בלאט 97 פון 179
נשלח: מיטוואך יולי 04, 2018 11:24 am
דורך סקרן
נאך
נשלח: דאנערשטאג יולי 05, 2018 2:34 pm
דורך א-שופר-איז-א-שופר
א אידענע קומט צום רב און פרעגט.
זי פירט א הכנסת אורחים ווי עס קומען ארום 20 שנארערס עסען, איעדען טאג. היינט ביים קאכען איז אריין געפאלען א שטיקל פוטער אין די פליישיגע זופ, וואס טוהט מען?
פרעגט דער רב ווי גרויס איז דער טאפ?
זאגט זי, א גרויסע טאפ, די גרעסטע וואס איך האב
און ווי גרויסע איז געוועהן דער שטיקל פוטער? פרעגט ווייטער דער רב
זאגט זי א קליין שטיקל
זאגט דער רב עס איז גוט, עס איז בטל בשישים
א פאר וואכען שפעטער קומט צוריק דער פרוי און זאגט איהם, רבי, א שיינעם דאנק, די אלא וואס קומען עסען זאגען מיר אז זייט איך לייג צו די בטל בשישים, איז די זופ אסאך אסאך אסאך בעסער
נשלח: דאנערשטאג יולי 05, 2018 2:53 pm
דורך א-שופר-איז-א-שופר
א שווער פרעגט זיין נייע איידעם, וואס ווילסטו, א גאלדענע זייגער אדער א שס?
זאגט ער, קויף מיר א איי פאון, דארט איז דא ביידע
זאגט דער שווער פארדעם דארפסטו נישט מיין טאכטער, אין די איי פאון האסטו גענוג אנדערע
נשלח: דאנערשטאג יולי 05, 2018 11:28 pm
דורך דער דאס
קיין ירושלים איז אנגעקומען א גאסט פון אמעריקע, ער זאגט אז ער האט זיך אוועקגעצויגן פון וויליאמסבורג, ווייל ער האלט שוין נישט אויס די גזירות הגיוס, האט ער זיך געצויגן קיין ארץ ישראל..
נשלח: פרייטאג יולי 06, 2018 3:44 am
דורך וואלווי
דער דאס האט געשריבן:קיין ירושלים איז אנגעקומען א גאסט פון אמעריקע, ער זאגט אז ער האט זיך אוועקגעצויגן פון וויליאמסבורג, ווייל ער האלט שוין נישט אויס די גזירות הגיוס, האט ער זיך געצויגן קיין ארץ ישראל..
אדער קען עס נישט אויסהאלטן די ווייטאגליכע ידיעה פון אזויפיל חתנים יתומים...
נשלח: פרייטאג יולי 06, 2018 1:35 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
פון א צייטונג פון לאדז אין תרצ"ו
א קארגער גביר האט אמאל אהיים געברענגט אן אורח צו שבת. ווען מען האט איהם דערלאנגט די פלייש, האט דער אורח געזעסען און געזיפצט. פרעגט איהם דער בעל הבית "וואס זיפצט איהר אזוי?"
"איך זיפץ ווארום פאר אזא קליינער שטיק פלייש, האט מען געמוזט אפשחט'ן א גאנצע קו"
נשלח: זונטאג יולי 08, 2018 1:28 pm
דורך בן ישי
.
נשלח: זונטאג יולי 08, 2018 8:11 pm
דורך רביה''ק זי''ע
Reminds me fo the 'knock knock' jokes
נשלח: זונטאג יולי 08, 2018 11:29 pm
דורך [NAMELESS]
נשלח: זונטאג יולי 08, 2018 11:51 pm
דורך רביה''ק זי''ע
אז מ'רעדט שוין. כ'האב געהערט אז ס'דא א שארטקאט צווישן קאריץ און סאכאטשאוו, קען איינער באשטעטיגן?
נשלח: זונטאג יולי 08, 2018 11:54 pm
דורך berlbalaguleh
רביה"ק זי"ע: און צווישן ראפשיץ און לובלין איז שוין פון לאנג דא...!
נשלח: פרייטאג יולי 13, 2018 11:45 am
דורך סקרן
עלה ברעיוני בדרך צחות, אז ווען די יודן האבן געזעהן אז כפה עליהם ההר כגיגית, האבן זיי געזאגט: "ס'איז צרות ווי א בארג..."
נשלח: פרייטאג יולי 13, 2018 11:47 am
דורך סקרן
א מענטש טרעפט א קליין קינד אויפן גאס וויינעדיג פרעגט ער אים פארוואס וויינסטו , זאגט אים דאס קינד ווייל מיין טאטע האט בטעות געגעבן א שמייס מיטן האמער אויף זיין פינגער , זאגט אים דער מענטש פארדעם וויינסטו ? איך וואלט געלאכט אזא צייט , זאגט אים דאס קינד "איך האב אויך געלאכט פון אנהייב"
נשלח: פרייטאג יולי 13, 2018 11:47 am
דורך סקרן
געווען א עושר וואס האט אריינגעקאלט קופת העיר און געפרעגט וואס ער באקומט אויב ער געט 1500 טאלער , האבן זיי אים גע'ענטטפערט ,250 וועלן די רבנים מתפלל זיין 40 טעג אין מעזשעבוש ,350 וועלן די רבנים מתפלל זיין פון איין פורים צום צווייטן ביי קבר מרדכי ואסתר אין איראן , 500 וועלן זיי מתפלל זיין א גאנץ יאר ביי ר' אלימלך אין ליזענסק , 200 72 טעג אין ראדין ביים חפץ חיים , למעשה איז איבער געבליבן 200 טאלער פרעגט אים דער עסקן וואס וויסטו זאל מיר אונז טוהן מיט די איבריגע, זאגט אים דער עושר " ווען די רבנים גייען דורך דוטי פרי זאלן זיי מיר פליז איינקויפן ציגארעטלעך"
נשלח: פרייטאג יולי 13, 2018 11:48 am
דורך סקרן
געווען אמאל א אנזעצער וואס איז אריינגעקומען מיט זיין זוהן אין א געשעפט און זיך אנגעהויבן דינגן אויפן פרייז פון א געוויסן אייטעם , ענדליך נאך א האלבע שעה זיך דינגן האט אים דער מוכר אראפגעלאזט די פרייז , דער איד נעמט ארויס זיין טשעק ביכל און געט אים א טשעק און גייט ארויס מיט די סחורה , ארויסגייענדיג פרעגט אים די זוהן ,טאטע די ווייסט דאך יא אז דיינע טשעקס קראכן טא וואס האסטו זיך געדינגען אויפן פרייז למאי נק"מ, האט אים די פאטער גע'ענטפערט "דער מוכר זעהט מיר אויס צו זיין א טייערע איד כ'האב ניש געקענט צוקיקן ער זאל האבן אזויפיל שאדן "
נשלח: פרייטאג יולי 13, 2018 11:49 am
דורך סקרן
געווען א יונגערמאן וואס איז צוריקגעקומען פון א דריטע וועלט לאנד מיט א אנשטעקיגע מחלה
מ'האט אים גראד אריינגעפירט אין שפיטאל און א פארפאנצערטע צימער ביים עק פון שפיטאל
אפאר שעה שפעטער קומט דער דאקטאר אריין אנגעטוהן פון קאפ ביז פוס מיט שוץ קליידער אווי נאך א נוקלאערע מלחמה און זאגט אים, פון היינט און ווייטער קענסטו נאר עסן אמעריקען טשיז , פעסטראמי, פיטא מיט פענקעיק
פרעגט אים דער חולה , פארוואס נאר די זאכן ?
זאגט אים דער דאקטאר , "ווייל דאס איז די איינציגסטע זאכן וואס פיטן דורך אונטן ביים קריץ פון די טיר!!!!"
נשלח: פרייטאג יולי 13, 2018 12:03 pm
דורך סקרן
אינגערמאן איז אמאל געקומען צו זיין רב מיט א ערנסטע שאלה
אז ער יאגט זיך זייער יעדן טאג צו די ארבעט ממילא פארט ער אויף 180 מפ"ש ער שנייד רעכטס און לינקס סאו זיין שאלה איז צו ער זאל בענטשן גומל יעדן מאנטאג און דאנערשטאג אדער איז גענוג איינמאל א וואך שבת
האט אים דער רב גע'ענטפערט , "ענדערש לערן אויס דיינע קינדער קדיש יתום !!!!!"
נשלח: פרייטאג יולי 13, 2018 6:24 pm
דורך וואלווי
סקרן האט געשריבן:געווען א יונגערמאן וואס איז צוריקגעקומען פון א דריטע וועלט לאנד מיט א אנשטעקיגע מחלה
מ'האט אים גראד אריינגעפירט אין שפיטאל און א פארפאנצערטע צימער ביים עק פון שפיטאל
אפאר שעה שפעטער קומט דער דאקטאר אריין אנגעטוהן פון קאפ ביז פוס מיט שוץ קליידער אווי נאך א נוקלאערע מלחמה און זאגט אים, פון היינט און ווייטער קענסטו נאר עסן אמעריקען טשיז , פעסטראמי, פיטא מיט פענקעיק
פרעגט אים דער חולה , פארוואס נאר די זאכן ?
זאגט אים דער דאקטאר , "ווייל דאס איז די איינציגסטע זאכן וואס פיטן דורך אונטן ביים קריץ פון די טיר!!!!"
פארגינסט נישט פאר'ן יונגערמאן בעקאן סטריפ'ס?
נשלח: זונטאג יולי 15, 2018 3:23 pm
דורך יין שרף
[center][/center]
נשלח: מאנטאג יולי 16, 2018 9:12 am
דורך וואלווי
מ'דארף דאנקבאר זיין, אזוי ווי יענער האט געזאגט, שטעל דיך פאר אלע שלש רגלים אויף א מאל, מ'מעג נאר עסען פסח'דיגע טשיס קעיק אין א סוכה 7 טעג.
יעצט לייג צו 9 טעג, אפשר וועגען דען ביי די ניינטע טאג וויל מען שוין פאסטען....
נשלח: מאנטאג יולי 16, 2018 11:57 am
דורך סקרן
א ראש ישיבה האט באקומען פון א פעקטארי א גאנצן סטאק מיט פערפל, דער ראש ישיבה האט זיך געפריידט, יעצט האט ער צו געבן עסן פאר זינע תלמידים בשפע,
נאך אפאר טעג קומט אריין א בחור:
- ראש ישיבה איך האב א שאלה, וועלכע ברכה מאכט מען אויף פערפל ?
- ?
- אויף א זאך וואס גייט ארויס פון בוים מאכט מען ב"פ העץ, אויף א זאך וואס גייט ארויס פון דער ערד מאכט מען ב"פ האדמה
וועלכע ברכה מאכט מען אויף א זאך וואס גייט ארויס פון נאז??????
נשלח: מאנטאג יולי 16, 2018 11:58 am
דורך סקרן
ס'איז 40 טעג נאך קבלת התורה, אידן שטייען און ווארטן אויף משה רבינו, ער איז נישטא, וואס טוט מען? ויצא העגל הזה
די פרויען האבן אבער בכלל נישט מיטגעשפילט מיטן עגל, וואס איז די מעשה מיט די פרויען? זיי זענען עפעס נישט געווען נערוועז אז משה רבינו קומט נישט אראפ צו די אפגעשמועסטע צייט?
נאר די פרויען האבן געזאגט, מה כל הרעש? משה רבינו האט געזאגט א צייט און ער איז נישט אנגעקומען, דאס איז ביי אונז מעשים בכל יום, מיר זענען געוואוינט דערצו, די מענער זאגן א צייט ווען מ'קומט אהיים און מ'קומט נישט אן.....
נשלח: מאנטאג יולי 16, 2018 11:59 am
דורך סקרן
צוויי אידן שפאנען זייערע טריט קיין שומר שבת. איינער לויפט מיט אימפעט און דער צווייטער גייט געמיטלעך. וואס גייט דא פאר?
דער וואס לויפט וויל כאפן מעריב, דער צווייטער גייט דאווענען מנחה.