בלאט 92 פון 179
נשלח: זונטאג פעברואר 25, 2018 2:41 am
דורך שמעון וואלף
געוואלדיג האט געשריבן:שמעתי,
אין מגילה שטייט אז עס זענען געווען שבעת הסריסים, נו אויב אזוי וואו האט מען געלייגט דעם זיבעטן, עס שטייט דאך פריער שש מטות, נאר אלא מאי מוז מען זאגן אז שבעת מוז נישט מיינען זיבן נאר עס קען מיינען זעקס,
מנא אמינא לה? ווייל די וואך אין די פרשה ווערט געברענגט ''והם יקחו 1) את הזהב 2) ואת התכלת 3) ואת הארגמן 4) ואת תולעת השני 5) ואת השש'' עס איז דאך נאר פינעף זאכן און דאך רופט עס די תורה אן שש, נו אויב שש קען מיינען 5, קען שבעת מיינען 6, ודפט''ט.
אוי וויי, שטימט דאך ווייטער נישט, ווייל טאמער מיינט שש פינעף איז דאך נאר געווען 5 בעטן? והדרא קשיא לדוכתא
נשלח: זונטאג פעברואר 25, 2018 8:43 am
דורך וואלווי
שמעון וואלף האט געשריבן:געוואלדיג האט געשריבן:שמעתי,
אין מגילה שטייט אז עס זענען געווען שבעת הסריסים, נו אויב אזוי וואו האט מען געלייגט דעם זיבעטן, עס שטייט דאך פריער שש מטות, נאר אלא מאי מוז מען זאגן אז שבעת מוז נישט מיינען זיבן נאר עס קען מיינען זעקס,
מנא אמינא לה? ווייל די וואך אין די פרשה ווערט געברענגט ''והם יקחו 1) את הזהב 2) ואת התכלת 3) ואת הארגמן 4) ואת תולעת השני 5) ואת השש'' עס איז דאך נאר פינעף זאכן און דאך רופט עס די תורה אן שש, נו אויב שש קען מיינען 5, קען שבעת מיינען 6, ודפט''ט.
אוי וויי, שטימט דאך ווייטער נישט, ווייל טאמער מיינט שש פינעף איז דאך נאר געווען 5 בעטן? והדרא קשיא לדוכתא
איינמאל מ'האלט שוין ביי פינף און זעקס איז שוין אלעס אייניג. אזוי ווי מ'זעהט ביי אן אמה אין פרק לולב הגזול, וואס א אמה האט אין זיך 6 טפחים כידוע, און אויף דעם זעלבע אמה איז אפילו דא א מאן דאמר אז ס'האט גאר 5 טפחים בשעת וואס דער אמה בלייבן די זעלבע לענג.
נשלח: זונטאג פעברואר 25, 2018 2:30 pm
דורך berlbalaguleh
וואלווי: און ספעציעל פורים נאכמיטאג ביי די טרונק סעודה, ווען מ'האלט שוין נאך די ארבע כוסות (וי"ג, קעיסעס) איז שוין נישט קיין חילוק צי אן אמה האט 5 אדער 6 טפחים...!
נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2018 12:20 am
דורך געוואלדיג
שמעתי,
מען דארף פארשטיין, המן איז דאך געווען פון די געטרייסטע מענטשן צום קעניג, וויאזוי האט זיך אלעס איבער געדרייט בין יום היה ובין יום אבד?
נאר וואזשע דען, המן איז דאך געווען א חציו עבד חציו בן חורין א בן גרושה וחלוצה, בקיצור א סיקריק, איז ער געגאנגען צו אחשוורוש און גע'טענה'עט "הער מיר אויס ישנו עם אחד מפוזר ומפורד בין העמים, דאס איז אוודאי די אידעלעך, זיי זענען מלוא הגוים און אסאך געלט ליגט ביי זיי, וויאזוי קענסטו לייגן דיין האנט אויף זייער געלט? זייער פשוט, יעצט איז די מצב אז ודתיהם שונות מכל עם, זיי האבן ספעציעלע געזעצן זיי דארפן נישט גיין אין מיליטער וכדו', ולמלך אין שוה להניחם פארן קעניגליכן קאסע אין גארנישט ווערד אז מען לאזט זיי אזוי, אם על המלך טוב אויב ווילסטו מאכן אפאר טאלער, יכתב לאבדם מיט א א' אדער א ע' מאכט נישט אויס, דער עיקר עפעס א שריפט זאל אויסזעהן ווי א גזירה, און איך זאג דיר צו אז איך וועל מאכן אזא מהפכה מחאות והפגנות איך בין מבטיח אז איך קען אריינברענגען צו די עקאנאמיע עשרת אלפים כיכר כסף, וועלן מיר מאכן חצי לי וחצי לך וסוד קדוש, אז דאך אלעס גוט געווען, און אחשורוש האט איהם גרויס געמאכט,
אבער עס גייט אדורך א שטיקל צייט האט דער קעניג זיך אפגערעדט הכסף נתון לך געלט מאכסטו טאקע אבער מיין חלק געבסטו נישט, מיינסטו טאקע אז עס וועט בליבן והעם לעשות בו כטוב בעינך? אויב געסטו נישט מיין חלק וועל איך זיך נוקם זיין, וכך הוה זכותו יגול ואנחה, ולנו הישועה.
און לאמיר ווייטער געבן געלט פאר די ברכיים וואס דארפן נייע הויזן וואס זענען צוריסן געווארן ביי די הפגנות צו אנהאלטן די געלט פלוס פון די אמעריקאנער אונגארישע נארנים...
נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2018 1:13 am
דורך berlbalaguleh
געוואלדיג: איך בין שטארק באליידיגט...! אין ענגלאנד וואוינען אויך ב"ה א שיינע צאל פון די זעלבע נאראנים. און זיי האבן אויכעט א גרינגע קעשענע. פארוואס האסטו אויסגערכעכנט נאר די אמעריקאנער...?! די אלע חוב'ע ארגאניזאציעס האבן שוין געפרינט נייע, שיינע קאלירפולע בראשורן. און זייח זענען שחוין גרייט ארומצוגיין אין די הייזער און די בתי מדרשים איינרייסן וועלטן. אז נאר זיי זענען די ביי וועמען דאס אידישקייט האלטציך...!
נשלח: מוצ"ש מערץ 03, 2018 8:16 pm
דורך [NAMELESS]
ווי ווערט UPS דערמאנט אין די מגילה?
"ותשלח אסתר בגדים למרדכי - ולא קיבל"
c/p
נשלח: דינסטאג מערץ 20, 2018 2:23 am
דורך תנחום
עיוור שבא לאכול בסדר פסח
תפס מצה מישש אותה בידיו ופתאום קם הפסיק את הקורא ואמר:
"תגידו, מי כתב את השטויות האלה?!".
אמא: דני, תנקה בבקשה את האבק.
דני: למה אנחנו צריכים אבק נקי?
לבני ישראל לא היה זמן להתפיח את הלחם
אבל לעשות בו 139 חורים עם מזלג היה להם זמן??!!
שאלה : איזה עיר סגורה בפסח?
תשובה: בית לחם
נשלח: דינסטאג מערץ 27, 2018 10:14 am
דורך געוואלדיג
אז א לעפל פאלט אראפ אום פסח איז נאך ערגער ווי תפילין,
ביי תפילין פאסט מען איין טאג, ביי דעם לעפל אכט...
נשלח: מאנטאג אפריל 02, 2018 4:07 am
דורך ווייל אזוי
זאגט מיר איינער אז בינגא פארקויפט יעצט א דאזן אייער פאר 49¢ יא אזוי ווי איהר הער אונטער 50 צענט.
אבער שברים

נשלח: מיטוואך אפריל 04, 2018 9:35 pm
דורך שושן פורים
די אלע וואס גייען איינקויפן איצטערט צום פרישן ווינטער סעזאן זאלן אבאכט גיבן נישט צו קויפן לעדערנע שטיוול, עס איז פארהאן גרויסע שאנסן פאר א שווערע שניי בליזארד אום תשעה באב.
נשלח: זונטאג אפריל 15, 2018 4:37 pm
דורך געוואלדיג
זאגט מיר איינער
וויזניצער רבי פון מאנסי האט א ווייטער בליק, ביי נעילת החג שש''פ האט ער געוואונטשן דעם עולם א געזונטן זומער...
נשלח: מאנטאג אפריל 16, 2018 5:25 pm
דורך ווייל אזוי
פארציילט מיר איינער אז ער איז אריין צו די נייע וויזשניצער רבי (איינע פון די 8) מיט א קוויטל און די רבי רופט זיך אן מיט עניוות דו ווייסט דאך אז איך קען נישט ליינען קיין קוויטלעך, רופט זיך די חסיד אָן איין זאך ווייס איך יא אז תפיסת מחשבה האט די רבי זיכער.
נשלח: מאנטאג אפריל 16, 2018 5:27 pm
דורך ווייל אזוי
אז מ'רעדט שוין ווערט איבערגעגעבן אז וויזשניצע רבי האט געשיקט א גרוס מיט ספינקא רבי אז ער זאל עס איבערגעבן פאר'ן דעשש'ע רבי.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 19, 2018 3:18 pm
דורך נקודת-אמת
ווייל אזוי האט געשריבן:פארציילט מיר איינער אז ער איז אריין צו די נייע וויזשניצער רבי (איינע פון די 8) מיט א קוויטל און די רבי רופט זיך אן מיט עניוות דו ווייסט דאך אז איך קען נישט ליינען קיין קוויטלעך, רופט זיך די חסיד אָן איין זאך ווייס איך יא אז תפיסת מחשבה האט די רבי זיכער.
די וועלט'ס בארימטע בדחן ר' בצלאל אלטער הכהן דים שליט"א פון בני ברק האט פארציילט פאר בערך 10 יאהרן צוריק
ווען עפעס א צדיק איז אוועק און ס'איז אויפגענומען געווארן א נייע רב/רבי (אין ב"פ אויף 48/15)
וואס ר' בצלאל האט עם גאנץ גוט געקענט פון די צוויי יאהר אין ארץ ישראל (בת-ים)
און ר' בצלאל איז אריין מיט א קוויטל מיט אן ערנסטע פנים און דער רב האט זיך אנגערופן ברוב ענוותנותו המפורסמת:
"ר' בצלאל, איהר קענט מיר דאך, וואס קומט איהר אריין מיט א קוויטעל, בשלמא די חסידים דארפן דאך האבן א רבי אבער דו..."
ר' בצלאל האט זיך גע'עקש'נט און דעם רב האט געליינט דעם קוויטל.
ארויסקומענדיג פון צימער פרעגט דעם גבאי: "נו ר' בצלאל, וואס זאגסטו צו אונזער נייע רב?"
האט ר' בצלאל געזאגט:
"רוח-הקודש ווייס איך נישט אויב דער רב האט, אבער תפיסת מחשבה האב איך אליין מיט-געהאלטן..."

נשלח: מאנטאג אפריל 23, 2018 12:39 am
דורך שמעון וואלף
איינער וואקט אריין אין בית הכסא און זעהט אן אלטע איד זאגט אשר יצר. מאי האי? פרעגט ער. זאגט דער אלטע איד אז ער האט געהערט ס'איז א סגולה צו זאגן אשר יצר אינעווייניג
נשלח: מאנטאג אפריל 23, 2018 3:43 pm
דורך אברעימל
געהערט אזא מעשה, א וויזניצער יונגערמאן איז געגאנגען אין שפיטאל האבן א קינד נו, וועם רופט מען. האט ער גערופן אלע אכט רבי'ס זיך מזכיר זיין. אינמיטן האט זיך געמאכט א קאמפליקאציע האט ער שנעל גערופן סקולענער רבי בעטן א ברכה...
נשלח: דינסטאג אפריל 24, 2018 11:29 am
דורך א-שופר-איז-א-שופר
אברעימל האט געשריבן:געהערט אזא מעשה, א וויזניצער יונגערמאן איז געגאנגען אין שפיטאל האבן א קינד נו, וועם רופט מען. האט ער גערופן אלע אכט רבי'ס זיך מזכיר זיין. אינמיטן האט זיך געמאכט א קאמפליקאציע האט ער שנעל גערופן סקולענער רבי בעטן א ברכה...
דאס איז א מעכטיג ווארט
נשלח: זונטאג אפריל 29, 2018 11:11 am
דורך נקודת-אמת

- באקומען אויפ'ן אי-מעייל
נשלח: זונטאג אפריל 29, 2018 1:38 pm
דורך berlbalaguleh
נקודת אמת: ווי ס'זעהט אויס די תורה וואס מ'האט געגעבן ביים בארג סיני איז שוין א ביסל אלטמאדיש. האבן די אונגערישע רבנים ממציא געווען א נייע תורה...!
מיין טאטע ע"ה האט געזאגט..."נאך א מזל מ'האט געגעבן די תורה 3000 יאר צוריק. ווייל אויב מ'וואלט זי היינט געגעבן, וואלט געשטאנען כבד את בנך ואת בתך...!
נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2018 12:00 am
דורך דער דאס
ווייסט איינער אויב רבי שמעון בר יוחאי האט אפשר א ברודער וואס ליגט אין סטעטן איילענד וואו מ'קען גיין אנשטאט פארן אויף מירון??
נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2018 12:35 am
דורך שמעון וואלף
דער דאס האט געשריבן:ווייסט איינער אויב רבי שמעון בר יוחאי האט אפשר א ברודער וואס ליגט אין סטעטן איילענד וואו מ'קען גיין אנשטאט פארן אויף מירון??
פון ר' שמעון'ס ברידער ווייס איך נישט אבער ר' נפתל'טשע מ'באבוב האט יא א ברידער אין בארא פארק פאר די וואס קענען נישט פארן קיין ניו זשערסי
נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2018 1:17 am
דורך פשטו ידיכם
.
נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2018 1:25 am
דורך שמעון וואלף
פשטו ידיכם האט געשריבן:.
קודם כל מעגסטי דיך לערנען שרייבן אביסול נארמאלער.
צווייטענס, מרב"ץ איז שוין צוריק אין 48