בלאט 95 פון 213

נשלח: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 10:20 am
דורך כוכב
בקיצור, נישט נאר דער עראפלאן פליעט 600 מייל א שעה, נאר אויך דער פאסאנזשיר אינעם עראפלאן פליעט יעצט ביי דעם זעלבן שנעלקייט.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 1:38 pm
דורך הוגה
פארוואס אויף די פאליסעידס פארקוועי איז דא ווייניגער עקסידענטס ווי אויף אנדערע הייוועיס? אין מיין גאנצע לעבן געדענק איך נאר איין עקסידענט אויף די פאליסעידס פארקוועי. לעומת זה זענען כסדר דא עקסידענטן אויף די טראוועי, דזשערזי 17, נו יארק 17, BQE, גארדען סטעיט פארקוועי, רוט 4, FDR, וועסטסייד הייוועי וכו'. און אז מ'רעדט שוין, פארוואס אויף די לאנג איילענד עקספרעסוועי הערט מען עטליכע עקסידענטן פער טאג? איז דא עפעס וואס מאכט איין הייוועי זיין מער prone צו עקסידענטן ווי אנדערע?

ועוד קשה, פארוואס האט די פאליסעידס פארקוועי אסאך ווייניגער טרעפיק ווי אנדערע הייוועיס? אויב מענטשן ווייסן אז ס'פארט שנעלער, פארוואס נוצן זיי ענדערש מיט אנדערע פארעלעל הייוועיס?

.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 1:48 pm
דורך רויטע וואנצעס
די פאקט אז די פאליסעדס ספיד לימיט איז נידריגער, צוזאמען מיט דעם אז ס'פארען דארט טאקע ווייניגער קארס, איז גורם אז עס זאל נישט זיין אזוי סאך עקסידענטען.

פארוואס מ'פארט דארט טאקע ווייניגער איז דא אפאר סיבות: די פאליסעידס לויפט צפון לענג אויס די האדסן ריווער, רוב מענטשן זוכן צו פארען מער טיף אריין אין מערב ווי איידער פארן גראד אויף די האדסן קארודער, קיין סאך צו טוען איז דארט נישט דא. אויך זענען די אנדערע וועגן מער סעיף, זיי זענען באלאכן ביינאכט, מיט שאולדערס (די פאליסעידס האט זייער שוואך לייטס און בכלל נישט קיין שאולדער) ווי אויך ווי געשריסן אויבן איז די ספיד לימיט העכער אויף די אנדערע הייוועיס, ווי מ'קען פארען שנעלער.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 2:02 pm
דורך חכם עתיק
מיר פירן זיך נישט צו פארן אויפן פאליסעידס, ווייל עס איז איקוואל צו א סליפינג פיל....

נשלח: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 2:32 pm
דורך הוגה
דיינע תירוצים, אפילו זיי זענען אמת, פארענטפערן זיי גארנישט. די פאקט אז ס'נישט דא קיין לייטס פארענטפערט נאר לגבי ביינאכט. און אפילו דעמאלטס איז די פאליסעידס פארקוועי זיכערער, והא ראי' די lack of accidents. דיין תירוץ פון ספיד לימיט איז לעכערליך, וואס האב איך פון א 65 ספיד לימיט ווען די טראפיק פארט נאר אויף 30?

חכם עתיק האקט...

נשלח: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 2:37 pm
דורך שמעקעדיג
איך ווייס נישט אויב די ספיד לימיט איז אזא שטארקער פאקטאר, פשוט צוליב וואס ווייניג האלטן עס איין..

פאליסעידס פארקוועי איז שוין מער א רואיגע סובאברב געגנט, נישט א סיטי סארט, ווי אויך פארן דארט נישט קיין טראקס, באסעס, און.. טעקסיס (משא"כ אויפן FDR), ווי אויך איז עס א רואיגע סמאאד וועג.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 2:41 pm
דורך ברסלבער
ס'דא אסאך סיבות נישט צו פארן מיטן פאליסעידס, עס איז א פארשלאפענע וועג, נאר צוויי לענס, נישטא קיין געז און די ביסל וואס איז יא דא איז טייער, אסאך פאליס, און נאך. און אזוי ווי ווייניגער קארס פארן דארט איז אוטאמאטיש דא ווייניגער עקסידענטס.
איך האב שוין גראדע יא געהערט מער ווי איין עקסידענט אויפן פאליסעדס.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 2:43 pm
דורך שמעקעדיג
נענטער צום וואשינגטאן בריק איז פאראן א ביליגע גאז סטאנציע. אין ניו דזשורזי.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 2:47 pm
דורך chusid
איז די נושא פין ריפובליקענס-דעמאקרעטס, ארונים-זלונים א פערצופאל אז עס צוטיילט זיך אויף ארום 50-50,55-45. אדער איז דא א לאגיק פארוואס בא אזאלעכע מחלוקת וועט זיך עס אלץ צעטיילן אויף ענליכע פראצענטען?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 9:02 pm
דורך גראף
chusid האט געשריבן:איז די נושא פין ריפובליקענס-דעמאקרעטס, ארונים-זלונים א פערצופאל אז עס צוטיילט זיך אויף ארום 50-50,55-45. אדער איז דא א לאגיק פארוואס בא אזאלעכע מחלוקת וועט זיך עס אלץ צעטיילן אויף ענליכע פראצענטען?


װאס? דו זאגסט אז באבוב עכט/באבוב איז אויך 50-50,55-45?
:lol: :lol: :lol:
:roll: :roll: :roll:
:קלאטש :קלאטש :קלאטש

נשלח: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 9:36 pm
דורך chusid
גראף האט געשריבן:
chusid האט געשריבן:איז די נושא פין ריפובליקענס-דעמאקרעטס, ארונים-זלונים א פערצופאל אז עס צוטיילט זיך אויף ארום 50-50,55-45. אדער איז דא א לאגיק פארוואס בא אזאלעכע מחלוקת וועט זיך עס אלץ צעטיילן אויף ענליכע פראצענטען?


װאס? דו זאגסט אז באבוב עכט/באבוב איז אויך 50-50,55-45?
:lol: :lol: :lol:
:roll: :roll: :roll:
:קלאטש :קלאטש :קלאטש

איך מיין נישט אלעמאל אבער זייער אסאך מאל

נשלח: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 9:39 pm
דורך chusid
וואס איז די חשבון פינעם אויסשטעל פונעם keyboard מיט די abc's אויסגעשטעלט אזוי ציווארפן?- מער היימישער קען מען עס פרעגן אויפן עברית קיבארד.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 9:46 pm
דורך שטאפענע קאפעליטש
אין פארוואס די ענגלישע קיבארד איז צוווארפען פארשטייסטו יא?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 9:48 pm
דורך קליגער אינגערמאן

נשלח: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 9:55 pm
דורך קינד_אן_קייט
chusid האט געשריבן:איז די נושא פין ריפובליקענס-דעמאקרעטס, ארונים-זלונים א פערצופאל אז עס צוטיילט זיך אויף ארום 50-50,55-45. אדער איז דא א לאגיק פארוואס בא אזאלעכע מחלוקת וועט זיך עס אלץ צעטיילן אויף ענליכע פראצענטען?

כ׳וויל פארשטיין דיין לאגיק, פארוואס א פיצא ווערט ע״פ רוב צוטיילט אויף אכט פארשטייסטו יא?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 10:35 pm
דורך האלאנד
ביי די גוים ווען הייבט זיך אן די וואך זונטאג צו מאנטאג?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 10:36 pm
דורך האלאנד
ביי די גוים ווען הייבט זיך אן די וואך זונטאג צו מאנטאג?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 11:35 pm
דורך chusid
קינד_אן_קייט האט געשריבן:
chusid האט געשריבן:איז די נושא פין ריפובליקענס-דעמאקרעטס, ארונים-זלונים א פערצופאל אז עס צוטיילט זיך אויף ארום 50-50,55-45. אדער איז דא א לאגיק פארוואס בא אזאלעכע מחלוקת וועט זיך עס אלץ צעטיילן אויף ענליכע פראצענטען?

כ׳וויל פארשטיין דיין לאגיק, פארוואס א פיצא ווערט ע״פ רוב צוטיילט אויף אכט פארשטייסטו יא?

מיין פראגע איז ווען עס זענען דא צוויי געדאנקען גאנגען , פארוואס קומט דאס אויס אז עס צעטיילט זיך גאנץ גלייך ? איז כמעט ties א פערצופאל?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 12:08 am
דורך קינד_אן_קייט
chusid האט געשריבן:מיין פראגע איז ווען עס זענען דא צוויי געדאנקען גאנגען , פארוואס קומט דאס אויס אז עס צעטיילט זיך גאנץ גלייך ? איז כמעט ties א פערצופאל?

מאן יימר אז ס׳קומט אלעמאל אזוי אויס?

פארקערט, ע״פ רוב איז כמעט קיינמאל נישטא בלויז צוויי געדאנקען גאנגען, וכשם שאין פרצופותיהם שווין כך אין דעותיהם שווין, לאלפים ולרבבות.

לגבי פארטייען, שווימען געווענליך ארויף די שטערקסטע (אין צאל אדער אין סברה) צדדים, און ס׳ווערט א ווי א פערדן פארמעסט אין די לעצטע מינוטען ווי בלויז די שנעלסטע צוויי-דריי פארבלייבן. דאס איז גורם אז אויך אזעלכע וואס האלטן לעולם אנדערש, שליסן זיך אן אין איינע פון די צוויי בבחינת רע במיעוטו, און ס׳מאכט אויך גרינגער פאר אומבאשלאסנדע מענטשן צו קלויבן א צד.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 12:15 am
דורך chusid
how does it work by bill oreilly tv show, is everything written before? bcs it shows up on the screen before he says it... m

נשלח: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 9:40 am
דורך קאפקעיק
פארוואס ביי א ליטווישע חתונה זינגט די גאנצע עולם?! (אף טאאן... )

נשלח: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 11:43 am
דורך שלמה המלך
קאפקעיק האט געשריבן:פארוואס ביי א ליטווישע חתונה זינגט די גאנצע עולם?! (אף טאאן... )

דער ליטוואק האט די זעלבע קשיא ווען ער קומט אריין צו א חסידישער חתונה... הגה בעצמך!!

נשלח: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 1:37 pm
דורך געפילטע פיש
chusid האט געשריבן:how does it work by bill oreilly tv show, is everything written before? bcs it shows up on the screen before he says it... m

There's a delay on the video, but the typist is live, I guess.