בלאט 96 פון 179
נשלח: זונטאג יולי 01, 2018 3:21 pm
דורך א-שופר-איז-א-שופר
פרעגט איין עם הארץ (רבי) דעם צווייטען, אדם הראשון האט געהאט צוויי זיהן, וועלעכע פון זיי האט אויסגעקוקט פונקט ווי ער?
ענטפערט דער צווייטער עס איז דאך א אפענער פסוק אין תהילים
אָדָם לַהֶבֶל דָּמָה
נשלח: זונטאג יולי 01, 2018 5:18 pm
דורך סקרן
תאוות נאר אידען פארשטייען
עסן מעלאנע שבת נאמיטאג, נאך א דריי-און-א-האלב שעה'יגן 'דרימל'.
זיך אנגיסן א קאפ אראנדזש דזשוס מוצאי תענית 'פאר עלינו'.
טאנצן טובים מאורות מוצאי תשעה באב מיט נאסע פאות.
זאגן די פיצי סליחות ערב יום כיפור.
נשלח: זונטאג יולי 01, 2018 5:25 pm
דורך סקרן
א דאקטאר רופט אהן א קראנקן און זאגט אים כ'האב פאר דיר שלעכטע נייעס און גאר שלעכטע נייעס
פרעגט אים דער קראנקער , וואס איז די שלעכטע נייעס ?
זאגט אים דער דאקטאר, דו האסט ניש מער ווי 24 שעה צו לעבן
פרעגט ער אים ,און וואס איז די גאר שלעכטע נייעס ?
זאגט אים דער דאקטאר , "אז כ'האב דיר פארגעסן צו רופן נעכטן!!"
נשלח: זונטאג יולי 01, 2018 5:25 pm
דורך סקרן
א אינגערמאן איז געווען אין בית החיים ביי זיין באבע'ס קבר
אינמיטן קומט צו א מענטש און פרעגט אים , איר ווייסט אפשר ווי איז חלקה 27 שורה 18 ?
זאגט אים דער אינגערמאן , "סאררי כ'וואוין ניש אין דעי געגנט !!"
נשלח: זונטאג יולי 01, 2018 5:26 pm
דורך סקרן
א איד איז אנגעקומען און א פארשטיפטן דערפל פון בלויז גוים און זעהט אווי א אידישער פארגרעבטער פויער געט צו טרינקן מילך פאר א קוה און נאכער מעלקט ער עס
פרעגט ער אים וויפיל געסטו צו טרינקן א טאג פארן קוה
זאגט ער , 25 ליטער
און וויפיל מעלקסטו א טאג פון אים
זאגט ער , אויכעט 25 ליטער
פרעגט ער אים , נו אויב אזוי וואס טוסטו אויף ?
זאגט אים דער אידישער פויער , " דו גולם איינער כ'געב אים צוטרינקן חלב עכו"ם און כ'מעלק ארויס פון אים חלב ישראל !!"
נשלח: זונטאג יולי 01, 2018 5:27 pm
דורך סקרן
א עלטערע פארפאלק זענען געקומען צום רב זיך גט'ן נאכן זיין חתונה געהאט 50 יאר
פרעגט דער רב די פרוי , פארוואס וויסטו זיך גט'ן
זאגט צו , מיין מאן איז געווארן א שגץ , גלייך נאכדעם וואס ער ענדיגט עסן פלייש בעט ער מיר א גלעזל מילך .
פרעגט דער רב דעם מאן , היתכן?
זאגט ער, נאך 50 יאר חתונה האבן האבעך מיר אויסגעלערנט אז אלעס וואס כ'בעט פון איר דויערט 6 שעה !!!!
נשלח: זונטאג יולי 01, 2018 5:27 pm
דורך סקרן
געווען צוויי פרויען וואס זענען געשטאנען אין א בעקעריי
דארט איז געלעגן אויף דיספלעי א גרויס זאפטיג שטיקל קאקאוש קעיק
איין פרוי זאגט צום צווייטן האלטסט איך זאל עסן דעי שטיקל ס'זעהט דעך אויס אזוי גוט
זאגט איר די צווייטע פרוי , ביזט משוגע ??!! דו ווייסט אז אזא שטיקל האט 900 קעלאריעס, אזוי שטייען זיי און ווייסן ניש צו יא צו ניש עסן
ביני לביני קומט אהן א אינגערמאן און געט א כאפ דעם שטיקל און ממש פארן אריינבייסן מאכט ער הויעך א ברכה ברוך אתה ה' אלוקינו מלך העולם............................................"שלא עשני אשה!!!!"
נשלח: זונטאג יולי 01, 2018 7:36 pm
דורך רביה''ק זי''ע
נשלח: זונטאג יולי 01, 2018 11:56 pm
דורך berlbalaguleh
רביה"ק זי"ע: הלואי וואלט עס געווען אזוי פשוט. וואלט איך שוין לאנג געפושט די באטטנס פן די מאשין...!
נשלח: מאנטאג יולי 02, 2018 12:04 am
דורך רביה''ק זי''ע
ר' ישעיהלע האט עס נאר געזאגט פאר'ן גוי.
נשלח: מאנטאג יולי 02, 2018 1:58 pm
דורך סקרן
ווען איר זאגט עפעס פאר א מאן גייט עס אריין אין איין אויער אין ארוים פון די צווייטע
ווען איר זאגט פאר א פרוי עפעס גייט עס אריין אין אויער אין ארויס פון מויל
נשלח: מאנטאג יולי 02, 2018 2:07 pm
דורך סקרן
מיין וואש מאשין איז געווארען א בנן של קדושים, וואס הייסט?
עס דרייט זיך אין דרייט זיך אין ארבעט נישט...
נשלח: מאנטאג יולי 02, 2018 2:09 pm
דורך סקרן
א איד האט אמאל געטראפן צוויי קינדער שפאצירן, און איז מיט זיי אריין אין א שמועס, ער פרעגט איינעם ווי אזוי הייסטו?
מארקאוויטש.
ער פרעגט דעם אנדערן, און דו?
אויך מארקאוויטש.
עטץ זענטס ברודער'ס?
יא.
ער פרעגט דעם ערשטן וועלכע כתה לערנסטו?
כתה ו'.
און דו? פרעגט ער דעם אנדערן.
אויך כתה ו'.
עטץ זענטס צווילינג?
ניין.
סאו, ווי אלט ביסטו? פרעגט ער דעם ערשטן פארוואונדערהייט.
צען יאר.
און דו? לאזט ער נישט נאך און פרעגט דעם אנדערן.
אויך צען יאר.
דער מענטש פארשטייט נישט וואס דא גייט פאר, און פרעגט נאכאמאל און עטץ זענטס נישט קיין צווילינג?
ניין.
ווי אזוי קען עס זיין?
ווייל אונז זעמער א דרילינג, מיר האבן נאך א שוועסטער אין די זעלבע יארגאנג.
נשלח: מאנטאג יולי 02, 2018 2:12 pm
דורך סקרן
צוויי אידן ווען מ'טרעפט זיך,
נאך פינעף מינוט ווערט מען גוטע פריינט,
נאך צען מינוט ווערט מען שוין קרובים,
און ביי פופצען מינוט וויל מען שוין בארגען געלט...
נשלח: מאנטאג יולי 02, 2018 2:12 pm
דורך סקרן
א טרעילער האט אויפגע'בעק'ט אינמיטן א שטאק טונקעלע געסל, שרייט דער דרייווער צום שחור וואס האט אים געוויזן וואו צו פארן: עפן דיר דאס מויל, איך זעה דיר נישט.
--
פארוואס ווען מען שטייט אויפן קאפ פליסט דאס בלוט אריין אין קאפ, בעת ווען מען שטייט אויף די פיס פאסירט גארנישט?
ווייל די פיס זענען נישט ליידיג!..
נשלח: מאנטאג יולי 02, 2018 5:26 pm
דורך תנחום
סקרן האט געשריבן:צוויי אידן ווען מ'טרעפט זיך,
נאך פינעף מינוט ווערט מען גוטע פריינט,
נאך צען מינוט ווערט מען שוין קרובים,
און ביי פופצען מינוט וויל מען שוין בארגען געלט...
און ביי צוואנציג מינוט הארגעט מען זיך שוין
נשלח: מאנטאג יולי 02, 2018 6:09 pm
דורך יין שרף
תנחום האט געשריבן:סקרן האט געשריבן:צוויי אידן ווען מ'טרעפט זיך,
נאך פינעף מינוט ווערט מען גוטע פריינט,
נאך צען מינוט ווערט מען שוין קרובים,
און ביי פופצען מינוט וויל מען שוין בארגען געלט...
און ביי צוואנציג מינוט הארגעט מען זיך שוין
געווענטליך קומט נישט אויס. ווייל נאכן בארגן די געלט ביי די 15 מינוט, זעהט ער אים שוין נישט..
נשלח: מאנטאג יולי 02, 2018 10:56 pm
דורך רביה''ק זי''ע
סקרן האט געשריבן:א טרעילער האט אויפגע'בעק'ט אינמיטן א שטאק טונקעלע געסל, שרייט דער דרייווער צום שחור וואס האט אים געוויזן וואו צו פארן: עפן דיר דאס מויל, איך זעה דיר נישט.
ס'גארנישט קיין וויץ, כ'בין שוין אסאך מאל געפארן ביינאכט אין א שווארצע געגנד, און איך האב כמעט אריינגעקראכט אין מענטשן, ס'איז זייער שווער זיי צו באמערקן.
נשלח: דינסטאג יולי 03, 2018 10:54 am
דורך טאמבל סאס
קלאטשן מן התורה מנין?
וייחר-אף בלק אל-בלעם, ויספוק את-כפיו!
נשלח: דינסטאג יולי 03, 2018 10:59 am
דורך טאמבל סאס
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:סקרן האט געשריבן:א טרעילער האט אויפגע'בעק'ט אינמיטן א שטאק טונקעלע געסל, שרייט דער דרייווער צום שחור וואס האט אים געוויזן וואו צו פארן: עפן דיר דאס מויל, איך זעה דיר נישט.
ס'גארנישט קיין וויץ, כ'בין שוין אסאך מאל געפארן ביינאכט אין א שווארצע געגנד, און איך האב כמעט אריינגעקראכט אין מענטשן, ס'איז זייער שווער זיי צו באמערקן.
אויכעט חסידים אבער צוזיי מוז מען שרייען מען פשוט את טלפיך!
נשלח: דינסטאג יולי 03, 2018 12:55 pm
דורך רביה''ק זי''ע
אין חרדישע געגנטער האב איך קיינמאל נישט געהאט די פראבלעם, ווייל מ'זעט די פנים. קען אויך זיין ווייל די גאסן זענען מער באלאכטן. ולהוי ידוע אז רוב גוים גייען אנגעטון מיט טונקעלע קליידער, עכ"פ אין ווינטער.
נשלח: מיטוואך יולי 04, 2018 11:23 am
דורך סקרן
זכרונות פון אמאל
נשלח: מיטוואך יולי 04, 2018 11:24 am
דורך סקרן
נאך