בלאט 95 פון 214

נשלח: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 8:35 pm
דורך מרדכי מרדכי
א גוטן נאך אפאר יאר זיך דרייען דא איז געקומען די צייט זיך איינצישרייבן מיט א ניק און זיין אחד מהחבריא.
א חסיד פון די וועלט.
הלוואי אז מיר זאלן אלע ווערן נארמאל און מענטשליך

נשלח: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 8:35 pm
דורך הנוי והנצח
עס איז נויטיג אמאל איבערצוגעבן א בליק פון א דרויסענדיגע צוקוקער, און קאמענטירן אויף לעצטע געשעהנישן. אלץ איינער וואס האט דעם חוש הכתיבה אין די האנט, איז כדאי דאס אויסצונוצן אויף א שעפערישן אופן. איך האלט אז דער פארום איז א פאסיגע פלאץ ווי מען קען דעבאטירן און איבערשמועסן ענינים העומדים על הפרק, און איז א גוטע וועג וויאזוי זיך אויסצולופטערן אין די פרייע צייט. איך האף אז ס'וועט זיין לתועלת פון אלע ליינער.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 8:41 pm
דורך סדרן
מיט כבוד אנטפאנגען מיר די חברים וועלכע האבן זיך איינגעשריבן אין די לעצטע עטליכע וואכן, הלא הם:
[tag]Joelmoshe[/tag]
[tag]הכל-בידי-שמיים[/tag]
[tag]yerushalmi[/tag]
[tag]טובי' השחור[/tag]
[tag]אברומי אויש[/tag]
[tag]יישר כח באשעפער[/tag]
[tag]roiter[/tag]
[tag]Truthbetold[/tag]
[tag]מרדכי מרדכי[/tag]
[tag]הנוי והנצח[/tag]

יהא בואכם לברכה.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 20, 2019 12:14 pm
דורך קאנטראווערסול
איך דריי מיך שוין לאנג דא, אבער א לייק טאן א צווייטען וואס איז אויף מיין זייט האב איך נישט געקענט, און ודאי מיין מויל האב איך נאך נישט געפענט פאר מיינע חבירים וואס זענען מיר פרעמד.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 20, 2019 12:17 pm
דורך איש אמת
מיין ציל איז פשוט צי זאגען דער אמת אזוי ווי איך זעה עס, דער וועג איך זעה דער וועלט איז דער אמת קיין שום מציאות אדער סברה וועט נישט טוישען די אמת וואס איך זעה. אמת איז דער ציל

נשלח: דינסטאג אוגוסט 20, 2019 12:17 pm
דורך Greenwald Graphics
א גוטן טייערע און הויך געשצטע פארזאמלטע:)
איך בין א גראפיק דעזיינער, דיגיטאל ארטיסט, און ווידיא עדיטער.
ווער עס וויל מיר בעסער קענען - קען געבן א בליק אויף מיין גאלעריע.

דא קענט איר זעהן א טייל פון מיינע גראפיקס און דעזיינס:
https://drive.google.com/file/d/1_ZjhVQ ... sp=sharing

נשלח: דינסטאג אוגוסט 20, 2019 12:18 pm
דורך צבישלום
איך האב געמופט קיין אפסטעיט... איך לעכץ צו פארברענגן אין א געשמאקע ווינקל... בדיבוק חברים , א גיטע טאניריי זאל מיך דערמאנען כאילו כ׳בין אויף 13 אין 53 כחצות הלילה...

נשלח: דינסטאג אוגוסט 20, 2019 12:19 pm
דורך 2belistig
איך בין א שטילער
אבער דאך א טשילער
אריינקומען אהער
זיך באקענען מיט סיי ווער

אין איך וויל אביסל מיטהאלטן וואס עס קומט אלס פאר איבער די גארער וועלט און שפרעכן מיט חברים וידידים וואס פארברענגען מיטן גלעזל קאווע אין האנט

נשלח: דינסטאג אוגוסט 20, 2019 12:21 pm
דורך סדרן
מיט כבוד אנטפאנגען מיר די חברים וועלכע האבן זיך איינגעשריבן אין די לעצטע וואכן, הלא הם:
[tag]קאנטראווערסול[/tag]
[tag]איש אמת[/tag]
[tag]Greenwald Graphics[/tag]
[tag]צבישלום[/tag]
[tag]2belistig[/tag]

יהא בואכם לברכה.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 11:13 am
דורך יחזקאל גארליצער
א גוטן צו אייך מיינע טייערע חברים דא אין קאווע שטיבל
וואס הערט זיך עפעס גוטס?
האמיר זיך גענומען די מוה און געעפענט א פרישע ניק משום כמה טעמים ואי כאן מקום להאריך.
זאל השם יתברך העלפן אז ס'זאל זיין מיט גרויס הצלחה

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 11:13 am
דורך אלכסנדר
שלום וברכה.
איך בין שוין דא זייער לאנג ווי א גאסט, איך האב ליב צו זעהן די שיינע מאמרים און חידושים, אייביג געהאט חשק צוריק צו שרייבן א תגובה אדער א יישר כוח, אבער קיינמאל נישט געווען מחובר, יעצט האב איך געזען סאיז שוין צייט צו ווערן, משפחה קומט שוין צוריק פון קאנטרי, צייט צו ווערן ביזי מיט שיינע מאמרים.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 11:14 am
דורך היינטיגער
פילעך ווי דערעולם קען הנאה האבען פון מיינע צוויי סענס, אבער נישט אלסדינג קען געזאגט ווערן אזוי פנים אל פנים, אבער אונטער א מאסקירטער פנים, זאגט זיך אמאל ס'אמת בעסער..

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 11:15 am
דורך נאשער
א יונגערמאן וואס האט ליב צי ליינען אין שרייבן. איך האלט מיך פאר איינער וואס פארשטייט צו פאליטיק, וועלטליכע אין להבדל יודישע. איך בין א באבוב'ער חסיד מיט א אפענע בליק צי דער וועלט איך ענדשאי צו נאשין פין יעדער פלאץ וויא מען לאזט מיך אריין

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 11:17 am
דורך סדרן
מיט כבוד אנטפאנגען מיר די חברים וועלכע האבן זיך איינגעשריבן אין די לעצטע וואכן, הלא הם:
[tag]יחזקאל גארליצער[/tag]
[tag]אלכסנדר[/tag]
[tag]היינטיגער[/tag]
[tag]נאשער[/tag]

יהא בואכם לברכה.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 12:29 pm
דורך אלכסנדר
יישר כוח פארן ברייטע ברוך הבא.
אלכסנדר

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 1:25 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אלכסנדר האט געשריבן:יישר כוח פארן ברייטע ברוך הבא.
אלכסנדר
דא האט מען א שטארקע הערצה צו ישיבת אלכסנדר. מ׳מאכט כאילו מ׳האט נישט, אבער דאס איז פון קנאה

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 4:42 pm
דורך ארץ_ישראל_חכם
רבי יצחק מווּרקי דרש על דברי רש"י על החסידה: "וְלָמָּה נִקְרָא שְׁמָהּ חֲסִידָה? שֶׁעוֹשָֹה חֲסִידוּת עִם חֲבְרוֹתֶיהָ."
שאל ר' יצחק: "אם היא חסידה כל כך למה היא עוף טמא?" ובעצמו ענה על השאלה: "מכיוון שהיא עושה חסד רק עם חברותיה החסידוֹת אבל דורסת למוות עופות אחרים."
המשיך ר' יצחק ואמר לחסידיו: "לכן עלינו לדעת שחשוב לעשות חסד גם עם חסיד שאינו כמוך והוא נוסע אל צדיק אחר. גם אותו אסור לשנוא."
די נקודה, הלכה למעשה,
אז מ'דארף ליב האָבן אַלע ייִדן.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 4:43 pm
דורך לוי וואלף
איך בין א אינגערמאן וואס האט נאכגעהערט גאר אסאך גריסן פון קאווע שטיבל. סיי און רוחניות און סיי און גשמיות. ממילא האב איך באשלאסן צו ווערן א חלק פון דעם!

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 4:44 pm
דורך גוט געזאגט 1976
איך זיך צו העלפען מענטשען מיט ידועות אין עצות ווי אזוי אויך צו פרעגן עצות אדער זאכן ציוויסן וגם ברעכן איינזאמקייט דורך אויסניצן צייט צום גוטן דא איך פלעג זיין א מעמבער אין ענליכע סייט אבער זיי פלעגן ארויסנעמען ווערטער פון מיינע פאסטס צי אפט האב געלייגט די פיס אויף די פלייצע אין ויברחט פון דארט ע״כ קוק איך ארויס אויף אזא פלאץ ווי דא כהאף סוועט זיין א תועלת.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 4:46 pm
דורך סדרן
מיט כבוד אנטפאנגען מיר די חברים וועלכע האבן זיך איינגעשריבן אין די לעצטע טעג, הלא הם:
[tag]ארץ_ישראל_חכם[/tag]
[tag]לוי וואלף[/tag]
[tag]גוט געזאגט 1976[/tag]

יהא בואכם לברכה.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 2:57 am
דורך גוט געזאגט 1976
אייש״כ פאר די פריינטליכע אויפנאמע מיט ווינטשען זאלסט קענען צושטעלן קאווע פאר דע נשמה וייטער תמיד 8-)

נשלח: מיטוואך אקטאבער 23, 2019 10:21 am
דורך קוק ווער'ס דא
כ'בין געווען דא פינעף יאר צירוק, כ'פלעג זיצען דא אסאך, לייף גאוס אהן, די יארן לויפען, כ'האב מיך דערמאנט פון קאווע שטיבל, כ'האב געטראכט אריין צו טשעקן נאכאמאל.. ס'איז אינטערעסאנט וויאזוי זאכן שפילן זיך אויס, דער באטאם ליין איז אז ס'איז א גוטע פלאץ נאך אלעס

נשלח: מיטוואך אקטאבער 23, 2019 10:21 am
דורך ידידיה
ווייל איך ויל קאנען פאברייגען מיט היימשע יידין, ליינען הייימשע נייעס, און זיך קענן דארך שמוסען און פארשידינע נושאים, מיט היימשע גוטע ברודער.

אזוי אויך קלוגער ווערן, דורך די טייערע חשובע ברודערס וואס זענן זוך משתתף דא.