בלאט 97 פון 213

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 1:08 pm
דורך chusid
פארוואס זענען מיר אימאשינעל כלפי רחל אמינו ? זו איז דאך לכאורה א מומע ווייל אונז זענען נאר פון צוויי שבטים פון לאה'ס קינדער.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 1:17 pm
דורך גיבור
וויאזוי לייג איך אריין יודישע נקודות ביים טייפן ?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 1:29 pm
דורך שלמה המלך
גיבור האט געשריבן:וויאזוי לייג איך אריין יודישע נקודות ביים טייפן ?

עס דארף זיין אויף הברו דערנאך מאך 'קעפס לאק' שיפט און נאמבערס (123456789)

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 1:30 pm
דורך לית דין בר נש
chusid האט געשריבן:פארוואס זענען מיר אימאשינעל כלפי רחל אמינו ? זו איז דאך לכאורה א מומע ווייל אונז זענען נאר פון צוויי שבטים פון לאה'ס קינדער.

ווייל רחל מבכה על בניה און די אויבערשטער זאגט יש שכר לפעולתך
על בניה מיינט אידישע קינדער נישט נאר אירע אייניקלעך

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 3:25 pm
דורך berlbalaguleh
chusid האט געשריבן:פארוואס זענען מיר אימאשינעל כלפי רחל אמינו ? זו איז דאך לכאורה א מומע ווייל אונז זענען נאר פון צוויי שבטים פון לאה'ס קינדער.

ווען אונזער מומע איז אזא גרויסע צדיקת, און גייט אדורך אזוי א שטארקע טראומא, ווי רחל אמינו (אנטשולדיגט, די מומע.) וואלטן מיר אויך געווארן עמאשיאנעל...ספעציעל, נאכדעים וואס די רבי אין חדר זינגט דעם פסוק מיט אזא שיינעם, הארציגן ניגון...!

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 4:04 pm
דורך [NAMELESS]
לויט די לעגענדע אז אשכנזישע אידן שטאמען פון שבט בנימין זענען מיר יא אייניקלעך.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 05, 2014 1:34 pm
דורך שמעקעדיג
ווי אזוי קען מען דאן איר אנרופן "אמנו"? אפשר ענדערש "מימיינו", אונזער מומע?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 05, 2014 2:09 pm
דורך ברסלבער
בראשית רבה עא, ב
תני, רבי שמעון בן יוחאי: לפי שכל הדברים תלוין ברחל, לפיכך נקראו ישראל על שמה, (ירמיה לא): רחל מבכה על בניה,

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 05, 2014 2:31 pm
דורך chusid
ווער עס זענען די חסידים וואס מען זעט אלץ ביי קליפס אויפן הר הבית, וואו באלאנגען זיי?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 05, 2014 2:43 pm
דורך קאווע טרינקער
chusid האט געשריבן:ווער עס זענען די חסידים וואס מען זעט אלץ ביי קליפס אויפן הר הבית, וואו באלאנגען זיי?

זיי "באלאנגען" צו עפעס אן אלטע פאלק וואס פלעיגט פאר א תקופה האבן דארט זייער "גרויס בית המדרש"

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 05, 2014 3:07 pm
דורך מאטי
ישראל קאפקע האט געשריבן:
chusid האט געשריבן:די ישראלים זאגן אז מען קען נישט צירןק לאזן די פאלאסטינער(refugees )אינעם ארגינעלן מדינת ישראל ווייל דעמאלטץ איז אויס מדינת ישראל ווייל עס איז רוב אראבער, וויל איך וויסן מעיקרא מאי קסבר? וואס טוט ווען די מדינה ווען נישט די גאנצע מלחמה וואס האט פארטריבן די אראבער וואלט דאך געווען א רוב אראבער ביז אפאר יאר

זיי וואלטן נישט געווארן א רוב, די פאלעסטינער אראבער זענען געווען א גרויסן רוב אין 1947.


איה"נ די אראבער זענען געווען א רוב, אבער בלויז ווען מ'רעכנט אריין דעם גאנצן שטח פון פאלעסטינע וואס איז געווען אינעם בריטישן מאנדאט. אבער אויב מ'רעכנט בלויז דעם שטח פונעם יו-ען פארטיציע פלאן אין 1947, קומט אויס א אידישע מערהייט פון 600,000 איבער 300,000 אראבער. א"כ הדרא קושיא לדוכתא.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 05, 2014 3:47 pm
דורך ישראל קאפקע
פילייכט האבן זיי גערעכנט אויף (ווי עס איז טאקע געווען) מאסיווע אידישע אימיגראציע.
און לויט דאס וואס מאטי ווייזט אן איז דיין שאלה נאר ווען מען רעכנט אריין אויך די מערב ברעג און עזה, אויב רעכנט מען נאר די חלק וואס מדינת ישראל האט געזאלט האבן לויטן צעטיילונג פלאן וואלט מדינת ישראל געהאט רוב אידן אפי' מיט די פאלעסטינער וואס מדינת ישראל האט פארטריבן אין 1948, (כאטש די פאלעסטינער וואלטן אויסגעמאכט א פיל גרעסערן פראצענט ווי זיי מאכן אויס היינט צוטאגס)

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 05, 2014 7:25 pm
דורך chusid
ישראל קאפקע האט געשריבן:פילייכט האבן זיי גערעכנט אויף (ווי עס איז טאקע געווען) מאסיווע אידישע אימיגראציע.
און לויט דאס וואס מאטי ווייזט אן איז דיין שאלה נאר ווען מען רעכנט אריין אויך די מערב ברעג און עזה, אויב רעכנט מען נאר די חלק וואס מדינת ישראל האט געזאלט האבן לויטן צעטיילונג פלאן וואלט מדינת ישראל געהאט רוב אידן אפי' מיט די פאלעסטינער וואס מדינת ישראל האט פארטריבן אין 1948, (כאטש די פאלעסטינער וואלטן אויסגעמאכט א פיל גרעסערן פראצענט ווי זיי מאכן אויס היינט צוטאגס)

נאך אמאל: אין די פרי 1967 גרעניצן מדינת ישראל אויב מען נעמט צירוק די פליטים זענען די אראבער די רוב איז הדרא קושיא לדוכתיה האבן זיי זיך נישט גערעכנט מיטן ריאליטי וואס סאיז היינט אז די אראבער תושבים אין מדינת ישראל 1948 זענען היינט מער ווי די יודן?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 05, 2014 7:27 pm
דורך chusid
קאווע טרינקער האט געשריבן:
chusid האט געשריבן:ווער עס זענען די חסידים וואס מען זעט אלץ ביי קליפס אויפן הר הבית, וואו באלאנגען זיי?

זיי "באלאנגען" צו עפעס אן אלטע פאלק וואס פלעיגט פאר א תקופה האבן דארט זייער "גרויס בית המדרש"

אבער אלע היינטיגע היימישע פוסקים אסרן ארויפצוגיין

וועלן א טעקסט בוך

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 05, 2014 7:55 pm
דורך ירא שמים
אז איך וויל ליינען וועגן אגעוויסע נושא אין חכמות חיצוניות (בין הסדרים פארשטייט זעך) און איך זוך א ט.ב. גיי איך צו עמעזאן וכדו' טרעף איך דארטן אהן א ים מיט ביכער פון אלע מינע פרייזען פון פינף דאלער ביז דריי הונדערט דאלער בערך בעט איך דא פון די חשובע פראפעסארן זאלן שרייבן עפעס עצות וואו אזוי צו טרעפן דאס ריכטיגע
ואו אויך וואוזוי מזעט די לעוועל
און וואו וויסט מען עפעס וועגן דעם מחבר

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 05, 2014 8:17 pm
דורך דריידל
עפעס האב איך געהערט אמאל אז ס'איז דא א משפחה, בעלזער חסידים, וואס זיי גייען ארויף אויפ'ן הר הבית

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 05, 2014 8:18 pm
דורך אפטעמיסט
משפחת אלבוים

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 05, 2014 9:25 pm
דורך chusid
אפטעמיסט האט געשריבן:משפחת אלבוים

אויף וועמענס היתר?

http://youtu.be/ycWd1uOuJFA via @YouTube

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2014 1:47 pm
דורך קאפקעיק
פארוואס איז דא גאסן אין פלעטבוש (ווי למשל בעדפארד,עוועניו T און נאך...) ווי ס'נישט דא קיין אלט. סייד פארקינג?

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2014 9:14 pm
דורך מאטי
אויב איינער שרייבט דא א תגובה שבת קודש בייטאג (ח"ו, אדער מעבר לים) וועט שטיין אויפן הודעה "געשריבן געווארן שבת" אדער מוצ"ש."

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2014 9:24 pm
דורך קאך_לעפל
chusid האט געשריבן:
אפטעמיסט האט געשריבן:משפחת אלבוים

אויף וועמענס היתר?

http://youtu.be/ycWd1uOuJFA via @YouTube


ממש א פחד! עס איז שוין ממש נישטא אין ארץ ישראל ווי צו לייגען די פוס, נאר אויפן הר הבית, עס איז אפי' אסיר ע''פ הלכה. אבער לאמיר זאגן אז נישט, איז דען דא עפעס א ענין רויף צו גיין אויפן הר הבית? ע''פ נגלה? נסתר?

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2014 9:38 pm
דורך קאסטנער
נישט אלעס איז ענין סדא ביי איד געפיל

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 2:35 am
דורך chusid
ווען האט זיך אנגעהויבען די שפראך יודיש? און וויאזוי אנטוויקלט זיך אזאנס אז מען מאכט א אייגענע שפראך אפהעניג פין א לאנד?