בלאט 94 פון 213

נשלח: פרייטאג אקטאבער 24, 2014 11:49 am
דורך [NAMELESS]
דא איז עס אויף איבעי פאר 100$

http://m.ebay.com/itm/400166604060?_mwBanner=1

נשלח: פרייטאג אקטאבער 24, 2014 12:06 pm
דורך מאטי
Xe.com האבן א געשמאקן עפפ.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 24, 2014 12:13 pm
דורך chusid
וואס איז פשט פינעם פארגלייך אין ויואל משה פונעם איסור פינעם מהר"ל ( אז אפילו ער איז באמת נחשט כופר דאך נקרא כפירה ) צו עבודה זרה בכפייה

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 25, 2014 8:42 pm
דורך איך אויך
יאפ xe.com איז א פאפולערער סייט דערצו וכך אני נוהג.

נשלח: זונטאג אקטאבער 26, 2014 1:42 am
דורך מאטי
פארוואס טוישט זיך די קאליר פון אן "אשכול טעמע" פון "בלוי צו שווארץ" ווען מ'ריפרעשט?

נשלח: זונטאג אקטאבער 26, 2014 8:47 am
דורך דריידל
פארוואס זענען סאדע באטלעך נישט פלאך פון אינטן?

נשלח: זונטאג אקטאבער 26, 2014 8:50 am
דורך ישראל קאפקע
דריידל האט געשריבן:פארוואס זענען סאדע באטלעך נישט פלאך פון אינטן?

פשוט, אויב עס איז פלאך וועט די פרעשור פון די גאז ארויס שטופן די אונטערשטן זייט, און עס וועט נישט זיין סטאביל,

נשלח: זונטאג אקטאבער 26, 2014 9:39 am
דורך דריידל
שכוח, קאפקע. ס'מיר א חידוש וואס די זאגסט און בכלל נישט אזוי פשוט. קענסט אפשר מסביר זיין פארוואס יעצט שטופט די געז נישט ארויס דעם באטל פון אונטן?

נשלח: מאנטאג אקטאבער 27, 2014 12:11 am
דורך chusid
ווער איז דער vosiznies.com. און וואס איז זיין אגענדע

נשלח: מאנטאג אקטאבער 27, 2014 10:33 am
דורך געפילטע פיש
דריידל האט געשריבן:פארוואס זענען סאדע באטלעך נישט פלאך פון אינטן?

boards.straightdope.com/sdmb/archive/index.php/t-414573.html

נשלח: מאנטאג אקטאבער 27, 2014 10:33 am
דורך געפילטע פיש
chusid האט געשריבן:ווער איז דער vosiznies.com. און וואס איז זיין אגענדע

מאכן געלט?

נשלח: מאנטאג אקטאבער 27, 2014 9:17 pm
דורך יואב
איז (דערווייל נאך) נישט פארהאן באהאלטן ערזעץ צווישן די ראמען פון תורה שבכתב ובעל פה א סימן, נבואה, קאוד, קבלה, מעשה, משל, סגולה אדער חלום, אז ווען איבאלא וועט זיך באווייזן איבער דער שוועל פון מדינת/גלות אמעריקע, דאן וועט משיח א שפרינג טאן אויף דעם אייזל'ס זאטל, און יאללע, ער איז דא? וואס גייט פאר מיט דעם עם נבון וחכם? איבאלא דאמאנירט שוין די העדליינס פאר וואכן, ועדיין סימן לבן דוד לא בא. בין איך דער איינציגסטער וואס ווייסט נישט וואס ס'האט פאסירט?

נשלח: דינסטאג אקטאבער 28, 2014 1:26 am
דורך chusid
געפילטע פיש האט געשריבן:
chusid האט געשריבן:ווער איז דער vosiznies.com. און וואס איז זיין אגענדע

מאכן געלט?


self understood! but every media network has a agenda that they try to push

נשלח: דינסטאג אקטאבער 28, 2014 1:28 am
דורך chusid
Are the websites adress& email addreses spelled in Abc;'s or alef bais? n

נשלח: דינסטאג אקטאבער 28, 2014 7:03 pm
דורך טאמבל סאס
ווער איז די געטין פון מינערווא?

נשלח: דינסטאג אקטאבער 28, 2014 7:08 pm
דורך ידען
chusid האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:
chusid האט געשריבן:ווער איז דער vosiznies.com. און וואס איז זיין אגענדע

מאכן געלט?


self understood! but every media network has a agenda that they try to push

וואס??

סתם געשאסען?

נשלח: דינסטאג אקטאבער 28, 2014 7:09 pm
דורך ונבנתה העיר
טאמבל סאס האט געשריבן:ווער איז די געטין פון מינערווא?

http://en.wikipedia.org/wiki/Minerva

נשלח: דינסטאג אקטאבער 28, 2014 10:24 pm
דורך chusid
פארוואס ווען איינער געט א שפרינג אין א באס-טראק-ערעפלאן און ער איז פאר א סקונדע אין די חלל וואס בשעת מעשה רוקט זיך זיך די טראק וויטער. אויב אזוי פארוואס טרעפט ער זיך נישט אויף א אנדער מקום אינעם טראק? און ביי א ערעפלאן מיט איר שנעלקייט וואלט ער געדארפט כאפן א קלאפ פינעם אינטערשטן וואנט...

נשלח: דינסטאג אקטאבער 28, 2014 10:31 pm
דורך chusid
וואס איז דאס "יידושיסטן"?

נשלח: דינסטאג אקטאבער 28, 2014 10:46 pm
דורך ונבנתה העיר
chusid האט געשריבן:פארוואס ווען איינער געט א שפרינג אין א באס-טראק-ערעפלאן און ער איז פאר א סקונדע אין די חלל וואס בשעת מעשה רוקט זיך זיך די טראק וויטער. אויב אזוי פארוואס טרעפט ער זיך נישט אויף א אנדער מקום אינעם טראק? און ביי א ערעפלאן מיט איר שנעלקייט וואלט ער געדארפט כאפן א קלאפ פינעם אינטערשטן וואנט...

דער מענטש האלט אויך אינמיטן פליען מיט די זעלבע שנעלקייט.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 28, 2014 11:22 pm
דורך chusid
ונבנתה העיר האט געשריבן:
chusid האט געשריבן:פארוואס ווען איינער געט א שפרינג אין א באס-טראק-ערעפלאן און ער איז פאר א סקונדע אין די חלל וואס בשעת מעשה רוקט זיך זיך די טראק וויטער. אויב אזוי פארוואס טרעפט ער זיך נישט אויף א אנדער מקום אינעם טראק? און ביי א ערעפלאן מיט איר שנעלקייט וואלט ער געדארפט כאפן א קלאפ פינעם אינטערשטן וואנט...

דער מענטש האלט אויך אינמיטן פליען מיט די זעלבע שנעלקייט.

תבאר את דבריך ביטע, פארוואס? וויאזוי?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 12:12 am
דורך לית דין בר נש
די באס איז א פארמאכטע זאך אלעס אינעווייניג פארט מיט אויף 60 מפ"ש די לופט אינעוויניג און די אלס פליעט ווען די גיבסט א טאנץ שטיפט דיר די קראפט וואס פליעט
משא"כ פראביר צו געבן א טאנץ אויף א flat bed טראק דאס הייסט נישט פארמכט גייסטו זיך נישט טרעפן אויפן זעלבע פלאץ

נשלח: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 10:17 am
דורך געפילטע פיש
לית דין בר נש האט געשריבן:די באס איז א פארמאכטע זאך אלעס אינעווייניג פארט מיט אויף 60 מפ"ש די לופט אינעוויניג און די אלס פליעט ווען די גיבסט א טאנץ שטיפט דיר די קראפט וואס פליעט
משא"כ פראביר צו געבן א טאנץ אויף א flat bed טראק דאס הייסט נישט פארמכט גייסטו זיך נישט טרעפן אויפן זעלבע פלאץ

ס'האט לאו דוקא מיטן פאקט אז ס'איז פארמאכט ווערסעס אפען, נאר לעולם וואלט יעדע מענטש וואס שפרונגט סיי אויף א באס, עראפלאן, אדער אפילו אפענע flatbed טראק געדארפט ווייטער פליען מיט די זעלבע שנעלקייט, וועגן די געזעץ וואס הייסט inertia וואס לויטעט אז יעדע זאך וואס שטייט אויף איין פלאץ וועט אלעמאל שטיין דארט סיידן אן עסקטערנאל פארס מאכט ער זאל זיך רוקן, און אזוי אויך אז יעדע זאך וואס רוקט זיך אין א געוויסע שנעלקייט וועט לעולם פארן ווייטער אין יענע זעלבע שנעלקייט, סיידן אן אנדערע פארס - גראוויטאציע, פריקשען, וכדו' - מאכט ס'זאל סטאפן. דערפאר איז א קאר קרעש אזוי מסוכן און סיטבעלטס אזוי וויכטיג, וויבאלד אויב די קאר מיטן מענטש אינעווייניג פארן למשל אויף א קאנסטאנט 50 מפ"ש און די קאר קראכט אריין אין עפעס וועט די מענטש מיט אלע לויזע חפיצים פון אינעווייניג ווייטער פליען אויף פאראויס מיטן שנעלקייט פון 50 מפ"ש. אויב האסטו אמאל געזען אין א עקשען פילם ווי איינער טאנצט ארויס פון א פארעדיגע קאר וועסטו זען אז יענער וועט זיך אביסל קוילערן אויפן זייט פונעם ראוד פאר דעם זעלבן סיבה, ווייל אויב וועט ער לאנדען אויף ביידע פוס וועט ער שנעל אראפפאלן ווייל זיין קאפ און גאנצע אויבערשטע האלב קערפער רוקן זיך נאכאלץ מיטן שנעלקייט פונעם קאר מיינוס די air resistance.

די סיבה פארוואס אויף א פלעטבעט וועט זיך די טאנצער יא אביסל צוריק רוקן איז וויבאלד די air friction האלט עם צוריק.