בלאט 95 פון 179

נשלח: מיטוואך יוני 20, 2018 12:43 pm
דורך סקרן
די הייליגע זיידע ר' לייזער וואלף איז געווען אויף אזא הויכע מדריגה
אז ער איז געווען א קאפ העכער נישט נאר שבת
נאר שוין דריי טעג פאר שבת ביז דריי טעג נאך שבת

נשלח: מיטוואך יוני 20, 2018 12:51 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ובנוסח אחרת: ער איז געווען מיט א קאפ העכער, נישט נאר שבת נאר אגאנצע וואך אויך!!!

נשלח: מיטוואך יוני 20, 2018 3:12 pm
דורך berlbalaguleh
סקרן האט געשריבן:די הייליגע זיידע ר' לייזער וואלף איז געווען אויף אזא הויכע מדריגה
אז ער איז געווען א קאפ העכער נישט נאר שבת
נאר שוין דריי טעג פאר שבת ביז דריי טעג נאך שבת

מ'דערציילט אז ס'איז געקומען א איד צו הרה"צ ר' יאנקעלע פשוועארסק'ער זצ"ל און ער האט געוואלטי פארציילן די גרויסקייט פון ר' לייזער וואלף זאגנדיג אז ער האט געהערט פון איינעם אז ר' לייזער וואלף האט אנגעפולט דעם האלבן בית החיים אין קרעטשנוף. צוליעב זיינע הקפדות...! האט ר' יאנקעלע געזאגט... דאס הייסט א מאסן מערדער, רח"ל...!

נשלח: זונטאג יוני 24, 2018 10:07 pm
דורך בן ישי
איינער פרעגט זיין חבר , משה קענסט מיר אפשר געבן א ציגארעטל ?

זאגט אים משה, נעה, כאב שוין לאנג אויפגעהערט

פרעגט אים זיין חבר , וווואאאאאאסס ??? האסט אויפגעהערט רייכערן ??!

זאגט אים משה "ניין , צו טיילן!!

נשלח: זונטאג יוני 24, 2018 10:07 pm
דורך בן ישי
א ארבעטער קאולט אריין זיין בעה"ב און זאגט, סאררי אבער מיין קאר איז צובראכן כ'קעניש אריינקומען אין ארבעט

זאגט אים דער בעה"ב , נעם א באס

זאגט דער ארבעטער , סאררי אבער כ'דרייוו ניש קיין באסעס...

נשלח: זונטאג יוני 24, 2018 10:16 pm
דורך בן ישי
א קינד שרייט צו זיין מאמע , מאמי קענסט מיר אפשר געבן 3 דאלאר פאר דער מענטש וואס שרייט אונטן

פרעגט אים די מאמע , וואס שרייט ער ?

זאגט ער, ער שרייט "אייז קריעם פאר 3 דאלאר.

נשלח: זונטאג יוני 24, 2018 11:52 pm
דורך דער דאס
די פריים מיניסטער פון ניו זילאנד האט געבוירן א קינד, די ערשטע מאל אין כמעט דרייסיג יאר וואס א וועלטס פירער האט א קינד זייענדיג אין אמט, ווען מ'האט געפרעגט ווי אזוי זעט עס אויס ווען מ'דארף קעיר נעמען פון א בעבי בשעתן פירן א לאנד?? האט זשאן קעלי זיך אנגערופן 'גלייב מיר ס'איז שרעקליך..'

נשלח: מאנטאג יוני 25, 2018 12:31 am
דורך שמעקעדיג
בן ישי האט געשריבן:איינער פרעגט זיין חבר , משה קענסט מיר אפשר געבן א ציגארעטל ?

זאגט אים משה, נעה, כאב שוין לאנג אויפגעהערט

פרעגט אים זיין חבר , וווואאאאאאסס ??? האסט אויפגעהערט רייכערן ??!

זאגט אים משה "ניין , צו טיילן!!

viewtopic.php?p=404097#p404097

נשלח: מאנטאג יוני 25, 2018 12:35 am
דורך דער דאס
ער נעמט עס פון די זעלבע פלאץ פון ווי איך האב עס גענומען..

חזרה שאדט נישט, פלעגט מיין מגיד שיעור זאגן!! דאפלט איז שטערקער..

אבי יודן שמייכלען!!

נשלח: מאנטאג יוני 25, 2018 10:03 pm
דורך דער דאס
ווען משוגע וואלט געמאכט וואקסן הויעך, וואלט ער געדארפט ארויפלייגן זיין פיס אויף דעם עמפייער סטעיט בילדונג צו צובינדן זיין שיך!!

ווען משוגע וואלט געמאכט וואקסן ברייט, וואלט מען נישט דערקענט א חילוק צווישן זיין טעלעפאן נומער און די סייז פון זיין העמד!!

ווען משוגע וואלט געמאכט וואקסן נידריג, וואלט ער געזיצן אויף א דיים און געשאקלט זיין פיס און נישט דעגרייכט די פלאר!!

ווען משוגע וואלט געמאכט וואקסן שמאל, וואלט ער אדורך געגאנגען א נאדל לאך מיט אויסגעשפרייטע הענט און נישט דעגרייכט די ווענט!!

נשלח: דינסטאג יוני 26, 2018 10:32 pm
דורך התם ומתמם עם תמימים
berlbalaguleh האט געשריבן:
סקרן האט געשריבן:די הייליגע זיידע ר' לייזער וואלף איז געווען אויף אזא הויכע מדריגה
אז ער איז געווען א קאפ העכער נישט נאר שבת
נאר שוין דריי טעג פאר שבת ביז דריי טעג נאך שבת

מ'דערציילט אז ס'איז געקומען א איד צו הרה"צ ר' יאנקעלע פשוועארסק'ער זצ"ל און ער האט געוואלטי פארציילן די גרויסקייט פון ר' לייזער וואלף זאגנדיג אז ער האט געהערט פון איינעם אז ר' לייזער וואלף האט אנגעפולט דעם האלבן בית החיים אין קרעטשנוף. צוליעב זיינע הקפדות...! האט ר' יאנקעלע געזאגט... דאס הייסט א מאסן מערדער, רח"ל...!


די מעשה איז א אמת'דיגע מעשה
דאס איז געוועהן ווען די קרענטשיפער רבי ז"ל רבי הערשלע איז געוועהן ביי הרה''ק רבי יענקעלע מפשערווארסק ז"ל, האט ער געזאגט רבי יענקעלע, אז האלב בית החיים אין קרענטשניף איז פין די זיידע'ס קפידות, רבי יענקעלע האט נישט געקענט פארטראגן צו הערן אזעלכע ווערטער האט ער דאס גענטפערט אזוי גאר, אזי ער דאך געוועהן א מאסן מערדער....

נשלח: מיטוואך יוני 27, 2018 10:12 pm
דורך דער דאס
בן ישי האט געשריבן:א ארבעטער קאולט אריין זיין בעה"ב און זאגט, סאררי אבער מיין קאר איז צובראכן כ'קעניש אריינקומען אין ארבעט

זאגט אים דער בעה"ב , נעם א באס

זאגט דער ארבעטער , סאררי אבער כ'דרייוו ניש קיין באסעס...


געהערט האב איך עס עטוואס אנדערש.


ריכטער: פארוואס האסטו גע'גנב'ט די קאר??

באשולדיגטער: כ'וועל זאגן דעם אמת, כ'בין געווען שפעט צו דער ארבעט, מיין קאר איז געווען צובראכן, כ'האב נישט געהאט קיין אנדערע ברירה כ'האב געמוזט אנקומען צו מיין דזשאב.

ריכטער: כ'הער וואס דו זאגסט, כ'האב גרויס מיטלייד מיט דיך, אבער איין זאך קען איך נישט פארשטיין, פארוואס האסטו נישט גענומען די באס??

באשולדיגטער: געערטער ריכטער, ווי אזוי האב איך געקענט נעמען די באס?? כ'האב דאך נישט קיין CDL..

נשלח: דאנערשטאג יוני 28, 2018 2:51 am
דורך berlbalaguleh
דער דאס: ביידע פשטים זענען גוט...! לחיים, אידן...!

נשלח: דאנערשטאג יוני 28, 2018 9:43 am
דורך רביה''ק זי''ע
קלו וקלו דברי אלקים חיים. צוויי אנדערע מעשיות, וואס זענען געשען מיט צוויי אנדערע מענטשן, אין צוויי אנדערע צייטן, אין צוויי אנדערע פלעצער.

נשלח: דאנערשטאג יוני 28, 2018 2:12 pm
דורך סקרן
גוט

נשלח: דאנערשטאג יוני 28, 2018 3:38 pm
דורך דער דאס
צו גוט נישט מיט צו טיילן מיט אנדערע!!

נשלח: דאנערשטאג יוני 28, 2018 6:24 pm
דורך סקרן
געווען איז אמאל א שווער וואס האט גענומען אן אידעם גאר יונג אפי' קיין חתימת זקן האט ער נאכנישט געהאט
האט די שווער אפגעמאכט מיט'ן איידעם אז ער וועט אים אויסהאלטען ביז די בארד וואקסט אים אריין
גייט אריבער אפאהר יאהר און הילד איננו די בארד וואקסט נישט
האט די שווער נאכגעפארשט און געזעהן אז די איידעם פאפט אים אויס און ל"ע שערט זיך די בארד
די שווער איז געווארען אינגאנצען היסטעריש און האט אים אנגעשריגען אז ס'איז נישט אויסגעהאלטען א"פ הלכה צו שערן די בארד
זאגט די אינגערמאן שווער לעבן איהר האט פארקוקט א הלכה פסוקה אין שו"ע
האר וואס שטערט צו די אכילה שטייט אין מחבר אז מ'מעג שניידן

נשלח: דאנערשטאג יוני 28, 2018 6:28 pm
דורך סקרן
איינער דערציילט מיר אז ער האט געזעהן פאריגע וואך א מאן מיט א פרוי אנגעטוהן אין ממש די זעלבע קליידער
איז ער צוגעגאנגן צו זיי און גענומען מאכן קולות , בהמות וואס עטץ זענטס , עטץ האטס ניש באמערקט אז עטץ האטס ענק היינט אנגעטוהן די זעלבע ?!..........

דערציילט ער מיר ווייטער , און יענע מינוט האבן זיי מיר ארעסטירט.......................................!!

נשלח: דאנערשטאג יוני 28, 2018 6:30 pm
דורך סקרן
א מענטש קומט אריין צו א באבא און זאגט , רבי כ'ברויך פרנסה

זאגט אים דער באבא , קודם געב מיר 500 טאלער

פרעגט אים דער אינגערמאן , און דאס העלפט ?!

זאגט אים דער באבא , "פאר מיר זיכער!!!"

נשלח: דאנערשטאג יוני 28, 2018 6:30 pm
דורך סקרן
איינער זאגט מיר אז ער האט היינט געזעהן א עלטערע איד ביים כותל שטיין און וויינט מיט בכיות נוראות גייט ער צו און פרעגט אים , ר' איד וואס גייט פאר

זאגט ער, אלע מיינע חבירים האלטן שוין ביים צווייטן אדער דריטן ווייב און איך בינאך שטעקן געבליבן מיט ס'ערשטע !!!

נשלח: דאנערשטאג יוני 28, 2018 6:32 pm
דורך סקרן
איינער איז געשטאנען ביים באן סטאנציע
אינמיטן קומט צונעם צו א אינגערמאן און פרעגט אים , אויף וואס ווארטסטו .

זאגט יענער , אויפן באס !

פרעגט ער אים, אבער דא אידאך א באן סטאנציע

ענטפערט ער אים, "אויף א פאררוקטע שאלה באקומט מען א פאררוקטע ענטפער!!!"

נשלח: דאנערשטאג יוני 28, 2018 8:13 pm
דורך רביה''ק זי''ע
א קינדערלאזער איד איז געקומען צו א באבא אז ער וויל האבן א קינד, נאכ'ן זיך איינבעטן א לאנגע צייט האט איהם די באבא צוגעזאגט א קינד. גייט דורך א יאר צוויי און גארנישט, קומט ער צוריק צו די באבא און פרעגט היתכן מיין ווייב האט נאכנישט געהאט קיין קינד. קוקט איהם די באבא אן און זאגט איהם "כ'האב צוגעזאגט א קינד פאר דיר, נישט פאר דיין ווייב. די אראבקע מיט וועם דו האסט מזנה געווען האט טאקע געבוירן א קינד". און מער האט מען נישט געהערט פון איהם.

נשלח: זונטאג יולי 01, 2018 3:02 pm
דורך א-שופר-איז-א-שופר
אן אלטער רוסישער איד ליגט נעבעך אין שפיטאל און דער רב זאגט ווידוי מיט איהם.

נאך זיי ענדיגען פרעגט ער דעם רב, רבי, איך מעג נאך מפסיק זיין מיט א גלעזעל וואסער אדער איך שוין יעצט שטאר...