בלאט 92 פון 213
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 10:13 pm
דורך סאשי פיש
די בלעך איז פון זילבער?
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 10:25 pm
דורך קאווע טרינקער
ס'דא צוויי סארטן? וואס ווילהעלם פארקויפט דאס האב איך.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 10:26 pm
דורך סאשי פיש
פארוואס נוצטו עס אז דו דארפסט די shine דערפון?
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 10:27 pm
דורך אפטעמיסט
ווען כ'שיק אן אימעיל פון gmail און ס'ליגט נאך אין sent וואס מיינט עס, אז יענער האט עס נאכנישט געליינט?
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 10:34 pm
דורך רויטע וואנצעס
קאווע טרינקער האט געשריבן:רויטע וואנצעס האט געשריבן:EZ off אדער WD-40.
Wd40 העלפט נישט, און EZ off נעמט אראפ די shine.
[tag]רויטע וואנצעס[/tag] עפעס בעסער ביטע.
ווילאנג האסטו געלאזט די WD-40 זיצן? ס'דארף זיין פאר א שטיק צייט.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 11:27 pm
דורך שמעקעדיג
אפטעמיסט האט געשריבן:ווען כ'שיק אן אימעיל פון gmail און ס'ליגט נאך אין sent וואס מיינט עס, אז יענער האט עס נאכנישט געליינט?
ניין. עס פארבלייבט אינעם sent folder לעולמי עד אחוץ אויב דו פארמעקסט עס.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 11:29 pm
דורך אפטעמיסט
סארי, כ'רעד נישט ווען ס'איז "אין" דעם sent רובריק, נאר אז ס'איז דא א נומער "1" אויפ'ן טיר.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 11:32 pm
דורך ישראל קאפקע
שמעקעדיג האט געשריבן:אפטעמיסט האט געשריבן:ווען כ'שיק אן אימעיל פון gmail און ס'ליגט נאך אין sent וואס מיינט עס, אז יענער האט עס נאכנישט געליינט?
ניין. עס פארבלייבט אינעם sent folder לעולמי עד אחוץ אויב דו פארמעקסט עס.
למען הפונקטליכקייט, נישט אויף 'אייביג', עווענטועל גייסטו אריבערגיין דיין סטארעדזש לימיט, און די אלטע גייען זיך פארמעקן.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 11:47 pm
דורך שמעקעדיג
פארוואס גיי איך אריבערגיין? איך קויף אלץ צו נאך סטארעדזש!
און אפילו טאמער נישט מעקט זיך נישט אויטאמאטיש אויס די אלטע, נאר עס קומען נישט קיין נייע מעסעדזשעס.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 12:07 am
דורך [NAMELESS]
איז דא א וועג אפצולאדען דא א בילד וואס איז 599 KB ? ער זאגט אז מער 254 לאזט ער נישט, וואס טוט מען?
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 12:12 am
דורך רויטע וואנצעס
עמעזאן האט געשריבן:איז דא א וועג אפצולאדען דא א בילד וואס איז 599 KB ? ער זאגט אז מער 254 לאזט ער נישט, וואס טוט מען?
http://www.picresize.com/
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 12:14 am
דורך קליגער אינגערמאן
די גריגסטע וועג צו רידעצירן א בילד איז געוועזן דורך שיקן אויף וואטסעפפ (צ'אפ) צו מיר אליינס און זיי טיען די ארבייט וואס מ'ברוך... כנלענ"ד אדער קען מען עס טיען דורך נאך הינדרעט אנדערע וועגן אשר אי אפשר לפרטם כי רבים הם..
געפילטע ביסט דא ?
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 12:43 am
דורך שטאפענע קאפעליטש
ס'האנדלט זיך וועגען א פלעי וואס גייט פאהרקומען חוה''מ פאר קינדער,
זייער שיין, מ'מאכט גוט גרעפיקס, שפילט געימ'ס אז ס'יא דא טיקיטס, ס'נישט דא מער טיקיטס, אלץ אז די קינדער זאלן שלעפן די טאטע'ס קויפן טיקיטס, זייער פיין.
כ'שטיי אין ביהמ''ד כ'הער א קופקע ''טאטע'ס'' שמוסן וועגען די פלעי, נישט מער נישט וויניגער, טאטע'ס מיט גרויסע טעלעפאונען אין מיני ווען'ס זענען פארנומען מיט א קינדער פלעי,
שפעטער זעה איך אויף איי וועלט טוט זיך בלעטער אויף בלעטער איבער די שפיל, ער גייט עקטן, יענעקפר איז א פעסטע יחצאל וגו',
כ'וויל וויסן טאמער ענק שפילען ביינאכט מיט די קינדערס טוי'ס, מאכסט מיט די מענטשי'ס א חתונה? בויסט מיט די לעגא'ס א פארקינג לאט?
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 8:39 am
דורך שמעקעדיג
איש בער לא ידע וכסיל לא יבין את זאת, מענטשן מיט פארדזשאווערטע DVD קעפ קענען נישט פארשטיין די אפגעהיטענע אינגעלייט...
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 10:27 am
דורך געדיכטע
שטאפענע קאפעליטש האט געשריבן:ס'האנדלט זיך וועגען א פלעי וואס גייט פאהרקומען חוה''מ פאר קינדער,
זייער שיין מ'מאכט גוט גרעפיקס, שפילט געימ'ס אז ס'יא דא טיקיטס, ס'נישט דא מער, אלץ די קינדער זאלן שלעפן די טאטע'ס קויפן, זייער פיין.
כ'שטיי אין ביהמ''ד כ'הער א קופקע שמוסט וועגען די פלעי, נישט מער נישט וויניגער, טאטע'ס מיא גרויסע טעלעפאונען אין מיני ווען'ב זענען ב איי וועלט טוט זיך בלעטער איבער די שפיל,
כ'וויל וויסן טאמער ענק שפילען ביינאכט מיט די קינדערס טוי'ס, מאכסט מיט די מענטשי'ס א חתונה? בויסט מיט די לעגא'ס א פארקינג לאט?
כאכאכא פון וואס רעדט מען דא? איך וויל וויסן צי די אלע חברה דא גייען ביינאכט.... דאס איז דאך וואס זיי רעדן דא בייטאג???
כאכאכא
נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 12:32 am
דורך דריידל
וואס איז די ראשי תיבות פון הי"ד, איז עס השם יקום דמו, מלשון הפסוק דם עבדיו יקום אדער איז עס השם ינקום דמו, מלשון נקמת דם עבדיך השפוך.
איך פארשטיי אז ביידע קענען זיין אמת, אבער איך בין נייגעריג צו ס'איז דא עפעס א מקור וואס די ארגינעלע ר"ת איז געווען.
נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 12:50 am
דורך לית דין בר נש
די צווייטע איז ריכטיג ינקום!
נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 12:58 am
דורך שאולדיספריםפאקער
לית דין בר נש האט געשריבן:די צווייטע איז ריכטיג ינקום!
מהיכן דנתנו
נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 2:45 pm
דורך איך אויך
שוין געזעהן ביידע הונדערטער מאל ,איך גלויב נישט אז יש הכרע בדבר.
נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 11:27 pm
דורך [NAMELESS]
שטאפענע קאפעליטש האט געשריבן:
כ'וויל וויסן טאמער ענק שפילען ביינאכט מיט די קינדערס טוי'ס, מאכסט מיט די מענטשי'ס א חתונה? בויסט מיט די לעגא'ס א פארקינג לאט?
נישט לעגאס נאר אונז שפיל מיר קענדי קראש מיט בריק ברעקער אין טעטריס. זעסט א חילוק? איך נישט.
לגבי שפילן חתונה דארפסטו פארשטיין אז סאיז מער נישט אינטערסאנט ווייל אונז זעמיר שוין עכט חתונה געהאט, אבער היינט שפילט מען עושר מ'דרייווט שיינע קארס... מ'צאלט פאר א טעלעפוין בערך די סכום פון א חודש גראסערי וכו'
נשלח: מאנטאג אקטאבער 06, 2014 12:14 am
דורך berlbalaguleh
שטאפענע קאפעליטש האט געשריבן:ס'האנדלט זיך וועגען א פלעי וואס גייט פאהרקומען חוה''מ פאר קינדער,
זייער שיין, מ'מאכט גוט גרעפיקס, שפילט געימ'ס אז ס'יא דא טיקיטס, ס'נישט דא מער טיקיטס, אלץ אז די קינדער זאלן שלעפן די טאטע'ס קויפן טיקיטס, זייער פיין.
כ'שטיי אין ביהמ''ד כ'הער א קופקע ''טאטע'ס'' שמוסן וועגען די פלעי, נישט מער נישט וויניגער, טאטע'ס מיט גרויסע טעלעפאונען אין מיני ווען'ס זענען פארנומען מיט א קינדער פלעי,
שפעטער זעה איך אויף איי וועלט טוט זיך בלעטער אויף בלעטער איבער די שפיל, ער גייט עקטן, יענעקפר איז א פעסטע יחצאל וגו',
כ'וויל וויסן טאמער ענק שפילען ביינאכט מיט די קינדערס טוי'ס, מאכסט מיט די מענטשי'ס א חתונה? בויסט מיט די לעגא'ס א פארקינג לאט?
כ'עלל דיר אויסזאגן א סוד. ווען די טאטעס וואלטן זיך נישט געשעמט (פארוועם?) וואלטן זיי געקויפט טיקעטס פאר זיך אליינס. די זעלבע איז מיט די קינדער טויס. א סאך דערוואקסענע מענטשן וועלכע האבן נאכנישט אויסגעגעיבן זייער קינדישקייט אלס קינד, וואלטן זיך זיכער אויך געשפיעלט מיט די לעגאס, און קארס און טראקס פון די קינדער...!
נשלח: מאנטאג אקטאבער 06, 2014 5:58 pm
דורך ונבנתה העיר
די כינעזער וואס קלויבן צוזאמען גאנצע וועגענער פון פלאסטישע באטלעך ארויסצונעמען פון זיי דעם פינף-צענטיגן ריפאנד, לייגן זיי נישט אריין מער ווי פינף צענט קאלאריעס אין זייער השתדלות צו גיין, זוכן און טראגן דעם באטל?
נשלח: מיטוואך אקטאבער 08, 2014 1:32 pm
דורך שטאפענע קאפעליטש
כ'האב אייביג געמיינט ס'דרייען זיך דא מער וויניגיר חסידישע וואילע אינגערלייט, פארשטייט זיך ס'דרייען זיך אויך איינער וואס איז אביסעל מער אויפגעקלערט, איינער אפשר ליידער א או.טו.דו. וגו'
אבער פונקט קוקנדיג אין א אנדערע וועבזייטל (געווארן געלינקט פון דא) זעה איך איינער שרייט אז דא דרייען זיך כופרים, מחלי שבת, שגצים גוים וגו', יענער גלייכט צו דער פלאץ מיט גילוי עריות אין שפיכת דמים
קען איינער מיך אויפקרלערן? וואס די העלל איז די עלעמענט דא? טאמער איז עס טאקע שוואך איז פאר מיר דא נישט קיין פלאץ.