בלאט 94 פון 179
נשלח: מוצ"ש יוני 02, 2018 11:58 pm
דורך רביה''ק זי''ע
איי אויב אזוי פארוואס הייסט נישט מאנסי יארמע, יארמע רב וואוינט דאך דארט? קשיא.
נשלח: זונטאג יוני 03, 2018 12:07 am
דורך דער דאס
די מאנסי וויזשניצער רבי זצ"ל האט דארט געוואוינט, הייסט עס על שמו..
נשלח: זונטאג יוני 03, 2018 12:20 pm
דורך סמבטיון
אין בעלזא זאגט מען סליחות היינט (כ' סיון) און אין סאטמער זאגט מען היינט קינות
נשלח: זונטאג יוני 03, 2018 12:25 pm
דורך סקרן
אין מדבר זענען די קליידער מיטגעוואקסען כידוע
זאגט מיר איינער אז דאס איז די סיבה די ליטווישע גייען קורצע רעקלעך ווייל בשעת'ן לערנען האבן זיי עס אויסגעטוהן
ממילא רוב טאג זענען זיי געוואקסען אהן די קליידער
נשלח: זונטאג יוני 03, 2018 2:01 pm
דורך בן ישי
נשלח: זונטאג יוני 03, 2018 3:34 pm
דורך דער דאס
כ'טרעף א היימלאזער פארשוין ביי די אנדערע עק פונעם גאס, נישט אויף זיין קביעות'דיגע פלאץ גיב איך אים א פרעג, דא איז דאך נישט דיין ווינקל, וואס זוכסטו דא היינט??
ענטפערט ער מיך, כ'שלאף היינט ביי מיין חבר!!
נשלח: זונטאג יוני 03, 2018 3:43 pm
דורך וואלווי
סקרן האט געשריבן:אין מדבר זענען די קליידער מיטגעוואקסען כידוע
זאגט מיר איינער אז דאס איז די סיבה די ליטווישע גייען קורצע רעקלעך ווייל בשעת'ן לערנען האבן זיי עס אויסגעטוהן
ממילא רוב טאג זענען זיי געוואקסען אהן די קליידער
וועגען דעם האט דער פראק א גרויסע פתח מאחורי הפרגוד, ווייל דער איצטילא דרבנן האט נישט געקענט מיטוואקסען מיט'ן גודלו וטובו מלא עולם...
נשלח: זונטאג יוני 03, 2018 4:20 pm
דורך סקרן
אידישע תאוות
שרייען הויך כתר ביי מוסף ראש חודש
ווייזן פארן בעל תפילה צו אנהייבן דו הויכע שמו''ע
אנשרייען א תינוק שלא טעם טעם חטא ווען ער וויל נעמען א קוכן ביים אנפאסטן: יונגעלע האסט געאפאסט? ...נעבעך
אה די געשריי שבבבחחחח נאך וואס די בעל תפילה האט געגריזשעט מיט א אור אלטע וואלץ וואס ער אליין קען נישט
עסן די אויבערשטע הייטל פון קעיקס
פארציילן די באקאנטע מעשה פון הייליגן בעל שם טוב ביי מלוה מלכה פארן בענטשן
שמועסן מיטל נאכט נאך מעריב
מאכן אההההההההה נאך יעדע איינציג זופ פונעם קאווע
ביי שאלעשידעס נאכן אפעסן די בילקע גיין מיטן אצבע און אראפדרוקן אלע סעסעמי פונעם טיש און אויפעסן
נשלח: זונטאג יוני 03, 2018 5:24 pm
דורך שמעקעדיג
סקרן דיין תגובה באלאנגט ענדערש דא
viewtopic.php?f=10&t=891
נשלח: מאנטאג יוני 04, 2018 12:39 pm
דורך סקרן
I recently asked my friend's little girl what she wanted to be when she grows up. She said she wanted to be President some day. Both of her parents, liberal Democrats, were standing there, so I asked her, 'If you were President, what would be the first thing you would do?'
She replied, 'I'd give food and houses to all the homeless people.'
Her parents beamed with pride.
'Wow... what a worthy goal.' I told her. 'But you don't have to wait until you're President to do that. You can come over to my house and mow the lawn, pull weeds, and sweep my yard, and I'll pay you $50. Then I'll take you over to the grocery store where the homeless guy hangs out, and you can give him the $50 to use toward food and a new house.'
She thought that over for a few seconds, then she looked me straight in the eye and asked, ' Why doesn't the homeless guy come over and do the work, and you can just pay him the $50?'
I said, 'Welcome to the Republican Party.'
Her parents still aren't speaking to me
נשלח: מאנטאג יוני 04, 2018 3:18 pm
דורך א-שופר-איז-א-שופר
שמואל הלוי האט געשריבן:עמעצער איז אינטערסירט אז איך זאל שרייבן נאך בדיחות?
בדיחות יא נארישקייטן וואס מען קען נישט לאכען פון זיי דאס זאלסטו לאזען פארן מקוה
נשלח: מאנטאג יוני 04, 2018 8:02 pm
דורך בן ישי
בן ישי האט געשריבן:https://m.youtube.com/watch?v=7FMNxs8msbY
היינט האב איך געהערט איינעם מוסף זיין אויף די ווערטל, א סקווירא טישטוך איז 1 מייל ביי 1 מייל. ודפח"ח
(זאל ער זיך נאר דערוועגן דאס צו זאגן דארטן...)
נשלח: דינסטאג יוני 05, 2018 12:06 am
דורך איסר האטלקי
איך האב געקויפט א סאטמארער טישטוך - ווערטהיימער האט עס אראפגעשלעפט....
נשלח: דינסטאג יוני 05, 2018 3:17 pm
דורך אברעימל
בן ישי האט געשריבן:בן ישי האט געשריבן:https://m.youtube.com/watch?v=7FMNxs8msbY
היינט האב איך געהערט איינעם מוסף זיין אויף די ווערטל, א סקווירא טישטוך איז 1 מייל ביי 1 מייל. ודפח"ח
(זאל ער זיך נאר דערוועגן דאס צו זאגן דארטן...)
אביסל שטערקער.
עס שטעקט זיך ארויס א מייל פון יעדע זייט...
נשלח: דינסטאג יוני 05, 2018 3:21 pm
דורך וואלווי
אברעימל האט געשריבן:בן ישי האט געשריבן:בן ישי האט געשריבן:https://m.youtube.com/watch?v=7FMNxs8msbY
היינט האב איך געהערט איינעם מוסף זיין אויף די ווערטל, א סקווירא טישטוך איז 1 מייל ביי 1 מייל. ודפח"ח
(זאל ער זיך נאר דערוועגן דאס צו זאגן דארטן...)
אביסל שטערקער.
עס שטעקט זיך ארויס א מייל פון יעדע זייט...
נאך שטערקער. עס שטעקט זיך ארויס איין מייל פון יעדע זייט אין די לופט...
נשלח: מיטוואך יוני 06, 2018 12:49 am
דורך רביה''ק זי''ע
אן אמעריקער אידל איז זיך אנגעקומען קיין ירושלים, זאגט ער פאר זיין טור גייד אז ער וויל זען דער ירושלימע רב. יענער עפנט אויף איהם א פאר אויגן, "כ'האב קיינמאל נישט געוואוסט אז ירושלים האט א רב בכלל". זאגט איהם דער אמעריקאנער אידל, "וואס זאל איך דיר זאגן, נו, ירושלימע רב". "איך ווייס נישט פון וואס דו רעדסט" זאגט איהם די טור גייד. "ווייסטו וואס, טראג מיר צו די גרעסטע רב אין ירושלים". "פיין" זאגט די טור גייד, "אבער ער איז נישט די רב פון ירושלים, סתם א רב וואס גראדע וואוינט אין ירושלים". "נו נו", זאגט דער אמעריקאנער אידל "רוף איהם וויאזוי דו ווילסט, ווילאנג דו פארשטייסט פון וועם איך רעד" יענער האט איהם געטראגן צום בעלזער רב...
נשלח: זונטאג יוני 10, 2018 2:30 pm
דורך סקרן
א מלמד פרעגט די קינדער צי איינער ווייסט וואס ס'מיינט א ממזר
ענטפערט א אינגעל יא איך ווייס:
א) די קאר וואס פאהרט שטייט פארנט פון מיין טאטע
ב) דער וואס נעמט אוועק מיין טאטענ'ס פארקינג ספאט
נשלח: דינסטאג יוני 12, 2018 1:30 pm
דורך תנחום
ווי בעהט מען פאר עשירות ביים דאווענען?
ביי ועל הצדיקים, "ושים חלקינו עמהם"...
נשלח: דינסטאג יוני 12, 2018 3:13 pm
דורך א-שופר-איז-א-שופר
א איד גייט אין בית החיים און זעהט ווי א איד'ל שטייט ביי א קבר און שרייט מיט קולות און און וויינט מיט יאמערליכע קולות...
אוי וויי! פארווס ביזטו געשטאבען?! אוי וויי! פארווס ביזטו געשטאבען?! אוי וויי! פארווס ביזטו געשטאבען?!
גייט ער צו און פרעגט ווער ליגט דא? מסתמא איז ער געוועהן א גוט'ן ידיד
ענטפרט ער, איך האב נישא קיין אנונג איך האב איהם קיינמאהל נישט געקענט אדער אפי' געזעהן...
און שרייט ווייטער...
אוי וויי! פארווס ביזטו געשטאבען?! אוי וויי! פארווס ביזטו געשטאבען?! אוי וויי! פארווס ביזטו געשטאבען?!
אנטשולדיגט מיר דו זאגסט אז דו האסט איהם נישט געקענט און דו פארפירסט אזוי? זאג נאר,ווער ליגט דא?
ענטפערט ער... מיין ווייב'ס ערשטע מאן
נשלח: דינסטאג יוני 12, 2018 8:41 pm
דורך דער דאס
חב"ד האט געמאלדן אז זיי זוכן א שליח פאר נארט קארעא..
נשלח: מיטוואך יוני 13, 2018 1:22 pm
דורך וואלווי
דער דאס האט געשריבן:חב"ד האט געמאלדן אז זיי זוכן א שליח פאר נארט קארעא..
דער פאריעריגער שליח פון איראן האט זיך געמאלדן...
נשלח: דאנערשטאג יוני 14, 2018 11:52 am
דורך שמעקעדיג
וואלווי!
you never fail to crack me up...........

נשלח: דאנערשטאג יוני 14, 2018 1:46 pm
דורך וואלווי
שמעקעדיג האט געשריבן:וואלווי!
you never fail to crack me up...........

Hope it hit you at the right time, more important, in the right space....