בלאט 98 פון 213

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 3:10 am
דורך לאליפאפ
קאך_לעפל האט געשריבן:
chusid האט געשריבן:
אפטעמיסט האט געשריבן:משפחת אלבוים

אויף וועמענס היתר?

http://youtu.be/ycWd1uOuJFA via @YouTube


ממש א פחד! עס איז שוין ממש נישטא אין ארץ ישראל ווי צו לייגען די פוס, נאר אויפן הר הבית, עס איז אפי' אסיר ע''פ הלכה. אבער לאמיר זאגן אז נישט, איז דען דא עפעס א ענין רויף צו גיין אויפן הר הבית? ע''פ נגלה? נסתר?

א מצות עשה. עפעס וואס מ'לערנט נישט אויס אין סאטמאר.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 9:30 am
דורך רויטע וואנצעס
מאטי האט געשריבן:אויב איינער שרייבט דא א תגובה שבת קודש בייטאג (ח"ו, אדער מעבר לים) וועט שטיין אויפן הודעה "געשריבן געווארן שבת" אדער מוצ"ש."


מוצ"ש.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 12:53 am
דורך ישראל קאפקע
וועלכע צוויי ניקס קוקן מיר אראפ פון רעכטס, דארטן אויבן, אין דעם קאווע שטיבל לאגא?
דער אויף דער רעכטער זייט קוקט מיט אויס ווי @ברסלבער, נאר ווער דער צווייטער (דער וואס טרינקט קאווע, גאנץ באשטימט 'נישט' @קאווע טרינקער) איז קען איך נישט אויף קיין פאל אויסרעכענען,

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 9:25 am
דורך ברסלבער
ישראל קאפקע האט געשריבן:וועלכע צוויי ניקס קוקן מיר אראפ פון רעכטס, דארטן אויבן, אין דעם קאווע שטיבל לאגא?
דער אויף דער רעכטער זייט קוקט מיט אויס ווי @ברסלבער, נאר ווער דער צווייטער (דער וואס טרינקט קאווע, גאנץ באשטימט 'נישט' @קאווע טרינקער) איז קען איך נישט אויף קיין פאל אויסרעכענען,

יענער איז מיינער א חבר וואס איך האב מיטגעברענגט, ער האט נישט קיין ניק דא, דערפאר דערקענסטו אים נישט. איך האף אז ער שטערט נישט קיינעם.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 1:25 pm
דורך מאטי
ישראל קאפקע האט געשריבן:וועלכע צוויי ניקס קוקן מיר אראפ פון רעכטס, דארטן אויבן, אין דעם קאווע שטיבל לאגא?
דער אויף דער רעכטער זייט קוקט מיט אויס ווי @ברסלבער, נאר ווער דער צווייטער (דער וואס טרינקט קאווע, גאנץ באשטימט 'נישט' @קאווע טרינקער) איז קען איך נישט אויף קיין פאל אויסרעכענען,

מאיר כהנא ע"ה פלעגט אלץ אפ'חוזק'ן פון די אמעריקאנער וואס ווילן שלום מאכן אין מיטל-מזרח אויף א טישל איבער קאווע און קוכן. זעט אויס אז דא אין שטיבל איז יא מעגליך צוזאמען ברענגן אלע צדדים איבער קאווע און קוכן.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 2:41 pm
דורך דריידל
ירא שמים האט געשריבן:אז איך וויל ליינען וועגן אגעוויסע נושא אין חכמות חיצוניות (בין הסדרים פארשטייט זעך) און איך זוך א ט.ב. גיי איך צו עמעזאן וכדו' טרעף איך דארטן אהן א ים מיט ביכער פון אלע מינע פרייזען פון פינף דאלער ביז דריי הונדערט דאלער בערך בעט איך דא פון די חשובע פראפעסארן זאלן שרייבן עפעס עצות וואו אזוי צו טרעפן דאס ריכטיגע
ואו אויך וואוזוי מזעט די לעוועל
און וואו וויסט מען עפעס וועגן דעם מחבר


די דארפסט וויסן מער ווייניגער וואס די זיכסט. ס'איז א גוטע עצה אז די זאלסטיך אריבערכאפן צו א גרויסע לייברערי (אויב ביסטי אין ברוקלין, קענסטי גיין צום צענטראלע לייברערי לעבן פראספעקט פארק אדער צו די ביזנעס לייברערי אויף קעדמען פלאזא) ווי די קענסט באקומען הילף פון א לייברעריען צו טרעפן וואס די זיכסט. איינמאל די טרעפסט עפעס וואס שמעקט דיר זאלסטי אראפשרייבן די ISBN מיט די title און name of author.

איך גיי געווענדליך צו www.dealoz.com/ ווי זיי קאמפעירן פרייזען פון פארשידענע וועבסייטס. קענסט קויפן געניצטע בוקס פאר שפאט ביליג. נגיע קען קאסטן איבער הונדרעט דאלער און ס'איז ממש אשאד. ס'איז אויך גוט צו וויסן אז מ'דארף נישט קויפן די לעצטע עדישאן. די וואס גיבן ארויס די ביכער ווילן נישט אז מ'זאל אוועקלייגן די ביכער פון איין יאר אויפ'ן צווייטן, טוישן זיי ארום די פעיזשעס אדער קאלירן פון אילוסטרציה וכדומה, סתם נערישקייטן, אז ס'זאל אויסקוקען אנדערש. די סקולס פארלאנגען פון די סטודענטן צו קויפן די לעצטע עדישאן אז יעדער זאל קענען מיטהאלטן, דאס מאכט אז די פרייז פון א בוק וואס האט געקאסט פאראיאר 100 דאלער קען יעצט גיין פאר בלויז 5 דאלער. ס'דא אמאל אן אויסנאם ווען מ'קען טאקע נישט ניצן די אלטע אבער עפ"י רוב איז עס בערך די זעלבע.

סארי פאר די שפעטע רעספאנס; כ'האב פשוט יעצט באמערקט דיין תגובה

[tag]ירא שמים[/tag]

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 3:39 pm
דורך chusid
אמתע רתחא דאורייתא איז ווען מען קאכט זיך אינעם אייבערשטענס תורה מיט א אמת . וואס איז פשט פין די מעשה אז א בעל בית איז אריינגעקומען אין בית מדרש גבוה און געזען ווי מען טעהנהט זיך אין לערנען אזוי צעהוצט האט ער געפרעגט וואס איז דאס אס מען טענהט זיך אזוי צעהוצט? ! ענפערט ר'אהרן קאטלער ווען איינער וויל פין דיר אוועקנעמען א מיליון דולר ואלסטי נישט געשריגן?! דאס זעלבע דע בחורים וואס מען כאפט זיי אוועק זייער פשט! וואס איז פשט פין די מעשה?

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 5:37 pm
דורך נתן מנחם
יעדע איינער פילט זיך די קאפל צופרי ווען מען וואקט ארויס פון שטוב צו דאבע"ל טשעקע"ן אז מען טראגט נישט די שלאף קאפל?

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 8:17 pm
דורך Big Boy
קאפקעיק האט געשריבן:פארוואס איז דא גאסן אין פלעטבוש (ווי למשל בעדפארד,עוועניו T און נאך...) ווי ס'נישט דא קיין אלט. סייד פארקינג?


It’s based on how clean the streets were when the city did the street cleanliness inspections

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 2:29 pm
דורך לית דין בר נש
נתן מנחם האט געשריבן:יעדע איינער פילט זיך די קאפל צופרי ווען מען וואקט ארויס פון שטוב צו דאבע"ל טשעקע"ן אז מען טראגט נישט די שלאף קאפל?

ניין!!!
מסתמא טוסט די עס ווייל די האסט איין מאל געהאט א פלאפ

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 3:03 pm
דורך ראש הישיבה

ממש א פחד! עס איז שוין ממש נישטא אין ארץ ישראל ווי צו לייגען די פוס, נאר אויפן הר הבית, עס איז אפי' אסיר ע''פ הלכה. אבער לאמיר זאגן אז נישט, איז דען דא עפעס א ענין רויף צו גיין אויפן הר הבית? ע''פ נגלה? נסתר?


א איד פילט אז ער באלאנגט אויף דעם מקום קדוש. ער קען נישט גיין וויל עס איז אסור על פי הלכה. אויב ער טרעפט א וועג אז מען זאל קענען גיין על פי הלכה וועט ער גיין.

די חתם סופר האט אויסגעארבערט על פי הלכה אז מען מעג און דארף היינט מקריב זיין די קרבן פסח.

עס איז געווען אזעלעכע גדולים וואס האבן נישט עולה געווען קיין ארץ ישראל, ווייל זיי האבן געהאלטן אז מען מעג ארויף אויפן הר הבית, און ממילא איז מען מחוייב עולה רגל זיין און מקריב זיין קרבנות ציבור און פסח וכדומה

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 3:30 pm
דורך berlbalaguleh
לית דין בר נש האט געשריבן:
נתן מנחם האט געשריבן:יעדע איינער פילט זיך די קאפל צופרי ווען מען וואקט ארויס פון שטוב צו דאבע"ל טשעקע"ן אז מען טראגט נישט די שלאף קאפל?

ניין!!!
מסתמא טוסט די עס ווייל די האסט איין מאל געהאט א פלאפ

איך האב שוין איינמאל געדרייווט די באס מיט'ן שלאף-קאפל.נאך א ליל-ששי סדר. צו נעמען די בחורים אהיים... :oops:

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 3:52 pm
דורך נתן מנחם
berlbalaguleh האט געשריבן:
לית דין בר נש האט געשריבן:
נתן מנחם האט געשריבן:יעדע איינער פילט זיך די קאפל צופרי ווען מען וואקט ארויס פון שטוב צו דאבע"ל טשעקע"ן אז מען טראגט נישט די שלאף קאפל?

ניין!!!
מסתמא טוסט די עס ווייל די האסט איין מאל געהאט א פלאפ

איך האב שוין איינמאל געדרייווט די באס מיט'ן שלאף-קאפל.נאך א ליל-ששי סדר. צו נעמען די בחורים אהיים... :oops:



בעיני ראיתי אפאר וואכען צוריק שבת איז א יונגערמאן אריינגעקומען אין ביהמ"ד שבת נאכמיטאג צו מנחה מיט זיין קאפעליטש :?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 4:03 pm
דורך שמערל
פון דעם טור וואס שרייבט דער חיוב פון כיסוי הראש אין הלכות השכמת הבוקר, איז משמע אז ביינאכט ביים שלאפן איז כולי עלמא מודי אז מען ברויך קיין קאפל האבן.

הגה. וכן נוהגין

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 4:31 pm
דורך berlbalaguleh
שמערל האט געשריבן:פון דעם טור וואס שרייבט דער חיוב פון כיסוי הראש אין הלכות השכמת הבוקר, איז משמע אז ביינאכט ביים שלאפן איז כולי עלמא מודי אז מען ברויך קיין קאפל האבן.

הגה. וכן נוהגין

שמערל: דו האסט פארגעסן צו צולייגן איין ווארט אנו...!

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 6:00 pm
דורך קאסטנער
מיינסט אפשר וכן ׳אני׳נוהג?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 6:56 pm
דורך chusid
פארוואס דע בעלי כשרונות נפלאות דע גאר געלונגענע שרייבערס טוען דאס נישט פאר א פרנסה? איי וועט איר פרעגן מהיכי תיתי אז זיי טוען עס טאקע נישט , דאס איז ווייל אין די אויסגאבעס זעט מען נישט אזאנע געלונגענע שרייבערס.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 8:18 pm
דורך ישמעאל הכהן
איך האב צום סוף געקויפט די אין די לינק, כ'בין זייער צופרידן.

http://www.amazon.com/Philips-Norelco-Q ... t+yourself

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 10:09 pm
דורך גרוש
מתי יגיע "עת לחבוק",

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 10:16 pm
דורך berlbalaguleh
קאסטנער האט געשריבן:מיינסט אפשר וכן ׳אני׳נוהג?

יא: אבער ר'איז דאך אן עניוו אויך...!

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 10:18 pm
דורך berlbalaguleh
chusid האט געשריבן:פארוואס דע בעלי כשרונות נפלאות דע גאר געלונגענע שרייבערס טוען דאס נישט פאר א פרנסה? איי וועט איר פרעגן מהיכי תיתי אז זיי טוען עס טאקע נישט , דאס איז ווייל אין די אויסגאבעס זעט מען נישט אזאנע געלונגענע שרייבערס.

משא"כ אויף קאווע שטיבל, יא... :roll:

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 2:11 am
דורך געפילטע פיש
קאך_לעפל האט געשריבן:
chusid האט געשריבן:
אפטעמיסט האט געשריבן:משפחת אלבוים

אויף וועמענס היתר?

http://youtu.be/ycWd1uOuJFA via @YouTube


ממש א פחד! עס איז שוין ממש נישטא אין ארץ ישראל ווי צו לייגען די פוס, נאר אויפן הר הבית, עס איז אפי' אסיר ע''פ הלכה. אבער לאמיר זאגן אז נישט, איז דען דא עפעס א ענין רויף צו גיין אויפן הר הבית? ע''פ נגלה? נסתר?

דער רמב"ם שרייבט אויך אז ווען ער איז ארויף אויף ארץ ישראל איז ער גראד געגאנגען מתפלל זיין ביים מערת המכפלה און אויפן הר הבית. זעט אויס ער האט זיך נישט גערעכענט מיט "אלע היינטיגע היימישע" פוסקים.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 7:04 am
דורך ישראל קאפקע
איין שאלה, די מוסלעמענער מעטשעט אויפן הר הבית איז שוין געשטאנען צוויי הונדערט יאר פארן רמב"ם איז ארויף אויף ארץ ישראל, וויאזוי קען די רמב"ם מיינען אז ער איז ארויף ממש אויף די בארג?