בלאט 96 פון 213
נשלח: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 1:42 pm
דורך געפילטע פיש
קינד_אן_קייט האט געשריבן:chusid האט געשריבן:מיין פראגע איז ווען עס זענען דא צוויי געדאנקען גאנגען , פארוואס קומט דאס אויס אז עס צעטיילט זיך גאנץ גלייך ? איז כמעט ties א פערצופאל?
מאן יימר אז ס׳קומט אלעמאל אזוי אויס?
פארקערט, ע״פ רוב איז כמעט קיינמאל נישטא
בלויז צוויי געדאנקען גאנגען, וכשם שאין פרצופותיהם שווין כך אין דעותיהם שווין, לאלפים ולרבבות.
לגבי פארטייען, שווימען געווענליך ארויף די שטערקסטע (אין צאל אדער אין סברה) צדדים, און ס׳ווערט א ווי א פערדן פארמעסט אין די לעצטע מינוטען ווי בלויז די שנעלסטע צוויי-דריי פארבלייבן. דאס איז גורם אז אויך אזעלכע וואס האלטן לעולם אנדערש, שליסן זיך אן אין איינע פון די צוויי בבחינת רע במיעוטו, און ס׳מאכט אויך גרינגער פאר אומבאשלאסנדע מענטשן צו קלויבן א צד.
פערצופאל זענען דעמאקראטן און רעפאבליקאנער בערך האלב אויף האלב, וואס איז אויך נישט אינגאנצען אמת, (זע
דא און
דא) אבער פונקט אזוי קענסטו זען אסאך אנדערע זאכן וואס זענען נישט צוטיילט האלב אויף האלב. גלויבונגען, רעליגיע, פאליטישע אריענטאציע אין אנדערע לענדער, און דאס אז ביי פרעזידענטישע עלעקשענס איז עס די לעצטע פאר מאל געווען זייער נאנט איז נישט אלעמאל אזוי געווען.
נשלח: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 1:55 pm
דורך chusid
געפילטע פיש האט געשריבן:chusid האט געשריבן:how does it work by bill oreilly tv show, is everything written before? bcs it shows up on the screen before he says it... m
There's a delay on the video, but the typist is live, I guess.
Alot of times its written on the screen before he actually says it
נשלח: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 12:21 am
דורך chusid
איך האב אלץ געוואלט פארשטיין די אידילאגיע פון היטלער י"מש , וואס האבן אים מיינע פוילישע זיידעס געשטאנען אין וועג?
נשלח: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 6:16 am
דורך berlbalaguleh
chusid האט געשריבן:how does it work by bill oreilly tv show, is everything written before? bcs it shows up on the screen before he says it... m
Or, possibly because there is a longer delay in processing the sound than in the visual part of the script.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 6:25 am
דורך berlbalaguleh
chusid האט געשריבן:איך האב אלץ געוואלט פארשטיין די אידילאגיע פון היטלער י"מש , וואס האבן אים מיינע פוילישע זיידעס געשטאנען אין וועג?
די זעלבע קשיא קען מען פרעיגן אויף הענרי פארד, ימ"ש. וואס זייער א סאך מענטשן האבן זיך געבראכן די קאפ און פרובירט צו טרעפן די סיבה פון זיין שטארקע שנאה צו אידן. און זיי האבן נישט געטראפן. אינקלודינג זיין ווייב, און זיין גלח. און זיין בן יחיד, עדסעל, וואס איז קראנק געווארן פון עגמת נפש און בושה וואס זיין טאטע האט זיך אזוי שטארק פארלייגט אויף די אידן...!
נשלח: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 7:24 am
דורך קאווע טרינקער
גוט מארגן...
יעצט אויפגעשטאנען...
וויאזוי ווייס איך צו מיין זייגער (אן עפפ אויף מיין סמארטפאון) האט זיך שוין גערוקט?
נשלח: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 10:01 am
דורך לית דין בר נש
עס איז יעצט פונקטליך 10:00 גיב א קוק אויף דיין עפפ אויב דוירט שטייט 10:00 אדער 11:00 אזוי וועסטו עס קענען פושט זיין
נשלח: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 10:23 am
דורך סאשי פיש
chusid האט געשריבן:וואס איז די חשבון פינעם אויסשטעל פונעם keyboard מיט די abc's אויסגעשטעלט אזוי ציווארפן?- מער היימישער קען מען עס פרעגן אויפן עברית קיבארד.
עס איז אויסגעשטעלט מיט א סדר אז מען זאל קענען טייפען שנעל און גרינג.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 10:25 am
דורך סאשי פיש
ווער איז די שרייבער פון די באקאנטע סלאגען?
ער איז אנגעקומען איבער גאנץ אמעריקא!
נשלח: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 11:33 am
דורך chusid
berlbalaguleh האט געשריבן:chusid האט געשריבן:איך האב אלץ געוואלט פארשטיין די אידילאגיע פון היטלער י"מש , וואס האבן אים מיינע פוילישע זיידעס געשטאנען אין וועג?
די זעלבע קשיא קען מען פרעיגן אויף הענרי פארד, ימ"ש. וואס זייער א סאך מענטשן האבן זיך געבראכן די קאפ און פרובירט צו טרעפן די סיבה פון זיין שטארקע שנאה צו אידן. און זיי האבן נישט געטראפן. אינקלודינג זיין ווייב, און זיין גלח. און זיין בן יחיד, עדסעל, וואס איז קראנק געווארן פון עגמת נפש און בושה וואס זיין טאטע האט זיך אזוי שטארק פארלייגט אויף די אידן...!
נו. יעצט פראביר מבאר זיין
נשלח: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 11:37 am
דורך שלמה המלך
סאשי פיש האט געשריבן:ווער איז די שרייבער פון די באקאנטע סלאגען?
ער איז אנגעקומען איבער גאנץ אמעריקא!
ער איז אויך אנגעקומען קיין קאנאדא! אלע בתי כבוד אין מאנטריאל / טהאש און ארים איז דא דער זעלביגער סלויגען פונעם זעלבער שרייבער
נשלח: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 11:45 am
דורך כוכב
כוכב האט געשריבן:כמדומה אז משה בער אליין רעדט נישט אזא שפראך נאר די אונטערטאנען לאוב ודומיהן.
אפילו דער אנדערער דער הויפט מגיד איז נאר אבסעסירט מיט פרסום פאר די גוים, פון צופרי ביז ביינאכט איז ער פארנומען וואו מאיז אלץ געווען און מגייט גיין ממש ווי א שגוען אבער אנדערע "פרצות" אונטערסירט אים נישט.
דארט איז יעדער פויבסטליכער פון משה בער און ממאכט שבת פאר זיך. דער "לאוב" האט אן אייגענע האטליין וואו ער שעלט צאם אויף וואס סלאזט זיך נאר.
אגב דער לאוב איז דער אינציאטאר פון די מיליאן דאלער סלאגאן, געשריבן מיט א מעזשיק מארקער אויפן וואנט" "פארקויפט נישט אייער נשמה צום שטן, ליינט נישט קיין טריפה'נע צייטונגען און מאגאזין, עס פארברענט די נשמה" וואס האט דאמינירט די בית כסא מארקעט אין גאנץ ארצות הברית וקאנאדא אין לויף פון די תש"ס יארן.
זאל אים דער זכות ביישטיין.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 12:10 pm
דורך berlbalaguleh
אז מ'רעדט שוין: און ווער ברעכט אפ איין הענטל פון אלע טעפלעך אין בתי מדרשין און מקוואות?! אין די לעצטע צען/פופצן יאר איז געווען שטארק פארשפרייט א מגיפה וואס איינער א משוגע'נער ומטורף איז ארומגעגאנגען אין אלע בתי מדרשים און מקוואות און אפגעבראכן איין הענטל פון די טעפלעך. ס'האטציך שוין לעצטנס ב"ה אויפגעהערט. זעהט אויס דער קראנקער איז קראנק געווארן און ער קען שוין נישט ארומגיין אנמאכן זיינע חורבנות...!
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 10:04 pm
דורך יואב
פארוואס איז דא א פיש-אקוואריום אין אפיס פון ממש יעדן דאקטאר?
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 10:23 pm
דורך קאסטנער
יואב האט געשריבן:פארוואס איז דא א פיש-אקוואריום אין אפיס פון ממש יעדן דאקטאר?
Having an aquarium in a medical office setting can have numerous health benefits including a reduction in blood pressure and reduced anxiety, according to numerous studies. The tranquil environment of an aquarium can benefit locations such as retirements homes, dental and other medical practices.
Numerous medical studies on the effect of watching fish in an aquarium have led some scientists to the conclusion that placing aquariums in stressful locations can have a positive physical impact on people in those situations. Test subjects showed a reduction in stress, lower blood pressure, less anxiety, slower pulse rate and decreased muscle tension
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 10:31 pm
דורך chusid
די ישראלים זאגן אז מען קען נישט צירןק לאזן די פאלאסטינער(refugees )אינעם ארגינעלן מדינת ישראל ווייל דעמאלטץ איז אויס מדינת ישראל ווייל עס איז רוב אראבער, וויל איך וויסן מעיקרא מאי קסבר? וואס טוט ווען די מדינה ווען נישט די גאנצע מלחמה וואס האט פארטריבן די אראבער וואלט דאך געווען א רוב אראבער ביז אפאר יאר
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 10:35 pm
דורך ישראל קאפקע
chusid האט געשריבן:די ישראלים זאגן אז מען קען נישט צירןק לאזן די פאלאסטינער(refugees )אינעם ארגינעלן מדינת ישראל ווייל דעמאלטץ איז אויס מדינת ישראל ווייל עס איז רוב אראבער, וויל איך וויסן מעיקרא מאי קסבר? וואס טוט ווען די מדינה ווען נישט די גאנצע מלחמה וואס האט פארטריבן די אראבער וואלט דאך געווען א רוב אראבער ביז אפאר יאר
זיי וואלטן נישט געווארן א רוב, די פאלעסטינער אראבער זענען געווען א גרויסן רוב אין 1947.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:03 pm
דורך קאסטנער
פארוואס זענען די תניעות פין די ניגונים פין די ספרדישע זייער ענליך צי די אראבישע ניגונים?
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 1:31 am
דורך אויסגערוט
פאר דער זעלבער סיבה פארוואס די גערער ניגונים זענען ענליך צו פוילישע....
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 6:45 am
דורך יהושיע
לאדיך אפ האט געשריבן:אפאר תגובות שפעטער, קרעמער אין אייוועלט האט געשריבן:רבותי!
איך האב אויסגעדרייט די זאך... דא האט איר דעם לשון פונעם בן איש חי, ער שרייבט פונקט קאפויער ווי איך האב עס געדענקט (בעוה"ר).
אמרו חכמי הטבע, גלגולת של האיש היא עשויה שני חתיכות כשתי קערות מחוברות זע"ז והמוח בתוכם, אבל גלגולת של האשה היא כולה חתיכה אחת מעצם אחד, והטעם מפני שהאשה יש לה חבלי יולדה ואם תהיה הגלגולת שלה שתי חתיכות אז מכח תוקף חבלי יולדה מתפרקים זמ"ז והיתה נזוקת, משא"כ האיש דאין לו חבלי יולדה לא אכפת ליה בכך (בן יהוידע שבת דף קי"ט ע"ב ד"ה שם מניחין ידיהן).
און אויף נאך אן ארט:
יש היכר מובהק בין אנשים לנשים בראש, מצד הגלגולת, כי הנקבה הגלגולת עצם אחד, והזכר שנים מורכבים זב"ז (בן יהוידע סנהדרין דף י"ט ד"ה ברם).
ממש וואונדערליך, עס ווערט מיר שווער א שווערער שאלה. די חכמי הגוי ווי די חז"ל ציטירן אין כמה מקומות. כשנחרב ביהמ"ק וישראל מתגלגלים בין הגוים ניתנה חכמה בגוי ( איך דענק נישט ווי דער מאמר ציטירט)
"אם יאמר לך אדם יש חכמה בגוים תאמין , הה"ד והאברתי חכמים מאדום ותבונה מהר עשו ( עובדיה א ח ,
עכ"פ די חכמי הרפואה און ווי אויך פארענסיקס דערמאנען בכלל נישט אזא חילוק
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 9:42 am
דורך I'm back
ישראל קאפקע האט געשריבן:chusid האט געשריבן:די ישראלים זאגן אז מען קען נישט צירןק לאזן די פאלאסטינער(refugees )אינעם ארגינעלן מדינת ישראל ווייל דעמאלטץ איז אויס מדינת ישראל ווייל עס איז רוב אראבער, וויל איך וויסן מעיקרא מאי קסבר? וואס טוט ווען די מדינה ווען נישט די גאנצע מלחמה וואס האט פארטריבן די אראבער וואלט דאך געווען א רוב אראבער ביז אפאר יאר
זיי וואלטן נישט געווארן א רוב, די פאלעסטינער אראבער זענען געווען א גרויסן רוב אין 1947.
וואס מיינט א 'גרויסע רוב'?
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 9:58 am
דורך ישראל קאפקע
בערך צוויי דריטל,
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 12:02 pm
דורך יואב
זענען טאקע די גאסן פון איבער דעם גאנצן לאנד אנגע'חזיר'ט מיט כלערליי צעטלעך, פאשקעווילן, מחאות, אינטימעדאציע, טויט אורטיילן, צוקונפט אויסקוקן, חרמים, קול קורא, פקודת רבינו, רופן פון עסקנים, איחוד המוסדות, כאיש אחד, כולנו, היום, צועק לשעבר, הצילו בעוד מועד - - אין דעם ערשטן דינסטאג פון נאוועמבער?