ'האב געקויפט צו מיין אייניקל'ס חתונה בערך מיט א יאר און א האלב צוריק. ערשטנס האביך באשטעלט א שטריימל וואס איז נישט זייער הויעך. אויך. איך טוה עס אן נאר ביי שמחות אין די משפחה. אדער ווען איך פאר צו מיינע קינדער אויף א יום טוב. אין ביהמ"ד גיי איך מיט מיין ..."אלט"... שטריימל

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 4:56 pm
דורך איך אויך
פיין פיין אבער פארוואס זענט איר מצטט לבטלה?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 8:42 pm
דורך וואלווי
וראית את אחורי:

אונזער ר' בערעלע מיט זיין אייגענארטיגען שטריימעלע אין א פשוט'ן שבת, נישט אויף א שמחה און נישט ביי די קינדער...

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 11:44 pm
דורך berlbalaguleh
איך אויך האט געשריבן:פיין פיין אבער פארוואס זענט איר מצטט לבטלה?

איך אויך: כ'האב דיך שוין געפרעגט אין אנדער'ן אשכול אויך וואסי פשט אין דיינע הייליגע ווערטער. איך ווייס פון א ברכה לבטלה און ---- --- לבטלה.מצטט לבטלה...האביך נאך ניקס געהערט...מה הפשט...?

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 12:47 am
דורך קלוגע יודל
מתושלח האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:
דולה ומשקה האט געשריבן:כ'פארמאג צוויי שטריימלעך וואס איך נוץ שוין נישט איבער א יאר צייט, איז דא ביי וועם איך קען זיי אנטוישען פאר א נייע שטריימעל? אדער בצירוף די צוויי צו באקומען א נייע פאר ביליגער?

דולה ומשקה: אויף די מינוט ביניך נישט זיכער אויב ס'דא אזא מין דיעל. אבער ס'וועט זיכער קומען א צייט ווען מ'וועט מוזן נוצן ריסייקל'ד שווענץ פאר די שטריימלעך...!


נישט לאנג צירוק האט מען אין וויזניץ ב"ב ריסייקעלד די שווענץ...

זיי דיך מסביר ביטע

Sent from my XT1528 using Tapatalk