בלאט 91 פון 213
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 10:35 am
דורך יואב
יואב האט געשריבן:אפטעמיסט האט געשריבן:ווער קען רעקאמענדירן שיינע רעסטאראנטן אין די מאנסי אומגעגענגט ארויסצוגיין מיט די ווייב?
----
(הא? וואוינסט אין מאנסי? האלטסט'ך אין איין דרש'נען אז דו וואוינסט אין ווילי?
חכם דו, ווען כ'וואוין ווען אין מאנסי וואלט'ך דאך געוויסט וואו מ'קען ארויסגיין עסן, אלא מאי מוז מען זאגן אז דא ליגט עפעס טיפער.
יעצט טייערער ניק, פרעג נישט קיין איבריגע שאלות, נאר טו א טובה און ענטפער מיין פראגע. טענק יו.)
איך וואלט געזאגט אז "מאנדארין" איז די בעסטע כשר'ע רעסטוראנט אין יענער געגנט. אויף 106 רוט 59, ממש נעבן מעין סטריט.
אויב זוכסטו א גוטע מילכיגע רעסטוראנט, קענסטו גיין צו Purple Pear, געפינט זיך אינעם זעלבן בנין.
א גוטער פלאץ קען זיין Yoffee Coffee, געפינט זיך אין עירמאנט, 414, רוט 59.
ס'איז לוקסעריעז און ראמאנטיש. גיבן פרייע ווייפיי אויך. זיי האבן אבער נישט א גרויסן אויסוואל פון קאנקריט אכילה, נאר ליבערשט טשיז קעיק, אייז קרעים, סמודיס און קאווע, פון אלע סארטן.
נו אפטע, וואו ביסטו געגאנגן צום סוף?
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 11:00 am
דורך אפטעמיסט
למעשה נישט געוועהן אין מאנסי, בין איך געגאנגען לאקאל. א דאנק פאר די אלע מגיבים דא און אין אישי. דער אייבערשטער זאל אייך באצאלן.
אגב, אז מ'רעדט שוין, האלט איך ס'וואלט געוועהן א פלאן מ'זאל כשר'ן Peter Luger אויף בראדוועי. ווען כ'פאר דארט דורך קלער איך פון זיך טויפן (על מנת להחזיר). וואס גייט זיי אן צו קריגן א הכשר? אנטיסעמיטן.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 1:41 pm
דורך קאווע טרינקער
איך וויל וויסן: ווען קויפט מען א לייכטער?
ארום מיין צוויי גרויסע לייכטערס ליגן די קליינע טרעוועל לעכטעלעך.. איך קלער ס'איז צייט צו קויפן א לייכטער ווי אלע לעכט גייען אריין, אבער רבונו-של-עולם, ווי האלט איך אויף דער וועלט? וואס טו איך אויב ס'קומט צו נאך איינער אין די משפחה? עודך! נאך א טרעוועל לעכט?
וואס טוהן קלוגע מענטשען?
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 1:45 pm
דורך אפטעמיסט
געוויסע געשעפטן פארקויפן פעקעדזש דיעלס, לייכטערס מיט בוירט קאנטראל.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 9:00 pm
דורך אויסגערוט
פארוואס מיך האט היינט גענומען א האלבע שעה צו פארן צען גאסן אין בארא פארק ווען יעדע צווייטער גאס איז פארשטעלט, דער מיט צוויי פיקאפ טראקס מיט מער לייטס ווי דער וואשינגטון בריק, און דער צווייטער מיט סתם שומריםס (אדער אפשר גאר שמירה), און דער אנדערע נישט מער און נישט ווייניגער אפאר קליינע קינדער אויף בייקס!! ביי דאס רוב פון זיי איז טאקע געווען פרויען און קינדער לרחצה, ביי די מענער איז קוים געווען מנין. איז דיס פעיר???
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 9:59 pm
דורך סאשי פיש
קאווע טרינקער האט געשריבן:איך וויל וויסן: ווען קויפט מען א לייכטער?
ארום מיין צוויי גרויסע לייכטערס ליגן די קליינע טרעוועל לעכטעלעך.. איך קלער ס'איז צייט צו קויפן א לייכטער ווי אלע לעכט גייען אריין, אבער רבונו-של-עולם, ווי האלט איך אויף דער וועלט? וואס טו איך אויב ס'קומט צו נאך איינער אין די משפחה? עודך! נאך א טרעוועל לעכט?
וואס טוהן קלוגע מענטשען?
די זילבער סטאר טוישט דיך די לייכטער פאר גרעסערע פאר אפאר דאלער.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 10:03 pm
דורך קאווע טרינקער
טאקע?! חידוש.
ייש"כ.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 10:05 pm
דורך קאווע טרינקער
אז דו ווייסט שוין יא אלעס, זאג נאר, וויאזוי רייניגט מען א בלעך וואס האט זיך אויסגעגאסן אויף דעם זופ, און די פלעקן זענען אריינגעברענט?
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 10:16 pm
דורך רויטע וואנצעס
EZ off אדער WD-40.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 10:18 pm
דורך קאווע טרינקער
רויטע וואנצעס האט געשריבן:EZ off אדער WD-40.
כ'וועל פראבירן.
שכועחך
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 10:37 pm
דורך משה פיטות
Try st.Moritz it works amazing but don't let it set too long
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 11:07 pm
דורך דריידל
וויפול אקטיווע ניקס געפינען זיך און קאווע שטיבל. אן אקטיווע ניק מיין איך איינער וואס איז מגיב לכה"פ אין מאל א וואך. מיין ווילדע געס איז 100.
איז דא איינער וואס האט עפעס קראנט?
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 11:14 pm
דורך מאטי
איז א תשובה צו דיין שאלה נכלל אין די איינמאל א וואך?
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 11:21 pm
דורך אפטעמיסט
יא. אבער א תגובה לטובת מדינת ישראל נישט.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 12:21 am
דורך מאטי
אפטעמיסט האט געשריבן:יא. אבער א תגובה לטובת מדינת ישראל נישט.
ביסט גערעכט , איך האלט טאקע מ'דארף מאכן א "צימעס ישראל" אפטיילונג.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 12:22 pm
דורך געפילטע פיש
קאווע טרינקער האט געשריבן:איך וויל וויסן: ווען קויפט מען א לייכטער?
ארום מיין צוויי גרויסע לייכטערס ליגן די קליינע טרעוועל לעכטעלעך.. איך קלער ס'איז צייט צו קויפן א לייכטער ווי אלע לעכט גייען אריין, אבער רבונו-של-עולם, ווי האלט איך אויף דער וועלט? וואס טו איך אויב ס'קומט צו נאך איינער אין די משפחה? עודך! נאך א טרעוועל לעכט?
וואס טוהן קלוגע מענטשען?
ביים קויפן אן אכטער לייכטער כאפן רוב מענטשען דעם רמז און מ'מאכט צו די פעקטערי, ווייל ס'נעקסטע קינד וועט שוין נישט האבן קיין פלאץ.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 12:29 pm
דורך רויטע וואנצעס
א לעצטיגע אינוועסגעישען, דורך די בעסערע ביזנעס ביורא, האט געוויזן אז די זילבער אינדוסטרי האט קאנספורסירט מיט די נאצינאלע OB דאקטורים אסאסיעישן צו פרוצעדירן זילבער לייכטער מיט מערערע לעמפלעך. די סיבה אנגעגעבן איז צוליב די שטארק פאלענדע געבורט סאטיסטיקס אין די לעצטע יארן.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 1:12 pm
דורך ונבנתה העיר
היינט אין בהמ"ד זעה איך א בחור זיצן ביי א טישל און איז מכריז 'פאר בלויז צעהן דאלער קענט איהר זיין דער גליקליכער געווינער'.
איך בין נייגעריג, רעדט ער אלעמאהל אזוי? 'כ'האב זיך געקויפט א בעקיטשע פאר בלויז הונדערט דאלער'? אדער איז דאס א צופיהל-הערן-קול-מבשר סימפטאם.
היינטיגע פארשוינען...
(מוז מען זיין געבויעט צו הייסן 'פארשוין', אדער קען מען אויך זיין דאר און נידריג - בתנאי אז מען דרייעט זיך מיט אן ערלה, פארשטייט זיך.)
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 8:17 pm
דורך אויסגערוט
וואס איז דער מקור פון זאגן "קוץ-קוץ" ווען איינער צעהיסט זיך
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 8:31 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 8:33 pm
דורך אויסגערוט
אבער מיינע פוילישע און רוסישע באבעס שרייען עס דער העכסטער
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 8:40 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 9:50 pm
דורך קאווע טרינקער
רויטע וואנצעס האט געשריבן:EZ off אדער WD-40.
Wd40 העלפט נישט, און EZ off נעמט אראפ די shine.
[tag]רויטע וואנצעס[/tag] עפעס בעסער ביטע.