בלאט 93 פון 214

נשלח: פרייטאג מאי 03, 2019 12:34 pm
דורך Maven1
Love to read history.
Would love to participate on this well versed form perhaps i can share my views on daily news and on Chasiddus.

נשלח: פרייטאג מאי 03, 2019 12:35 pm
דורך סדרן
מיט כבוד אנטפאנגען מיר די חברים וועלכע האבן זיך איינגעשריבן אין די לעצטע עטליכע טעג, הלא הם:
[tag]הדסים[/tag]
[tag]כיסופים[/tag]
[tag]Maven1[/tag]

יהא בואכם לברכה.

נשלח: זונטאג מאי 12, 2019 9:11 am
דורך בינלאומי
שלום וברכה! איך בין זייער פריילעך צי זיין א חלק פון קהילת ׳קאווע שטיבל׳! איך האב זיך איינגעשריבן צי קענען תורם זיין און לערנען נייע זאכן און געדאנקען. איך בין אינטרעסירט צי לערנען אידישע היסטאריע און אידישע מחשבה און נייעס.

נשלח: זונטאג מאי 12, 2019 9:12 am
דורך רייכע יוד
א גוטן, איך בין א פרייליכער מענטש , און איך האב זייער ליב צו געבען מיין מיינונג אויף וואס אימער, איך ווער נישט באליידיגט אויב איינער האלט אנדערש, איך בין קאנפידענט מיט מיינס און שוין.

נשלח: זונטאג מאי 12, 2019 9:13 am
דורך אומץ
א פשוטער יונגערמאן וואס זוכט צו ווערן נאענט צום בורא עולם. האט אן אייגענארטיגע דעת. שטרעבט פאר תיקון עולם אויף אן אנדער אופן ווי די אלגעמיינע פראגרעסיווען. א שרייבער, דענקער, רעדנער און אקטיוויסט. קנאות אין געדאנק און פראגמאטיש אויף למעשה

נשלח: זונטאג מאי 12, 2019 9:15 am
דורך מונטסורי
ווייס, פריש, אן די אלטע פלעקן, כ'בין געווען אינג און נאריש און כ'וויל זיך טוישן, הלוואי מ'קען טון דאס זעלביגע אינם עכטען לעבן, טוישן די אידענטיטעט ווי א פאר וועש, גע'טובל'ט, אריין אין וואסער איינער, ארויס א צווייטער, די אלטע ניקים מיט אלע זייערע אידיאסינקראסיס פארפאקט אין בוידעם, לשנה הבאה בירושלים, אויף צום ווידערזען אדער אפשר נישט... כ'נעם מיר נאך א טשאנס, לאמיר זען וויאזוי דאס וועט גיין

נשלח: זונטאג מאי 12, 2019 9:16 am
דורך זרחי
איך זעה אז קאווע שטיבל איז א גוטע פלאץ אויס צו שמועסן אקטועלע גשעענישן און פראקטישע געדאנקען און השקפות און הערן מיינונגען פון אנדערע אויף א יעדע טעמע. איך בין א מיטעל יעריגער מענטש און דא קען מען דאכט זיך טרעפן אלע סארט עלטערס.

נשלח: זונטאג מאי 12, 2019 9:18 am
דורך סדרן
מיט כבוד אנטפאנגען מיר די חברים וועלכע האבן זיך איינגעשריבן אין די לעצטע עטליכע טעג, הלא הם:
[tag]בינלאומי[/tag]
[tag]רייכע יוד[/tag]
[tag]אומץ[/tag]
[tag]מונטסורי[/tag]
[tag]זרחי[/tag]

יהא בואכם לברכה.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: זונטאג מאי 12, 2019 11:06 am
דורך החוקר
עך עך אי אר האט געשריבן:איך בין א היימישער, פרייליכער יונגערמאן. איך בין טאקע חסידיש אבער א געלערנטער. איך האב א קאלעדזש דעגרי און איך ווער משוגע פאר היסטאריע. כ'האב ליב פאליטיק, אבער איך נעם נישט קיין שטעלע אין פאליטיק. איך האלט אז יעדער מעג האבן אן אייגענע מיינונג וואס איז אנדערש ( everyone is entitled to their opinions) און דאס איז די איינציגסטע מיינונג וואס איך האף און האלט אז יעדער זאל אננעמען.
ווארט נישט אויף קיין כבוד נאר נעם זיך שרייבן. מיר לעכצן צו הערן דיינע ידיעות אין היסטאריע (אידיש? גויאיש?), הייב אן אויסליידיגן דיינע באגאזשן וואס דו האסט אנגעזאמלט, די קאווע שטיבל חברי' וועט דיר דאנקבאר זיין.

#אם לא עכשיו אימתי
#אם אין אני לי מי לי

נשלח: פרייטאג מאי 17, 2019 4:29 pm
דורך דער דארפסמאן
א גוט יאר אלע פארזאמעלטע איך באטראכט שוין דעם סייט פאר א פאר יאר שוין און איך האב געהאלטן עס וואלט מיר שוין געווען כדאי זיך איינצושרייבן און אויסשמויעסן ענינים שונים

נשלח: פרייטאג מאי 17, 2019 4:30 pm
דורך nice_person
איש מירון, איש ברסלב, איש בוהוש, איש ליובאוויטש, איש קרעסטיר, איש ליזענסק, איש ראדומסק, איש לעלוב, איש סאטמער, איש ארץ ישראל, איש בויאן, איש אמעריקע, איש יהודי.

נשלח: פרייטאג מאי 17, 2019 4:31 pm
דורך abiry
איך בין אן אלטער ליינער פון פורום, און יעצט וויל איך מיך איינשרייבן און מגיב זיין און זאגן א דיעה איבער כמה וכמה אשכולות וואס איך טראכט אז דאס וועט אינטרסירן דעם עולם צי זאגן איבער דעם,

נשלח: פרייטאג מאי 17, 2019 4:32 pm
דורך סדרן
מיט כבוד אנטפאנגען מיר די חברים וועלכע האבן זיך איינגעשריבן אין די לעצטע עטליכע טעג, הלא הם:
[tag]דער דארפסמאן[/tag]
[tag]nice_person[/tag]
[tag]abiry[/tag]

יהא בואכם לברכה.

נשלח: זונטאג מאי 19, 2019 1:09 am
דורך איסר האטלקי
nice_person האט געשריבן:איש מירון, איש ברסלב, איש בוהוש, איש ליובאוויטש, איש קרעסטיר, איש ליזענסק, איש ראדומסק, איש לעלוב, איש סאטמער, איש ארץ ישראל, איש בויאן, איש אמעריקע, איש יהודי.

וואס וועט זיין מיט ראדאשיץ און מאגלעניצא? על מי נטשת הצאן?

נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2019 4:21 pm
דורך האפענונג
1#)איך בין א גרוש
2#)איך האב א היסטערי
3#)איך האב די העכטע דעגראַד פון אִיגנארירן דֵיאגנָאסִיסְ'טְס
4#)איך האב נישט קיין חברים
5#)איך קען נישט זאגן

נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2019 4:21 pm
דורך jacobgreen11205
א פשוטע ערליכע יוד פון בברוקלין פרובירט זיך צו גובר זיין אויף אלע נסיונות ופגעי הזמן איך רעד זיך דורך מיטן דיין יעדע שאלה וואס איך האב. האב איך געטראפען די הערליכע אוצר פון קאווע שטיבעל. קלער איך אז דאס וועט בעז"ה ארויסהעלפען צו פארענטפרען די אלע שאלות וואס מיין דיין קען נישט (אדער וויל נישט..) ענטפערען..

נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2019 4:22 pm
דורך ישן מלא חדש
איך בין בעצם אן אלטע ניק (ישן) וואס צוליב א סיבה שרייב איך זיך יעצט איין מיט א נייע נאמען (מלא חדש) איך האף צו זיין צוריק מיט א פרישקייט זיך אפלאזן פון אלטע שונאים און באקומען נייע חברים.

נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2019 4:23 pm
דורך מזל טוב
איך וויל פרובירן צו באקומען אינפארמאציע וואס איז שווער צו באקומען אנדערשווייז, דערפאר האב איך מחליט געווען צו עפענען א ניק דאהי לברך ולהתברך, צו קענען פרעגן און פילייכט אפילו ענטפערן אויך. ואקוה שבזה יצאתי ידי חובתי אנצוקומען צו פערציג ווערטער (אויב ווייסט איר נישט, און איר וואונדערט זיך כסדר וואס עס גייט פאר אין די פרישע ניקים אשכול ווי יעדער נייער ניק זאגט לאנגע דרשות אזש עס קען זיך דוכטן אז דער נייער ניק איז אויסן צו אייננעמען דעם שטיבל מיט "[tag]מי אני[/tag]'ס" וויגאר, און לסוף אין קול ענות גבורה ואין קול ענות חלושה ניטאמאל קול זייפן בלאז אנכי שומע, איז דער סיבה דערצו ווייל דער סיסטעם פארלאנגט דאס אלס תנאי כפול קודם למעשה זיך צו קענען איינשרייבן בכלל, מען מוז אפטייפן א שעפערישע פערציג ווערטער'דיגע אינטראדוקציע, הארט בעפאר מען ברויך זיך קראצן דעם קאפ צו אויספיגורן וואס אזוינס איז דער פרי עץ הדר - ס'טע געהערט? לערן מסכת סוכה וועסטו אויך וויסן)

נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2019 4:28 pm
דורך סדרן
מיט כבוד אנטפאנגען מיר די חברים וועלכע האבן זיך איינגעשריבן אין די לעצטע עטליכע טעג, הלא הם:
[tag]האפענונג[/tag]
[tag]jacobgreen11205[/tag]
[tag]ישן מלא חדש[/tag]
[tag]מזל טוב[/tag]

יהא בואכם לברכה.

נשלח: פרייטאג מאי 31, 2019 12:39 pm
דורך האפענונג
jacobgreen11205 האט געשריבן:א פשוטע ערליכע יוד פון בברוקלין פרובירט זיך צו גובר זיין אויף אלע נסיונות ופגעי הזמן איך רעד זיך דורך מיטן דיין יעדע שאלה וואס איך האב. האב איך געטראפען די הערליכע אוצר פון קאווע שטיבעל. קלער איך אז דאס וועט בעז"ה ארויסהעלפען צו פארענטפרען די אלע שאלות וואס מיין דיין קען נישט (אדער וויל נישט..) ענטפערען..


אהה וועלקאם צו דער קלאב!!

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: פרייטאג מאי 31, 2019 5:23 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
jacobgreen11205 האט געשריבן:א פשוטע ערליכע יוד פון בברוקלין פרובירט זיך צו גובר זיין אויף אלע נסיונות ופגעי הזמן איך רעד זיך דורך מיטן דיין יעדע שאלה וואס איך האב. האב איך געטראפען די הערליכע אוצר פון קאווע שטיבעל. קלער איך אז דאס וועט בעז"ה ארויסהעלפען צו פארענטפרען די אלע שאלות וואס מיין דיין קען נישט (אדער וויל נישט..) ענטפערען..


האסט געפרעגט דעם דיין צו די מעגסט דיך דא איינשרייבן?

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: פרייטאג מאי 31, 2019 5:34 pm
דורך jacobgreen11205
גרויסע מענטשעלע האט געשריבן:
jacobgreen11205 האט געשריבן:א פשוטע ערליכע יוד פון בברוקלין פרובירט זיך צו גובר זיין אויף אלע נסיונות ופגעי הזמן איך רעד זיך דורך מיטן דיין יעדע שאלה וואס איך האב. האב איך געטראפען די הערליכע אוצר פון קאווע שטיבעל. קלער איך אז דאס וועט בעז"ה ארויסהעלפען צו פארענטפרען די אלע שאלות וואס מיין דיין קען נישט (אדער וויל נישט..) ענטפערען..


האסט געפרעגט דעם דיין צו די מעגסט דיך דא איינשרייבן?
Oh
Do you think it is wrong?

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2019 6:29 pm
דורך פאלקאוויטש
i would love to join this kava shtibel
it looks like a very very good platform i would really enjoy if i can be added so i can be part of this great community thank you very much