בלאט 92 פון 110

נשלח: זונטאג אקטאבער 01, 2017 3:30 pm
דורך היכי דמי
דער דאס האט געשריבן:ער הייסט ארי שמעלצער, פון די גרעסטע בעלי חסד אין מאנטרעאל.


ער איז א גאר אנגענומענער און גרויסע עסקן אין מאנטריאל, טוט פאר הצלה, רפואה וחסד, אידן אין תפיסות און נאך.

נשלח: זונטאג אקטאבער 01, 2017 3:35 pm
דורך היכי דמי
ביליג האט געשריבן:בילד


דא זעהט א 10 מינוטיגע ווידיאו ווי סקווירא רבי איז מנחם אבל משפחת שמעלצער. הערט ווי ליפא דערציילט פאר'ן רבי'ן אז ווען ער האט זיך ארויסגעצויגן פון סקווירא האט אים זיין טאטע ז"ל דערציילט אז ס'איז דא א שטריק צוגעבינדן פון סקווירא רבי'ס הויז ביז זיין הויז וואס רייסט זיך נישט איבער...
https://youtu.be/Xnr9h2dJgQE

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 14, 2017 10:32 pm
דורך געוואלדיג
ר' יעקב שלום פרידמאן, מאנסי
שמיני עצרת צופרי.

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 14, 2017 10:59 pm
דורך ברוך שאמר
בלום פון וויליאמסבורג

Re: יהא זכרו ברוך

נשלח: זונטאג אקטאבער 15, 2017 9:02 am
דורך ביליג
ברוך דיין האמת: אין אנטווערפן איז פלוצלונג נפטר געווארן די יום טוב רבי אהרן (ארי) לויבער ע״ה א זוהן פון הרה״ח ר׳ שלמה ע״ה, מחשובי אנשי שלומינו אין עלטער פון 66 יאר.

ארי האט געוואוינט אין כינע און האט געוויילט יום טוב אין אנטווערפן ביי א חבר. ערב יום טוב האט ער זיך נישט גוט געשפירט ליידענדיג פון א שווערע הארץ אטאקע ל״ע, און ער איז אוועק אין שפיטאל צו די צער פון זיינע קרובים.

ער איז געווען א גרויסע מכניס אורח פאר די פילע געסט, בעלי בתים און משגיחים וועלכע פלעגן פארן צו כינע פאר ביזנעס צוועקן.

די לויה וועט ארויסגיין מארגן זונטאג אין אנטווערפן אויפ׳ן וועג קיין שיכון סקווירא. שנשמע ונתבשר בשורות טובות.

נשלח: זונטאג אקטאבער 15, 2017 12:17 pm
דורך סקרן
ביליג האט געשריבן:ברוך דיין האמת: אין אנטווערפן איז פלוצלונג נפטר געווארן די יום טוב רבי אהרן (ארי) לויבער ע״ה א זוהן פון הרה״ח ר׳ שלמה ע״ה, מחשובי אנשי שלומינו אין עלטער פון 66 יאר.

ארי האט געוואוינט אין כינע

די לויה וועט ארויסגיין קיין שיכון סקווירא.

סקווירא האט חסידים אין כינע?
איז דא נאך א חסידות אזוי?
ביי טיש רופט מען אויס אלע חסידים פון כינע שטעלן משקה

Re: יהא זכרו ברוך

נשלח: זונטאג אקטאבער 15, 2017 12:19 pm
דורך ביליג
ער איז א ברודער מיט ר' נתן לויבער , די בעה"ב פון נר מצוה

נשלח: זונטאג אקטאבער 15, 2017 12:34 pm
דורך ברוך שאמר
איר רעדט דא סתם שטותים. ער איז נישט געווען קיין 60

Re: יהא זכרו ברוך

נשלח: זונטאג אקטאבער 15, 2017 12:36 pm
דורך ביליג
קען זיין, איך האב נישט געשריבן

נשלח: מאנטאג אקטאבער 16, 2017 12:59 pm
דורך ימים ידברו
טייערע אידען בואו חשבון! עס איז די סאמע הייליגסטע טעג פון יאר און יעדן טאג פרישע קרבנות אין מאנסי אליינס צוויי אינגע מענטשען שמיני עצרת פרידמאן מיט תילים פלוצלים נעבאך, און קרית יואל דער שארמאשער רב א יחיד הדור בגדולת התורה צדקות עניוות התמדה פסק הלכה, ווילאמסבורג א אינגערמאן בלום , בארא פארק אנדערע צרות פון פלוצלימדיגע קרענק, לאמרי זיך פאראייניגען און תורה תפלה תשובה צדקה לאמרי אפשרייען די גזירה לאמרי זיך אויסבעטען א גיט געבענטשאט יאר מיט אריכת ימים ושנים און א געזינטע אריכת ימים

נשלח: מאנטאג אקטאבער 16, 2017 12:59 pm
דורך ימים ידברו
איך האב פארגעסען פון ארי' לויבער נעבאך נעבאך

נשלח: דינסטאג אקטאבער 17, 2017 9:14 am
דורך ברוך שאמר
ר' מרדכי (mutty) רובינשטיין

נשלח: דינסטאג אקטאבער 17, 2017 12:37 pm
דורך berlbalaguleh
ברוך שאמר: וואו האט ער געדאוונט...? ווי אלט געווען...? מה טיבו בעולם הזה...? ארבעט, באשעפטיגונג, פאזיציע...! אפשר א בילד אויך...!

נשלח: מיטוואך אקטאבער 18, 2017 12:17 am
דורך וואלווי
ימים ידברו האט געשריבן:טייערע אידען בואו חשבון! עס איז די סאמע הייליגסטע טעג פון יאר און יעדן טאג פרישע קרבנות אין מאנסי אליינס צוויי אינגע מענטשען שמיני עצרת פרידמאן מיט תילים פלוצלים נעבאך, און קרית יואל דער שארמאשער רב א יחיד הדור בגדולת התורה צדקות עניוות התמדה פסק הלכה, ווילאמסבורג א אינגערמאן בלום , בארא פארק אנדערע צרות פון פלוצלימדיגע קרענק, לאמרי זיך פאראייניגען און תורה תפלה תשובה צדקה לאמרי אפשרייען די גזירה לאמרי זיך אויסבעטען א גיט געבענטשאט יאר מיט אריכת ימים ושנים און א געזינטע אריכת ימים


זיי מוחל און שנייד די קרעפלעך די אוהב ישראל און סניגור!!!

זוכסט מצוות וואס צו פארעכטען? נאדער:

ימים ידברו האט געשריבן:אבער פרוש?? וואס האט ער מיט וויזניץ? און זייט ווען? ער פרעגט אן ביים וויזניצער רבין חוות דעתו איידער ער שטימט אין כנסת, ממילא מויזעס פרעגט האחים מוויזניץ ארץ הקודש, און מאנסי מישט זיך נישט במקום הרב ואביו האמרי חיים זי"ע, אבער פרוש? וואס האסטו מיט וויזניץ? וואס האסטו מיט חסידים בכלל?, די רעכענסט דיך נישט מיט די מיינוג פון וויזניץ, אמת טוסט א טובה פאר א פערמענט דא דארט, דערפאר קומסטו זיך מקנח זיין דא ביי אינז? מאכסט צואה אין כנסת, ווישט זיך אינטער און מאנסי, און ווילסט דורך אונז בלייבען א שיינער איד, לדעתי עני' יעדער רעכט דענקער וויזניצער חסיד, דארף זאגען בפה מלא, בשום אופן, גייט אייך א היים, מאך נישט אן דא קיין פירוד לבבות, הינדרעטער וויזניצע אידען והאלטען עס נישט אויס, גייט אייך פון ווי איר קומט, שטערט נישט אינזער יום טוב, א ודאי איז נישט גערכט קנאים זאלן דא שרייען אבער לאו עכברא גנב רק החורי


מיט אזעלעכע ידידים ווי דיר ווער דארף שונאי ישראל בכלל?!

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2017 4:57 pm
דורך ימים ידברו
יא שכוח איך זעה טאקע וואס מאנסי דארף תשובה טהון מהאט נישט געניק מוחה געווען אויף דער פרוש וואס איז סגן צער החינוך וואס אויף זיין קאנטע שמדט מען אויס אידישע קינדער און ער האט א אפענע טיר ביי די גרעסטע רב אין מאנסי ביסט גערעכט

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2017 9:15 pm
דורך berlbalaguleh
ימים ידברו האט געשריבן:יא שכוח איך זעה טאקע וואס מאנסי דארף תשובה טהון מהאט נישט געניק מוחה געווען אויף דער פרוש וואס איז סגן צער החינוך וואס אויף זיין קאנטע שמדט מען אויס אידישע קינדער און ער האט א אפענע טיר ביי די גרעסטע רב אין מאנסי ביסט גערעכט

ימים ידברו: און אז אין דיין קהילה און ביהמ"ד זענען דא ברואים וועלכע זענען עכטע מחללי שבת ואוכלי נבילות וטריפות (פארשטייצעך ווען קיין בשר ודגים זעהט נישט). און גנבים גזלנים ורוצחים במלוא מובן המילה. און דער רב און אנדערע שיינע אידן חנפנ'ען זיי און זאגן זיי נישט קיין ווארט מוסר נאר מ'געט זיי די שענסטע כיבודים. און די אלע פאלשע דין תורות וועלכע קומען פאר ביי ענק אין חצר. און קיינער איז נישט מוחה. אזוי ווי דיין..."איד"... האט ליעב צו זאגן..."ואין פוצה פה ומצפצף"...נאר די רויטע טורבאנס און די ציונים און דף היומי און מאיר פרוש וואס קומט ר"ה דאווענען אין וויזניץ. דאס שטערט ענק. און דאס זענען די חטאים וואס מ'דארף מתקן זיין. אבער די גזל ועריות וועלכע קומען פאר אין ענקער אייגענע קהילה דאס איז או. קעי. ווייל דער קא-פישער דיין האט געפסקנ'ט אז גניבה וגזילה איז מותר. און עריות ווער האט ענק מתיר געווען...?!

ווען דו און דיינע בני הקהילה וועללן מתקן זיין אלע ענקערע גראבע עבירות. נאכדעים זאלסטו קומען רעדן...או.קעי...!

נשלח: פרייטאג אקטאבער 20, 2017 2:00 pm
דורך ימים ידברו
בערל וועליכע קהלה וועליכע דיין איי דאנא אינדעסטענט

נשלח: פרייטאג אקטאבער 20, 2017 3:02 pm
דורך berlbalaguleh
ימים ידברו: דארט וואו דו באלאנגסט. און פון וואנען דו קומסט... יעצט וועסטו קומען און זאגן...ניין....
ס'איז נישט אזוי. דו ביסט גאר א קלויזנבורגער אדער א חב"ד'סקער...לאל... :lol:

נשלח: פרייטאג אקטאבער 20, 2017 3:54 pm
דורך שמעון וואלף
הערטס אויף ביטע פארדרייען די שמועס דא. יעדעס מאל איך זעה די אשכול אויפ'ן אויבערפלאך פארפעל איך א הארץ קלאפ, אוי, ווער איז שוין ווייטער נפטר געווארן?
בערל און ימים, איר קענט ממשיך זיין אין צימעס

נשלח: פרייטאג אקטאבער 20, 2017 4:02 pm
דורך אהבת ישראל
שמעון וואלף האט געשריבן:הערטס אויף ביטע פארדרייען די שמועס דא. יעדעס מאל איך זעה די אשכול אויפ'ן אויבערפלאך פארפעל איך א הארץ קלאפ, אוי, ווער איז שוין ווייטער נפטר געווארן?
בערל און ימים, איר קענט ממשיך זיין אין צימעס

גערעכט 100 פארצענט גם אני בחלומי חאפ א טרייסעל יעדעס מאל ווען דער אשכול שפריגנט ארויף צום אויבערפלאך
אנטשולדיגט פארען יעצטיגען שרעק פון דעם יצטיגען שפרונג

נשלח: פרייטאג אקטאבער 20, 2017 4:31 pm
דורך שמעקעדיג
שמעון וואלף האט געשריבן:הערטס אויף ביטע פארדרייען די שמועס דא. יעדעס מאל איך זעה די אשכול אויפ'ן אויבערפלאך פארפעל איך א הארץ קלאפ, אוי, ווער איז שוין ווייטער נפטר געווארן?
בערל און ימים, איר קענט ממשיך זיין אין צימעס

גם אני בחלומי. יעדע מאל איך לייען דעם אשכול קען איך זאגן יהא זכרו ברוך אויף נאך א מינוט אין מיין לעבן...

נשלח: פרייטאג אקטאבער 20, 2017 5:01 pm
דורך berlbalaguleh
או.קעי. שמעו נא רבותיי דיינים מומחים, כל שטות ונארישקיט וויכוח שלא מן העניין שהתוכחתי ואמרתי וכתבתי, ולא אמרתי בלי נדר. אני מתחרט על אלו. ויהיו בטלין ומבוטלין, שביתין ושביקין שטותנא לא שטותים. וויכחוחנא לא וויכוח. ויהיו בטלין והפקר כעפרא דערעא (ולא לפומיה) מעתה ועד עולם...ומהיום והלאה בלי נדר ושבועה אפסיק לפתל את השיח/ה. וגם אני מבקש מחילה מכל הנפטרים ומכל אשר איתנו בחיים עד מאה ועשרים שנה...!...

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 05, 2017 9:32 am
דורך סקרן
הרבנית א"ח ר' יחזקאל ראטה רוטה שליט"א
מ'לייגט איר אין מירון און דארט גייט ער זיצען שבעה ווייסט איינער צו אלע קינדער זענען מיט געפארן?