בלאט 92 פון 214

נשלח: מאנטאג אפריל 01, 2019 3:54 pm
דורך סדרן
דער עולם איז מכובד אויפצונעמען די לעצטיגע נייע מעמבערס מיט כבוד. ווארף אים צו א לייק, ווייז אים אז ער איז וועלקאם דא ביי אונז.

נשלח: מאנטאג אפריל 01, 2019 4:00 pm
דורך calculator
שאראש-פאטאק האט געשריבן:איך בין א סאטמערע אינגערמאן. געהערט האב אויך אז די רבי איז געווען העכיר ווי סתם מנהגי דברי יואל אין נישט איעדע ציוני איז טאקט א ציוני אין אז די רבי אין אלע צדיקים האבן געלערנט מו"נ מיט שער היחיד מיט חב"ד ברסלב אין קבלה אין וואס נישט סא זיכענדיג ווי מען רעדט פין אלעס בין איך אנגעקומען דא צוטרינקען א קאווע אין אוזי ווי די קאווע איז זייער גיט ףגעווען אין אויך האב געהאט וואס צוצושרייבן האב אויך מחליט געווען אז מען שרייבט זיך איין



שלום עליכם מר שאראש-פאטאק.
איך האב געליינט דיין ערשטע תגובה עס האט מיר געקאסט א שמייכל, נאך א סאטמארער הייבט אן ארויסקריכן פין זיין באקס, אין איז מסתפק אין די אלע שטותים וואס מען האט אים געלערנט אין זיינע חדר יארן.

איך וואונטש דיך הצלחה מיט סייעתא דשמיא צו דיין לאנגע רייזע.

נשלח: מאנטאג אפריל 01, 2019 4:20 pm
דורך וואלווי
calculator האט געשריבן:
שאראש-פאטאק האט געשריבן:איך בין א סאטמערע אינגערמאן. געהערט האב אויך אז די רבי איז געווען העכיר ווי סתם מנהגי דברי יואל אין נישט איעדע ציוני איז טאקט א ציוני אין אז די רבי אין אלע צדיקים האבן געלערנט מו"נ מיט שער היחיד מיט חב"ד ברסלב אין קבלה אין וואס נישט סא זיכענדיג ווי מען רעדט פין אלעס בין איך אנגעקומען דא צוטרינקען א קאווע אין אוזי ווי די קאווע איז זייער גיט ףגעווען אין אויך האב געהאט וואס צוצושרייבן האב אויך מחליט געווען אז מען שרייבט זיך איין



שלום עליכם מר שאראש-פאטאק.
איך האב געליינט דיין ערשטע תגובה עס האט מיר געקאסט א שמייכל, נאך א סאטמארער הייבט אן ארויסקריכן פין זיין באקס, אין איז מסתפק אין די אלע שטותים וואס מען האט אים געלערנט אין זיינע חדר יארן.

איך וואונטש דיך הצלחה מיט סייעתא דשמיא צו דיין לאנגע רייזע.


ער וועט נאך איין טאג אויסגעפונען אז ארויס פון באקס מיינט אסאך מער ווי די רבי האט געלערנט חב"ד און ברסלב...

נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 3:03 pm
דורך רעדנער
א גוטן אלע חברים, איך בין א אינגע מענטש, און איך האב זאכן וואס איך וויל מיך לאזן הערן מיט, און וואס איך קען באשטיין אנדערע זאלן עס הערן און דערהערן, און ס'זאל עפעס אויפטהון, עפעס טוישן, איך האף אז דא איז די ריכטיגע פלאטפארמע צו פארציילן מיינע געדאנקען.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 4:59 pm
דורך זאפטיג
רעדנער האט געשריבן:א גוטן אלע חברים, איך בין א אינגע מענטש, און איך האב זאכן וואס איך וויל מיך לאזן הערן מיט, און וואס איך קען באשטיין אנדערע זאלן עס הערן און דערהערן, און ס'זאל עפעס אויפטהון, עפעס טוישן, איך האף אז דא איז די ריכטיגע פלאטפארמע צו פארציילן מיינע געדאנקען.

נו נו רעד שוין

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2019 3:35 pm
דורך הימל געשריי
איך פיל אז איך קען אסאך ציגעבען צי דער פלאץ, לאמיר זיך עפענען דאס פעדער
איך האב אסאך גוטע אין זיסע טאלאנטען, שרייבן, שיין, זינגן.
שוין זייער לאנג געוואלט אהערקימען, ב"ה יעצט איז די צייט

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2019 3:35 pm
דורך בת ים
פון בת ים ארויס קום איך געבן מיינע צוויי צענט און איך האף מען וועט באוויליגן מיר מקבל צו זיין אין פריידן.
סיי דעם נייען, סיי דעם אלטן, זיך צאמשמוועסן ווי א באקאנטן. אויף ווידערזעהן אין אן אשכול מיט לענגערע האפט.

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2019 3:36 pm
דורך לייזערטאַג
מײַנע אינטערעסן זענען די שפּראַך און קולטור פֿון דער חרדישער וועלט. איך בין פֿאַראינטערעסירט אין אידישער מחשבֿה און השקפֿה אין דער געזעלשאַפֿט. מיר געפֿעלט אויך נײַעס פֿון אַרבע כּנפֿות הארץ. איך קלער אָפֿט וועגן דער השפּעה פֿון די נײַע טעכנאָלאָגישע און וויסנשאַפֿטלעכע אַנטוויקלונגען אויף דער אידישער גאַס.

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2019 3:37 pm
דורך סדרן
שלום עליכם [tag]הימל געשריי[/tag], [tag]בת ים[/tag] און [tag]לייזערטאַג[/tag]. מאכטס אייך באקוועם, און לאזט זיך הערן.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2019 9:13 pm
דורך גראף
שלום עליכם לאזט אייך הערן.
@בת ים איר קומט אפשר פון קרית באבוב? שוין נישט געווען דארט יארן. וואס טוט זיך דארט? ווער האט געוואונען די מלחמה, די קעץ אדער די ראטן? [emoji38]
עפעס בענקט זיך. נו' וועלקאם.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

נשלח: זונטאג אפריל 14, 2019 11:51 am
דורך דובר אמת
איך זיך א פלאץ צו קענען רעדן אן מורא, אויסשמועסען מיט אחים לדעה . 80% מענטשן האבן מורא צו רעדן. דער ועקער האט מיך אויפגמערקט וועגען קאווע שטיבל

נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2019 6:51 pm
דורך עך עך אי אר
איך בין א היימישער, פרייליכער יונגערמאן. איך בין טאקע חסידיש אבער א געלערנטער. איך האב א קאלעדזש דעגרי און איך ווער משוגע פאר היסטאריע. כ'האב ליב פאליטיק, אבער איך נעם נישט קיין שטעלע אין פאליטיק. איך האלט אז יעדער מעג האבן אן אייגענע מיינונג וואס איז אנדערש ( everyone is entitled to their opinions) און דאס איז די איינציגסטע מיינונג וואס איך האף און האלט אז יעדער זאל אננעמען.

נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2019 6:53 pm
דורך סדרן
שלום שלום עליכם [tag]דובר אמת[/tag] און [tag]עך עך אי אר[/tag]. מאכטס אייך באקוועם, און לאזט זיך הערן.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2019 6:53 pm
דורך גראף
שלום עליכם ר' ברעכער און דובר אמת.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2019 9:26 pm
דורך דער אלטער
איך האב אסאך איבריגע צייט און כ'האב זייער ליב צו ליינען גיט געשריבנע יודישע ארטיקלן במילא בין איך דא און האף הנאה צו האבן
און איך האף עטס וועטס אלע הנאה האבן פין מיר דא, הצלחה וברכה

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2019 9:27 pm
דורך ארץ חמדה
ווען איך וועל ארויפקומען אויף יענער וועלט, און דער בורא וועט מיר פרעגן, "חמדה'לע, מיין קאווע שטיבל האסטו געזען?", וואס וועל איך ענטפערן?
ווי עס זעט מיר אויס זיצן דא אידן וואס זענען טרוד על המחיה ועל הכלכלה און נוצן אויס יעדע איבריגע מינוט און זענען זיך מייגע להעמיד הדת על תילה, די אמתע אידישקייט, אן כבוד און אן געלט. מען קען ממליץ זיין דערויף, "אם פגע בך מנובל זה, משכהו לבית המדרש" - נישט זיי דיך מושך אין בית המדרש, נאר שלעפ אריין דעם גאנצן יצר הרע אין בית המדרש מיט די רמ"ח איברים, ומלאך רע בעל כרחו יענה אמן, דאס איז דער שענסטער נצחון וואס כלל ישראל האט אפגעהאלטן אין די מלחמה קעגן מאדערנע טעכנאלאגיע. מה נהדר מראה זו.
(איך דארף נאך עקסטער אויסגראמען די מנהלים, אדער שוין יוצא געווען?)

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2019 9:28 pm
דורך שפת אמת
א געוואלדיג מקום פון אויסשמועס׳ן ענינים העומדים על הפרק על דרך האמת אן קיין שום ציגעבינדענקייט צו קיין שום פון פאראויס אוועקגעשטעלטע שיטה וכו׳ איש על מחנהו ואיש על דגלו.
א גאר דערפרישענדע און קאלארפולע מקום מיט א געלעגנהייט צו הערן יעדעמ׳ס אייגענארטיגע קוק און געפיל אויף פילע נושאים.
א גרויסע יש״כ פאר׳ן אהערשטעלן אזא שיינע און געוואלדיגע מקום ב״ה.

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2019 9:28 pm
דורך פרוש
האמת אגיד, איך פארמאג שוין א ניק אויף קאווע שטיבל שוין עטליכע יאר, אבער את אשר יגורנו בא, ווען דעם פארגאנגענעם יום טוב פסח און אריינגערעכנט שוין עטליכע וואכן בעפאר האבן מיר עטליכע אפגעשטעלט און מגלה געווען מיין אידענטיטעט פון דא אויפן שטיבל,

ווי פארשטענדליך אז דאס האלט צוריק פון זיך אויסדריקן בשלימות דא אין שטיבל, ווי לופטערן מיינונגען איבער פארשידענע ענינים, און אפגערעדט פון שרייבט מיט א ברייטקייט אין מאחורי.

אלזא, איז צום האספן אז דער נייער ניק וועט כאטש זיין עפעס א לעזונג צו די אויבנדערמאנטע.

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2019 9:29 pm
דורך שיטה הקדושה
איך בין א גרוש, אין איך האב אסאך שיטות, איך וואלט ליב געהאט עס ארויס צוברענגן למעשה, ווען איך ליין וואס איך טראכט האב איך קורת רוח פון דעם,
יעצט מיט די פרישע. נייעס פון די שיסעריי אין קאליפארניע וויל איך מיטיילן מיין שיטה מיט אנטיסעמטיזם

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2019 9:32 pm
דורך סדרן
מיט כבוד אנטפאנגען מיר די חברים וועלכע האבן זיך איינגעשריבן אין די לעצטע עטליכע טעג, הלא הם:
[tag]דער אלטער[/tag]
[tag]ארץ חמדה[/tag]
[tag]שפת אמת[/tag]
[tag]פרוש[/tag]
[tag]שיטה הקדושה[/tag]

יהא בואכם לברכה.

נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2019 9:09 am
דורך זאפטיג
ארץ חמדה האט געשריבן:ווען איך וועל ארויפקומען אויף יענער וועלט, און דער בורא וועט מיר פרעגן, "חמדה'לע, מיין קאווע שטיבל האסטו געזען?", וואס וועל איך ענטפערן?
ווי עס זעט מיר אויס זיצן דא אידן וואס זענען טרוד על המחיה ועל הכלכלה און נוצן אויס יעדע איבריגע מינוט און זענען זיך מייגע להעמיד הדת על תילה, די אמתע אידישקייט, אן כבוד און אן געלט. מען קען ממליץ זיין דערויף, "אם פגע בך מנובל זה, משכהו לבית המדרש" - נישט זיי דיך מושך אין בית המדרש, נאר שלעפ אריין דעם גאנצן יצר הרע אין בית המדרש מיט די רמ"ח איברים, ומלאך רע בעל כרחו יענה אמן, דאס איז דער שענסטער נצחון וואס כלל ישראל האט אפגעהאלטן אין די מלחמה קעגן מאדערנע טעכנאלאגיע. מה נהדר מראה זו.
(איך דארף נאך עקסטער אויסגראמען די מנהלים, אדער שוין יוצא געווען?)


מנוול נישט מנובל. אזוי ווי די שרייבסט דא איז דער אמת'ע אידישקייט :)

נשלח: פרייטאג מאי 03, 2019 12:32 pm
דורך הדסים
שלום עליכם.

איך בין א חסידישער איד פון די סטעיט אף ניו יארק (ווייל דא האט די שיף געאנקערט מיט מיינע זיידעס).

איך ליין שוין דא פאר א שטיק צייט. וויל איך טרייען צו איך קען אויך עפעס צוגעבן.

נשלח: פרייטאג מאי 03, 2019 12:33 pm
דורך כיסופים
א איד מיט כיסופים צום אייבערשטן און צו זיין תורה הקדושה. א איד וואס געדענקט אז מיר האבן א גוטע באשעפער וואס האט אונז געגעבן א גוטע תורה מיט גוטע מצוות וואס אלעס איז נאר פאר אונזער טובה און גוטס, און ער און זיינע מצוות און זיינע צדיקים זענען די איינציגסטע גוטס אויף דער וועלט, און אלעס אויסער דעם איז הבל הבלים ממש כנראה בחוש לכל. א איד וואס ווייסט אז דער אייבערשטער איז א גוטער און נאר גוטס, דעריבער איז אלעס וואס ער מאכט - זיכער נאר לטובה!!! און די גאנצע טאג דארף מען פשוט געדענקן פון אים און זיך ציען צו אים און טון זיין רצון מיט א שמחה כל אחד כפי יכולתו וכפי מדריגתו!! בקיצור - מיר זענען גליקליך אז מיר זענען אידן און מיר גלייבן אינעם אייבערשטן!! אשרינו!!