בלאט 96 פון 214

נשלח: מיטוואך אקטאבער 23, 2019 10:22 am
דורך ימים יאמרו
קאווע שטיבל איז די ארט ווי ממיז נישט האבען א מיינוג די זעלבע ווי יעדען עס איז נישטא א באקס ווי די מיזט זיין א פאפעט צי א געוויסע מיינוג די קענסט זאגען א חוות דעת אן דעם וואס יענער שטימיט צו מיט דיר וממילא פיל איך אז דא איז די ארט ווי א מיינוג וואס איז נישט אייביג די מעינסטרימד מיינוג האט א ארט צו ארויסגעבען זיין דעה און מיר האפער איר וועט ממשיך זיין מיט אייערע ארבעט שכוח

נשלח: מיטוואך אקטאבער 23, 2019 10:23 am
דורך מצה בעקערי
אפען פאר יעדן איינעם אלע קרייזן אין קאמענטארן . פונם ערד ביזן הימל פון מזרח ביז מערב אויך צפון און דרום פארשטייט זיך
whatever the story is the heichel of music/negina is next to the heichel of teshiva but make sure not to stay stuck over there

נשלח: מיטוואך אקטאבער 23, 2019 10:24 am
דורך העי וואסע נייעס
נישטא וואס צו דערציילן א אידיש קינד וואס האט ליב נייעס. וועלטליכע נייעס און פארשטייט זיך אויך חסידישע נייעס, אבער פארשטייט זיך נישט צו רייסן אדער אראפ צו פליקן דעם אדער יענעם, און אוואדאי אוודאי נישט רעדן מיאוס.........
איך מיין אז פון דא און ווייטער איז יעדע ווארט גאר גענצליך איבריג!... עכ"פ איך האף אזוי!........

נשלח: מיטוואך אקטאבער 23, 2019 10:24 am
דורך אציגאנער
א חסידישער יונגרמאן וואס זיכט א ווינקל צו קענען ליינען או רעדן או שרייבן וועגן מנהגים וכדומה און א פלאץ וואס מקען רעדן בדרך כבוד אויפ אלע נושאים.
און אזוי אויך לערנען נייע זאכן וואס איך האב נישט געוויסט.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 23, 2019 10:25 am
דורך מוח עמוק
איך האב זייער ליב די וועבסייד ווייל דאס איז זייער תורה'דיג אויסגעהאלטן מיט השקפה און מען קען געוואר ווערן זייער אסאך ידועות און אלע הינזכטען סיי און היסטויריע און סיי און עצה און אויך דאס אז יעדער קען אריין לייגען זייערע זאכען וואס ער האלט 

נשלח: מיטוואך אקטאבער 23, 2019 10:26 am
דורך Joseph
ווי באקאנט, איז 'קאווע שטיבל' פארשפרייט איבער אלע עקן פון די וועלט. נישט אומזיסט בין איך ממליץ אויף קאווע שטיבל: כל המהנה את חבירו הוא 'נהנה' תחילה. איך זאג עס, ווייל איך האב באגעגנט ק"ש עלעמענטן אין רוסלאנד ווי אין פראנקרייך, אין פוילן ווי אין אמעריקע, און ביי אידן ווי ביי גוים. וכמו שאבאר.

איך האב אנגעהויבן מיין אויספלוג אין די קאלטע סטעפעס פון רוסלאנד, וואו כ'האב שנעל געטראפן וויאזוי זיך צו דערווארעמען ביים חסיד'ישן קרעמל אין פאלטאווע. איי, וואס איך קען אלס איבערגעבן איבער מיינע שמועסן מיט יענע אויטענטישע אמאליגע אידן, אזא 'מעשה בחברים שהיו מסובים יחדיו...'. ווער געדענקט די אמאליגע מחלוקת צווישן אדמורי"ם, מיטן אמאליגן חן.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 23, 2019 10:27 am
דורך פשטא
א גיטען טייערע חברים. איך האב זיך אויפגעסיינט אויף די וועב זייטעל צי לערנען אין שטייגען יעדען טאג. אין געבן פין מיין וויסענשאפט פאר אייך.
איך ערווארט צי זען רעזילטאטן פאר די סיבה פארוואס איך האב זיך אופגעסיינט. אין איך האף אייך נישט צי איינטוישען.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 23, 2019 10:28 am
דורך ישעיה
שלום וברכה,
איך בין א "היימישע חסיד'שע יונגערמאן", איך דריי מיך שוין לאנג דא אין קאווע שטיבל, און איך וויל יעצט אויך שרייבן אביסל פון צייט צו צייט.
אין בין א איד בעל כרחי, איי קענט העלפ מייסעלף, און דאס זעלבע וואס מען האט געטוהן מיט מיר, טוה איך מיט מיינע קינדער.
איך ארבעט שווער צו שפייזן מיין משפחה אבער איך פרוביר צו דאווענען און לערנען - און צו זיין אפ טו דעיט אין קאווע שטיבל.
כאטש איך בין מחונך צו גלייבן אין קבלה ואביזריה, שפיר איך נישט קיין מחויבות צו זאכן וואס זענען מעבר להלכה, אויסער אין א פרייליכע און געהויבענע מינוט (= כמעט קיינמאל).
מיין עיקר אינטערעסע איז אין עניני העמק דבר, תורה און מחשבה און וויסנשאפט.
צום ווידערזעהן בקרוב.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 23, 2019 10:28 am
דורך NoProblem
איך בין נישט אזא גוטע שרייבער אבער ווען איך האב עפעס צו צולייגן אדער פארעכטן /ענטפערן, פיל איך זייער אנטוישט ווען איך קען נישט, אלזא די איינציגסטע עצה איז, צו עפענען א ניק, צו קענען א טייל נעמען אין די אינהאלטסרייכע שמועסן

נשלח: מיטוואך אקטאבער 23, 2019 10:31 am
דורך סדרן
מיט כבוד אנטפאנגען מיר די חברים וועלכע האבן זיך איינגעשריבן אין די לעצטע וואכן, הלא הם:

[tag]קוק ווער'ס דא[/tag]
[tag]ידידיה[/tag]
[tag]ימים יאמרו[/tag]
[tag]מצה בעקערי[/tag]
[tag]העי וואסע נייעס[/tag]
[tag]אציגאנער[/tag]
[tag]מוח עמוק[/tag]
[tag]Joseph[/tag]
[tag]פשטא[/tag]
[tag]ישעיה[/tag]
[tag]NoProblem[/tag]

יהא בואכם לברכה.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 30, 2019 5:25 pm
דורך real fake news
שלום עליכם אייך מיינע באליבטע יידישע ברידער,
ברוך שהחינו וקימנו והגיענו לזמן הזה!
געלויבט איז ג-ט ב"ה פארן מיר אהערשיקן דא, און געבענטשט זאלן זיין די גרינדערס, פארוואלטערס און צוהעלפערס פון קאווע שטיבל פארן אהערשטעלן אזא רייכע ארט מיר צו געבן א געלעגנהייט צו זאגן אפן מיינע געדאנקען, אויסהערן א צווייטנ'ס, און פארברייטערן מיין וויסנשאפט אין תורה'דיגע, יידישע און וועלטליכע קליגשאפט.
קאווע שטיבל איז ב"ה אן אוצר בלום אויף תורה ומדע, און א פריי רייד זאָנע וואס איז נישטא צו געפונען אין די אלגעמיינע אלטרא-ארטאדאקסישע יידישע געמיינדע, איך האף אז איך און אנדערע באנוצער וועלן האבן א נוצן פון מיין אנוועזנהייט און מיר וועלן זוכה זיין לקדש שם שמים.

לשם יחוד קוב"ה ושכינתיה.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 30, 2019 5:25 pm
דורך תפארת
א פלאץ ווי מען געניסן און קונה זיין אסאך פון הכל בכל מכל יעך ווייס נישט אדער איך בין כמעט זיכער אז ס' איז נישט דא נאך אזא היימישע פלאץ וואס האט מלא תוכן וידיעות שונות ווי אט דא אינעם קאווע שטיבל.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 30, 2019 5:27 pm
דורך סדרן
שלום עליכם [tag]real fake news[/tag] און [tag]תפארת[/tag]. מאכטס אייך באקוועם.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 06, 2019 4:39 pm
דורך לשם יחוד
א גוט יאר אייך אלע,
קאווע שטיבל קוקט אויס צו זיין א גאר הייליג מקום, לאמיר האפן אונז העמיר אלע האבן א גרויס התעלות ברוחניות ובגשמיות, בביאת גואל צדק במהרה דידן ממש!

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 06, 2019 4:40 pm
דורך בעל רגש
נאך לאנגע יארן פילעווען אין קאווע שטיבל, איז געקומען די צייט צוריק צו צאלן א ביסל..
מצב.: אביסל בעסער פון נעכטן.
יארגאנג: נאך אנדער טראומע פון דעם ''וועסט נאך עלטער ווערן... '' סאו האלטעכעס פאר א סיקרעט.
חסידות: איך זיך נאך..
טאלאנטן: בינדען ספרים. פויקן אויף א טיש.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 06, 2019 4:42 pm
דורך סדרן
שלום עליכם [tag]לשם יחוד[/tag] און [tag]בעל רגש[/tag]. מאכטס אייך באקוועם.

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 09, 2019 8:26 pm
דורך אמירה רכה
א איד דארף שטענדיג לעבן מיט א ישר כח, פאר'ן אויבערשטן, ישר כח פאר זיין נאנטע און באליבטע, לעבן מיט די מדה פון הכרת הטוב און פארשפרייטן פאזיטיוויטי אויף דער וועלט.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 12, 2019 9:44 am
דורך אריה
א גוט יאר, איך בין נישט קיין ניי געקומענער דאהי, נאר מחמת קושי השעבוד איז מיין פריערדיגער קאנטע מער נישט נוצבאר.
אין בבלי שטייט בדרך שאדם רוצה לילך מוליכין אותו, איך פרוביר צו לעבן אז בדרך שמוליכין אותו האדם רוצה לילך.
בעצם וויל איך שטארק טרעפן צייט צו שרייבן ונראה מה יהיו חלומותיו.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 12, 2019 9:45 am
דורך שמעי'
איך פארמאג גארנישט צי פארציילן איבער מיר.  אבער מ'ברויך דאך אנפילן די 160 תווים, וויל איך פרעגן וואס איז טאקע פשט פון דעם אז מ'דארף שרייבן איבער זיך? און וואס טוט זיך אויב איך טויג נישט דערצו?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 12, 2019 9:46 am
דורך סדרן
שלום עליכם [tag]אמירה רכה[/tag], [tag]אריה[/tag] און [tag]שמעי'[/tag]. וועלקאם אבאורד!

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 18, 2019 5:14 pm
דורך Just be Happy
הערן פרישע ידיעות, און זיך ארויסהעלפן איינעם דעם אנדערע, ליינען אין די פרייע ציייט עפעס אינטערעסאנט..

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 18, 2019 5:15 pm
דורך ישי דער טאטע
איד ווייל מיין זיידע אברהם איז געווען איד, איך לעב וועגען נח איז געווען אין די תיבה, און אמעריקע וועגן די רבי וואוינט דא, מיין קאר האט פארד געמאכט, איך דאווען צו די אונער פין די ינעווערס

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 18, 2019 5:16 pm
דורך אום אני חומה
אום אני חומה - פעלזן פעסט - קעגן אלע בייזע ווינטן - וואס בוזשעווען אין אונזערע ריכטונג - אני חומה - מיט א שטארקייט - זיך נישט בייגן - זיין דבוק אין דעם אמת - זיך נישט לאזן פארנארן פון דעם טיפען שיקר וואס נעמט ארום די מענטשהייט - איז עס מעגליך? עס איז דאך א עלמא דשיקרא