בלאט 10 פון 18
נשלח: דינסטאג מאי 21, 2013 1:53 pm
דורך פרישער
עס האט ביי אינז אלס עקזיסטירט טינקעל האטיגע נישט צי פארמישען מיט שחורישע טינקעל א שטייגער ווי די ספארדישע אין תימנים
די תימנים זענען נישט געוועין ביים בית שני זיי זענען געוועין פארטריבען אין גלית אריין אין נישט עולה געוועין מיט עזרה הסופר
זיי זענען געוועין געשמידט צים לאנד תימן מיטן פילען פראכט כמעט אן קיין צרות פין די שכינם פאר באלד צוויי טאזענט יאר ביז צים לעצטען יאר הינדרעט
וואס איך וויל ארויס ברענגען איז אז אפילו זיי זענען געוועין אפגעזינדערט פינעם כלל האבן זיי נישט אזויפיל זאכן פארטוישט פין די איבריגע גלות אידן
נשלח: דינסטאג מאי 21, 2013 3:22 pm
דורך good news
הדד בן בדד האט געשריבן:
נייע מעשה, פון וואו נעמסטו דאס?
הדד:
You are right ...
Even when the Temple existed, women were blond hair.
נשלח: דינסטאג מאי 21, 2013 4:12 pm
דורך יידל
גוטע נייעס: מהיכי תיתי?
נשלח: דינסטאג מאי 21, 2013 4:37 pm
דורך הדד בן בדד
good news האט געשריבן:הדד בן בדד האט געשריבן:
נייע מעשה, פון וואו נעמסטו דאס?
הדד:
You are right ...
Even when the Temple existed, women were blond hair.
דו געדענקסט עס?
נשלח: דינסטאג מאי 21, 2013 4:43 pm
דורך good news
No, but I hate those who say we came to other nations or we Ntarveno with other nations. We are to ourselves, we had and now we exist.
נשלח: דינסטאג מאי 21, 2013 4:54 pm
דורך הדד בן בדד
איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס דו זאגסט, אבער איך גלייב אז דו זאגסט עפעס גוט
נשלח: דינסטאג מאי 21, 2013 5:05 pm
דורך יידל
good news האט געשריבן:
No, but I hate those who say we came to other nations or we Ntarveno with other nations. We are to ourselves, we had and now we exist.
בלאנדע האר איז לאו דוקא צוליב נתערבנו, כאטשיג א גרויס טייל אדער אפשר אפילו רוב אנטראפאלאגן האלטן אז יא. עס זענען אבער דא פיל אנטראפאלאגן וואס האלטן אז בלאנדע האר און בלויע אויגן ביי אידן קומען פון די קלימאט וועלכע האט געהאט אן השפעה אויף די די ען עי פון די אידן און אייראפע. אפילו לויט די אנטראפאלאגן, איז קלאר אז די אידן אין מיטל מזרח האבן קיינמאל נישט געהאט - זיכער נישט בימי הבית - בלאנדער האר אדער בלויע אויגן.
און, רק להעיר, דאס וואס איר האט פיינט מאכט עס נאך נישט יא אדער נישט אמת. איך האב פיינט היטלער, דאך איז היטלער געווען א מציאות.
נשלח: דינסטאג מאי 21, 2013 5:09 pm
דורך יידל
ועוד נקודה: אפילו די וואס האלטן אז מ'האט זיך אויסגעמישט, איז עס לאו דוקא במובן של נישואי תערובת. עס קען זיין צוויי צו דריי גירים וועלכע האבן געקענט אריינברענגן די דזשינס פון בלאנדע האר און בלויע אויגן צו די אייראפעאישע "gene pool".
נשלח: דינסטאג מאי 21, 2013 5:11 pm
דורך הדד בן בדד
איך האב א זון וואס האט בלויע אויגן. קיינער אנדערש אין מיין משפחה אדער מיין ווייב'ס משפחה האט בלויע אויגן.
נשלח: דינסטאג מאי 21, 2013 5:13 pm
דורך newkave
הדד בן בדד האט געשריבן:איך האב א זון וואס האט בלויע אויגן. קיינער אנדערש אין מיין משפחה אדער מיין ווייב'ס משפחה האט בלויע אויגן.
זאג עס נישט הויך...
נשלח: דינסטאג מאי 21, 2013 5:15 pm
דורך שמעקעדיג
ער האט עס געשריבן שטיל.
נשלח: דינסטאג מאי 21, 2013 5:16 pm
דורך הדד בן בדד
דו ווייסט דאך נישט ווער איך בין...

נשלח: דינסטאג מאי 21, 2013 5:17 pm
דורך יידל
הדד בן בדד האט געשריבן:איך האב א זון וואס האט בלויע אויגן. קיינער אנדערש אין מיין משפחה אדער מיין ווייב'ס משפחה האט בלויע אויגן.
די סיבה איז לכאורה ווייל (
ווי ערקעלערט אין די ען עי אשכול) האט איעדער מענטש צוויי קאפיעס פון דזשינס, איינס פון זיין מאמען און איינס פון זיין טאטען. אבער בלויז איין דזשין וועט האבן דאס לעצטע ווארט. די דזשין וואס האט דאס לעצטע ווארט הייסט א דאמינענט דזשין, און די דזשין וואס בלייבט פארשוויגן הייסט א רעסיסעוו דזשין. בלוי איז א רעסעסיוו דזשין, און דערפאר וועט ברוין אייביג איבערשטייגן. אין דיין זון'ס פאל האט ער במקרה מאת ה' באקומען א בלויע דזשין סיי פון דיין ווייב'ס זייט און סיי פון דיין זייט און דערפאר האט ער בלויע אויגן.
אדער קען זיין אז דיין זון האט גאר וואונדערליך דעוועלאפט א מיוטעשאן אינעם דזשין וואס פאראורזאכט אויגן קאליר, כאטש דאס איז גאר שטארק נישט מסתבר.
נשלח: דינסטאג מאי 21, 2013 11:06 pm
דורך געפילטע פיש
פרישער האט געשריבן:בפארגעס נישט אז שחורים זענען דורעך אויס די יארען געוועין עבדים
אין זיי זענען געשענדעט געווארן אויף א גאר אינטערדרינקענען אויפן
די מושג אז די שווארצע זענען (געווען) עבדים איז גאנץ ניי, נישט מער ווי 500 יאר אלט. די שווארצע זענען קיינמאל נישט געווען מער אונטערדרוקט ווי סיי וועלכע אנדערע פאלק, פארקערט, אויב עפעס זענען די אידן זענען געווען סאך מער אונטערדרוקט.
נשלח: דינסטאג מאי 21, 2013 11:28 pm
דורך פרישער
די שווארצע זענען דורך אויס די היסטאריע אלע מאל געוועין עבדים, פינעם ערשטען וועלט בארימטען שחור, אין געהייסען האט ער חם
מה שנוגע אינז אידען איז אנדערש, עס איז טאקע פינקט פארקערט ווי די דרך הטבע האט געלוטעט
על פי דרך הטבע וואלט שוין נישט געדארפט זיין גארניש משונאיהם של ישראל
דעיס איז ווייל מיר זענען למעלה מדרך הטבע, מיר זענען נצח ישראל לא ישקר, מיר זענען נצחי
אפילו די שטערקסטע פעלקער וואס האבען שולט געוועין מסוף העולם עד סופו האבען מיר איבער געלעיבט
נשלח: דינסטאג מאי 21, 2013 11:48 pm
דורך יידל
חם איז געווען אן עבד? פון וואנעט נעסטו דאס?
נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 12:12 am
דורך פרישער
פסוק כה אין פרשת נח ויאמר ארור כנען עבד עבדים יהיה לאחיו
פסוק כו ויאמר בריך ה' אלקי שם ויהי כנען עבד למו
פסוק כז יפת אלקים ליפת ... ויהי כנען עבד למו
רש"י הקדוש ויהי כנען אף משיגלו בני שם ימכרו להם עבדים מבני כנען
רש"י הקדוש מסכת קידושין כב: כל עבדים נקראים על שם כנען דכתיב ביה עבד עבדים
אבן עזרא פסוק כה כי הכושים הם עבדים בעבור שקילל נח את חם.
נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 12:26 am
דורך יידל
כנען און חם זענען די זעלבע?
נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 12:33 am
דורך לעיקוואד
פרישער האט געשריבן:די שווארצע זענען דורך אויס די היסטאריע אלע מאל געוועין עבדים
אפשר ברענגסטו מקורות איבער די היסטאריע (פאר מהאט אנגעהויבען פאנגען קנעכט פון אפריקע פאר אפאר הונדרעט יאר צוריק)?
נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 12:41 am
דורך געפילטע פיש
פרישער, איך וואלט דיר מייעץ געווען זאלסט אביסל נאכפארשן היסטאריע פאר דו זאגסט זאכן מיט אזא זיכערקייט, בנוגע די פסוקים און די אבן עזרא, אוודאי איז געווען שווארצע קנעכט, אבער זענען דען די אידן נישט געווען קיין קנעכט? האבן די רוימער און די גריכן דען נישט געהאט מער ווייסע ווי שווארצע קנעכט? די גאנצע מאסן פארקויפעריי פון שווארצע קנעכט האט זיך אנגעהויבן אין די זעכטסענסטע יארהונדערט.
נשלח: מאנטאג יוני 17, 2013 1:06 am
דורך בדחן
דער שטערן די חודש האט א שטארק מערקבארע טעות ביי די קאלום פון נייעס וואס איר האט מעגליך פארפאסט.
נשלח: מאנטאג יוני 17, 2013 8:14 am
דורך קאווע טרינקער
דו מיינסט דער טעות איבערן בעל המאמר "פון מיין קוק ווינקל"?
נשלח: מאנטאג יוני 17, 2013 8:21 am
דורך בדחן
ניין, ביי א פיקטשער ביי ״נייעס וואס איר האט מעגליך פארפאסט״ האבן זיי געלייגט א ראנג טייטל דערויף, די ריכטיגע פיקטשער איז בכלל נישט דארט.