בלאט 93 פון 213
נשלח: מיטוואך אקטאבער 08, 2014 1:43 pm
דורך אפטעמיסט
איך, למשל, עס גיד הנשה. אודה ולא אבוש.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 08, 2014 1:45 pm
דורך בשבילי!
איך למשל זאג מזמור לתודה ערב יום הקדוש . ביטע אבער נישט פארשפרייטן ,, איך זוך נישט זיך צו רייצן .
נשלח: זונטאג אקטאבער 12, 2014 4:35 pm
דורך הוגה
איך בין נישט מקפיד אלעמאל אויף "והיה על מצחו תמיד".
נשלח: מאנטאג אקטאבער 13, 2014 7:07 am
דורך דריידל
איך בין מקיל (מיט א היתר) אויף והיית משוגע
נשלח: מאנטאג אקטאבער 13, 2014 7:26 am
דורך טאמבל סאס
איך עס מיך דאס געזונט - אבר מן החי.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 13, 2014 9:20 am
דורך קאווע טרינקער
איך האב עובר געווען אויף די שלש שבועות.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 13, 2014 11:24 am
דורך יין שרף
קאווע טרינקער האט געשריבן:איך האב עובר געווען אויף די שלש שבועות.
ווי אזוי? האסט דעמאלס געהערט מוזיק?
הקפה שניות
נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 2:30 am
דורך הרב_שלום
ווי אזוי זעהט אויס הקפה שניות
מען גייט קודם אהיים מאכען הבדלה אדער סאיז גלייך נאך מעריב
מען מאכט זיבן הקפות?
מען זאגט אתה הראת מיט אלע פסוקים וואס מען זאגט ביי יעדע הקפה?
מעג א איד פון חוץ לארץ אהין גיין?
היטע איבערגעבן א דעטאלע באריכט ווי אזוי עס זעהט אויס?
נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 1:50 pm
דורך ידען
ווער איז די יונגע מענטש וואס איז אלע מאל מיט ר׳ יחזקל ראטה?
מע קען נישט זעהן א בילד פון ר׳ יחזקל אהן איהם. אפי׳ א פרייוועט אינטערוויו איז ער אלע מאל דארט
נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 1:51 pm
דורך בשבילי!
אייניקל
נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 1:52 pm
דורך ידען
בשבילי! האט געשריבן:אייניקל
וועמעס זוהן?
וויזוי הייסט ער?
פארוואס פינקט ער איז געווארען אזוי נאנט מיט איהם?
נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 2:46 pm
דורך בשבילי!
ער הייסט ראטה ער איז זיין גבאי אפיציעל , דאס איז זיין ארבעט. ווייס נישט וועמעס זון
נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 4:40 pm
דורך ידען
ידען האט געשריבן:בשבילי! האט געשריבן:אייניקל
וועמעס זוהן?
וויזוי הייסט ער?
פארוואס פינקט ער איז געווארען אזוי נאנט מיט איהם?
א גוטע חבר שרייבט מיך :
ער הייסט יואלי. ברוך דודס זון. ער איז גבאי און פירט די ווערטשאפט. כידוע איז דא א ריס דארט צווישן ברוך דוד און משה ווייל ברוך דוד זיצט אויף די קאסע און לעבט א לעבן.
יואלי ארבעט אין קאנסטרוקשין און ער דרייווט א לעקסוס.
פארוואס רופט דער בעלזא רב אן א"י פאלעסטין
נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 11:34 pm
דורך shem-tov
יעצט געהערט א שטיקל פון די שטייענדיגע תורה פון בעלזא רב שליט"א בנוגע די אינטערנעט אז איינער וואס האט נישט קיין פילטער איז א חוטא ומחטיא. אינמיטן זאגט ער עפעס אז דא אין פאלעסטין הייסט א פילטער עפעס... כהאב נישט פונקטלעך פארשטאנען. הקיצור דאס איז מיר א חידוש אז ער רופט אן א"י פאלעסטין. איינער ווייסט פשט
נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 11:36 pm
דורך קאווע טרינקער
Attention
נשלח: מאנטאג אקטאבער 20, 2014 12:07 am
דורך לעיקוואד
עס איז א רמז, אז זיך נישט נוצן מיט אונטערנעט איז בערך אזוי שכלדיג און תורהדיג ווי רופען ארץ ישראל פאלעסטינא ווייל אזוי האט עס געהייסען הונדערט יאר צוריק ואין לשנות ח''ו.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 20, 2014 12:41 am
דורך יאיר
@איך אויך אלערט.
ביטע פארענטפער אויך פארוואס ער רופט עס אינטערנאַט.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 20, 2014 6:54 am
דורך ישראל קאפקע
יאיר האט געשריבן:@איך אויך אלערט.
ביטע פארענטפער אויך פארוואס ער רופט עס אינטערנאַט.
אינטערנאט מיינט dormitory אין אידיש, לכאורה מישט ער אויס די צוויי זאכן,
נשלח: מאנטאג אקטאבער 20, 2014 7:02 am
דורך [NAMELESS]
דאס אז בעלזער רב רופט אן ארץ ישראל ׳פאלסטין׳ איז אויך א דירעקטע תוצאה פון אינטערנעט (אדער פארקאלעכטקייט)
נשלח: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 3:53 pm
דורך קרעמער1
איך האב אין מיין באזיץ אן אמעריקנער צוואנציג דאלאר ביל פון יאַרע 1981 וואס די פּרינט איז נישט אין צענטער, ד"ה די גליון אויבן איז סאך ווייניגער ווי אונטן, און א 1993 וואס איז פארקערט, נעמליך אויבן איז די ליידיגע אביסל מער
אלזא וויל איך וויסן: איז דאס נארמאל, אדער א מיספרינט וואס איז מער ווערט? - אויב יא וויפיל?
אדער איז עס א פאלשע וואס ניטאמאל ווערט די פאפיר דערויף
אויף וויפל איך זעה, ווען איך לייג עס צו די לעכטיגקייט, צייגט עס עכט
אויב מעגליך ביטע צולייגן א לינק וואו מ'קען נאכקוקן די זאכן
א דאנק פון פאראויס
נשלח: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 3:56 pm
דורך איך אויך
לייג א בילד און מ'וועט דן זיין דערין.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 5:36 pm
דורך געפילטע פיש
נשלח: פרייטאג אקטאבער 24, 2014 11:31 am
דורך שמעקעדיג
עס מאכט זיך צומאל אז איך וויל וויסן די היינטיגע עקסטשעינזש רעיט פאר אנדערע געלטער, למשל פון דאלער אויף שקל אדער יורא'ס.
וואו איז די בעסטע פלאץ צו טשעקן?
איך טשעק אייביג סיי גוגל און סיי בינג, אבער שטענדיג האבן זיי אנדערע ראטעס איינער פון צווייטן (הגם כמעט ענליך, אבער פארט אנדערש).
כ'פארשטיי זיי רייסן זיך ביידע ביי די קעפ, אבער עד כדי כך אז די מחלוקת אפעקטירט שוין ממש די עקסטשעינדזש ראטעס? ווי אזוי איז דאס מעגליך??