נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 4:57 pm
איך מיין אז יענקל דינק זיך נישט מיט יענע בריוו .ער האלט אויכעט אז וועבערמאן איז נישט זיכער שילדיג
http://vps9000.inmotionhosting.com/~kavesh6/
http://vps9000.inmotionhosting.com/~kavesh6/viewtopic.php?t=641
לעמאן דזשוס האט געשריבן:יענקל, איי לאוו יו, יא אר מיי מען
למדן האט געשריבן:פארדעם אליין גייט מען נאך נישט אויף יענעם האטליין דו ווייסט דאס גאנץ גוט אפליו זנות אליינס איז נאך נישט גענוג... אויף יענעם האטליין דארפסטו האבן א חשבון מיט איינעם און אסאך מאל איז דאס שוין אויך גענוג
outspoken האט געשריבן:באקומען אויף אימעיל ,ווייס נישט ווער ס'איז די שרייבער, כ'האב נישט קיין צייט צו ענטפערערן ווער ס'קען למצוה גדולה יחשב.
outspoken האט געשריבן:יעצט לאמיר פראבירן צו ענטפערן עטליכע "באמבע" קשיות וואס דער עולם האט ארים געווארפן דורכאויס די לעצטיגע פרשה:
1. ווי אזוי קען מען באשילדעגן איינעם אן קיין שפור פון "עווידענס"?
רוב שטעט לאזן נישט מען זאל ניצן אלץ עווידענס א פאליגראף (ליי דיטעקטער) טעסט ווייל זיי האלטן אז עס איז דאך דא א קליין פראצענט פון אומשילדיגע מענטשן וואס קענען אדורכפאלן די טעסט. דאס מיינט אז מען נעמט זייער ערענסט די טעמע פון באשילד און באווייז. נו, אויב אזוי ווי אזוי קען מען זיך פארלאזן בלויז אויף איינעמס ווערטער? איר מיזט פארשטיין די פאלגאנדע: 1. ווי פריער דערמאנט, א פראסעקיוטער מיז נישט נעמן א קעיס בלויז ווייל איינער האט באשילדיגט א צווייטן. ווען א פראסעקיוטער איז שוין גרייט צו גיין אין געריכט איז כמעט ווי הינדרעט פראצענט אז די מעשה איז אמת, און גלייבט מיר א פראסעקיוטער האט די בעסטע מיטלען אויף אינוועסטיגעישענס. רוב מאל וואס א דעפענס געווינט איז עס וועגן א טעקניקעליטי אין געזעץ, נישט ווייל די מעשה איז נישט אמת. 2. עס איז זייער זייער זייער שווער צו קענען אויפבאקן א זאפטיגע מעשה מיט הינדערטע איינצעלהייטן און עס דערציילן איינמאל און נאכאמאל און נאכאמאל און נאכאמאל פאר אינוועסטיגעיטערס און נישט געכאפט ווערן ביי קליינע ליגענטל. און עס איז אוודאי כמעט אומדערהערט אז איינער זאל קענען אדורכגיין א קרייץ-פארהער אין געריכט וואס דויערט אפאר טאג און און נישט געכאפט ווערן ביי קליינע ליגענטל. 3. נישט צופיל מענטשן (איבערהויפט אידן—נישט קיין חילוק ווי פרום) זענען אינטרעסירט צו באקומן עטענטשן אויף אזא נידערטרעכטיגע וועג. געווענליך ווען איינער איז גרייט זיך צו לאזן אזוי פארשמירט ווערן איז "עפעס" פארגעגאנגן.
outspoken האט געשריבן:2. אויב עס איז אמת פארוואס האט עס גענומן דריי יאר ביז זי האט אים באשלידיגט?
דער אמת איז איך שטיי און שטוין (נאכאמאל, אויב עס איז אמת) ווי אזוי איינער אין איר יונגע עלטער האט געהאט די דרייסטקייט און שטארקייט ארויסצוקומן אזוי "פרי". דריי יאהר הייסט שפעט? ניטאמאל הייסט 10 יאהר שפעט! פאוואס מיינט איר פיל שטעט האבן אינגאנצן אלימענירט די "סטעטשוט אוו לימיטעישן" ביי אזעלכע פעלער?
outspoken האט געשריבן:3. פארוואס האבן אנדערע אים נישט באשולדיגט?
ראשית דבר רוב מערדערערס האבן נאר גע'הרג'ט איינעם נישט 15, דאס מאכט זיי נישט אויס מערדער. צוויטענס, די דיסטריקט אטורני ווייסט פון כאטש נאך איין פאל אבער די מיידעל איז נישט גרייט צו שטיין אין געריכט (צו ווייל זי איז נישט געניג שטארק, צו ווייל די עלטערן האבן איר געווארענט, צו ווייל די מוסד האט זיי געסטראשעט), און אזוי אויך איז דא נאך עטליכע פרויען וואס רעדן יעצט מיט עסקנים און זענען נישט געגאנגן צו די פאליציי.,
outspoken האט געשריבן:יעצט איז מיין רייע אייך צו פרעגן דריי פראגעס:
1. קיין יודע מחשבות בין איך נישט אבער העלפט מיר ארויס דא אביסעל. די פאקט איז אז מען רעדט דא פון צוויי מאל א וואך פאר דריי יאהר וואס די צוויי האבן פארברענגט צוזאמן ביי א "סעשען", דאס קומט אויס צו 300 סעשענס. לאמיר אפילו אראפ נעמן 100 פאר ימים טובים און אפשר קעמפ, האלט מען ביי 200 סעשענס. יעצט במה נפשך, רעדט מען דא פון א מיידעל וואס מען האט געקענט ארבעטן אויף איר אידישקייט פראבלעמן דאן צו וואס באדארף מען 200 סעשענס צו ראטעווען איר נשמה? דאגעגן אויב האט מען נישט געקענט מאכן קיין פארשריט מיט איר, נו פארוואס דארף מיין טאכטער זיין געצווינגן צו זיצן מיט איר אין איין קלאס פאר דריי יאהר? שיק איר צו עפעס א סעמינערי ערגעצווי און זאל זי דארט זעהן איינער וואס וועט איר העלפן מיט איר "אישוס". מיז זי בלייבן א פארדארבענע סאטמערע וויליאמסבורגע מיידעל ווי איידער א פשוטע אידישע מיידעל אין פלעטבוש וואס ארבעט אויף איר אידישקייט? וואס איז די חשבון פון 3 יאהר וויליאמסבורגע טערעפי? צו בין איך משוגע?
outspoken האט געשריבן:2. לו-יצויר אז עפעס א "מהלך" האט ער יא געהאט מיט 3 יאהר טערעפי, דאן לאזט מיר אייך עפעס אריין רוימן אין אויער: איך קען אסאך רבנים, צדיקים, גאונים וירא שמים און אסאך עמך אידן. איך קען אסאך טערעפיסטס, פסיכעלאגן, און דאקטוירים. איך קען אייך זאגן קלאר בפה מלא אז קיין איינער פון זיי וואלטן נישט עומד בנסיון געווען ווען זיי זיצן מיט א יפת תואר צוויי מאל א וואך פאר דריי יאר. עס איז קיין מציאות שבעולם (חוץ אפשר אויב עס איז דא סערוועילענס קאמערעס). דער וואס וויל זיך אויף דעם טענה'ן איז א שקרן און האט קיין שייכות נישט מיט יראת שמים. אדרבא, איר פארשטייט אנדערשט?
outspoken האט געשריבן:3. דער גרויסער שאלה איז צו "ער" איז אליין שילדיג צו זענען שילדיג די אלע וואס האבן זיכער געמאכט אז ער האט פת בסלו ווען קיין ראקעט-סייענטיסט דארף מען נישט זיין אז "עפעס" האט דא נישט געשמעקט גוט. ווער האט ערלויבט אז אזא סיסטעם זאל קענען ווערן איינגעפירט? וויפיל מענטשן האבן געדארפט פארמאכן די אויגן כדאי דאס זאל קענען פאהרגיין אזוי לאנג?
outspoken האט געשריבן:צום שלוס וויל איך זאגן צו מיינע ברידער און שוועסטער (צו איר זענט מסכים מיט מיינע ווערטער 100 פראצענט צו נאר 30 פראצענט) אז איך האף אז איר וועט דערהערן מיט א קלארקייט אז אויב אין די גוי'שע וועלט ווערט 54% פון צנועות פארברעכן נישט איינגעגעבן צו די פאליציי, קענט איר זיכער זיין אז ביי ארטאדאקסישע אידן איז די נומער פיל העכער און ביי אונז חסידישע אידן איז די נומער קרוב צו 100%. דאס מיינט אז ארום אייך דרייען זיך נשמה-פרעסערס מיט א שמייכל, אזוי אויך דרייען זיך ארום אייך אויסגעלאשענע נשמות וואס לעכצן פאר אביסעל פארשטענדעניש און איינזעהניש. מיר זענען רחמנים בני רחמנים, לאמיר זיך פרעגן צו ידינו לא שפכו את הדם הזה ווען מיר זענען גרייט צו שרייען " זיכער זכאי" פאר אן אפשר רשע און מיר זענען ניטאמאל גרייט צו זאגן "אפשר זכאי" פאר די אפשר באטראפענע. לאמיר זיך פרעגן צו ידינו לא שפכו את הדם הזה ווייל מיר רעדן זיך איין אז מיר זענען מבינים דארט ווי מיר באלאנגן בכלל נישט? לאמיר זיך פרעגן צו ידינו לא שפכו את הדם הזה ווען מיר פארמאכן די אויגן ווען מיר ווייסן אז איינעמס בלוט גיסט ווי וואסער?
outspoken האט געשריבן:לאמיר זיך נישט האלטן אזוי אין גרויסן אז מיר ווייסן אלץ אויף דער וועלט ווען איך זאג אייך אז מיט דעם בריוו האב איך אייך בלויז געעפנט א קליין פענסערל איבער וואס עס גייט פאר. זאגטס א תפלה צו ג-ט און געטט אכטונג אויף אייער קינדער און הערט אויף צו פראווען מבינות ווי איר באלאנגט נישט. לאזט עס איבער פאר די "עכטע" טעריפיסטן און פאר די אומפארטייאישע עסקנים וואס זענען עוסק בצרכי ציבור באמונה און מיט א צובראכן הארץ.
לעמאן דזשוס האט געשריבן:וואס פונקטליך האט ר׳ עזרא געטון פאר די קאממיוניטי
לעמאן דזשוס האט געשריבן:יאנקל האט געשריבן:די ווערטער "נטיה", "ווארשיינליך" און "עפעס שולדיג" האב איך גענוצט דורכאויס דעם גאנצן אשכול. מיין מיינונג האט זיך נישט געטוישט, נאר נאכ'ן איבערזאגן אזויפיל מאל פאנגסטו אן כאפן וואס איך זאג.
וירא הקהל וישפוט....מען קען עס נאכקוקן אפאר דפים צוריק
חוץ טאמער דו האסט אומנאטורליכע כוחות צו מעקן אומבאמערקטערהייט
די שארפע טאן, די שפיזיגע רעטאריק, די איבערצייגנדע שפראך האט זיך זעכער גערוקט אין א צופרידנשטעלנדע ריכטונג
בן ישראל האט געשריבן:אז העסקן ר' עזרא פריעדלענדער האט געפילט פאר וויכטיג צו זאגן זיין מיינונג אין פאבליק, מיינט דאס עפעס, עזרא פריעדלענדער איז נישט נחום ראזענבערג, ער איז נישט א מענטש וואס זוכט אונטערצוברענגען אונזער קאמיוניטי, ער האט אייביג געארבעט לטובת אונזער קאמיוניטי, און אויב וועט איר פונקטליך ליינען וואס ער שרייבט, רייסט ער בכלל נישט אראפ די אידישע קאמיוניטי, פונקט פארקערט ער ברענגט ארויס טאקע ווייל ס'איז דא אזויפיל חסד צווישן אונז אידן, טאקע וועגן דעם טוט וויי דער פאקט אז זייער אסאך מאל טוט מען ליידער איגנארירן מאלעסטעישאנס, און די קאנקסווענצן זענען זייער ביטער, און אויך רייסט ער אראפ די מידיא פאר אונז אזוי באשמוצן.
אשריך ר' עזרא אשריך!
בן ישראל האט געשריבן:אז העסקן ר' עזרא פריעדלענדער האט געפילט פאר וויכטיג צו זאגן זיין מיינונג אין פאבליק, מיינט דאס עפעס, עזרא פריעדלענדער איז נישט נחום ראזענבערג, ער איז נישט א מענטש וואס זוכט אונטערצוברענגען אונזער קאמיוניטי, ער האט אייביג געארבעט לטובת אונזער קאמיוניטי, און אויב וועט איר פונקטליך ליינען וואס ער שרייבט, רייסט ער בכלל נישט אראפ די אידישע קאמיוניטי, פונקט פארקערט ער ברענגט ארויס טאקע ווייל ס'איז דא אזויפיל חסד צווישן אונז אידן, טאקע וועגן דעם טוט וויי דער פאקט אז זייער אסאך מאל טוט מען ליידער איגנארירן מאלעסטעישאנס, און די קאנקסווענצן זענען זייער ביטער, און אויך רייסט ער אראפ די מידיא פאר אונז אזוי באשמוצן.
אשריך ר' עזרא אשריך!
אריינגעטראכט האט געשריבן:יוש מאכט ער א קוגעל
ריכטיגער מגלה פנים בתורה שלא כהלכה
עס דערקענט זיך אז ער האט שוין לאנג נישט געלערנט
נערישע סברות - געפלאכטן מיט שקרים
אז איך וועל האבן אפאר מינוט וועל איך ענק אנווייזן זיין עם הארצות
איך פארשטיי נישט פארוואס ער מיטשעט זיך אזוי צו טרעפן דעם נחמיהן חייב
פרוביר קודם ע"פ הלכה מברר צו זיין אז ער איז זכאי
דערנאך אז סגייט נישט לייג עס עכ"פ בספק
פרעג אנדערע וואס זיי האלטן
אזוי בויעט זיך אן עכטע ערליכע תשובה
צדדים להתיר צדדים לאיסור, צדדים לחייב צדדים לזכות
וואס זיכט ער אזוי דעם צד חיוב
פארוואס זענען מענטשן אזוי שלעכט