בלאט 98 פון 164

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 9:25 pm
דורך היימישער ליטוואק
berlbalaguleh האט געשריבן:
בן ישראל האט געשריבן:נאך א זאך איז כדאי צו באמערקן אז חסידישע יודן און זייער לעבנסשטייגער זענען די לעצטע גרופע אין אמעריקע אנטקעגן וועם מ'קען אלץ זאגן און שרייבן זיי צו בשמוצן אן מורא אז מ'וועט באשטראפט ווערן. ווען למשל איינער זאל זיך אונטערנעמען צו באשמוצן דעם טייל פון די באפעלקערונג פון ווי די אומפארשעמטע דזשורי איז געקומען צוליב דעם הויכן פראצענט פון ווייאלענט קריים וואלט מען איהם ארונטערגעריסן, פארדאמט און באיקאטירט אלס "ראסיסט". אבער ווען מ'זאגט דאס און נאך ערגערס אויף חסידיש'ע יודן אלס א גרופ שווייגט א יעדער .


איך בין זיך מצטרף צו יעדס ווארט וואס יואליש האט געענטפערט (אויף ענגליש.)
כ'וויל מוסיף זיין. ראסיזם איז ווען מען בארעדט און דערנידער עמיצן אדער א גרופע צוליב זייער ראסע. איין אויפפירונג פון א גרופע מעג מען און מען דארף דאס פארדאמען אויב עס איז נישט אויסגהאלטן לדעתך. למשל, אויב איך גיי קריטיקירן די כינעזר אדער צפון קוריאנער פאר קומוניזם, בין איך נישט א ראסיסט, און נישט א 'ביגאט'.
לשיטת פון טייל מענטשן דארף אונזער קאמיוניטי תיקונים אין די נושאים.
איר קענט דיסעגריען, אדער מיטשטיין, אבער איין זאך איז זיכער, זיי ווערן נישט קיין ראסיסטן צוליב דעם.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 11:07 pm
דורך געוואלד געשריגן
יואליש האט געשריבן:
געוואלד געשריגן האט געשריבן:As a side note, I often wondered if they withhold names as a legal obligation or as a courtesy. I'm still unclear on that.


I the case of Weberman, the NY Times once mentioned that it's the latter, the institution's ethical policy. It may have had to do with the fact that she was no longer a minor at one point in the trial, prior to which it would have been a legal requirement.


Thanks. I thought it was something to that effect. You mean the NYT' ethical policy?

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 11:13 pm
דורך לעמאן דזשוס
פאר די וואס ליינען נאר די סא-מא-טו-כע אשכול וויל איך צו׳לינקן צו מרת. ברוין׳ס ארטיקל אינעם פארווערטס

קרעדיט, יענקל, ק״ש

אשת חיל אשכול

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 12:21 am
דורך berlbalaguleh
איך אויך האט געשריבן:האבעך דען נישט געוויסט גייסט ברענגן א ציקאלישטע גוגל איבערזעצונג.

דאס וואס כ'האב געשריבן:
איך האב נישט עכט וואס צו שרייבן אבער איך קען מיך נישט איינהאלטן פון אנטייל נעמען אין די דור הפלגה דיסקאסיע.

נו ווער איז שולדיג? ער אדער גוגל? אז נ'קען נישט א שפראך קען מען זיך נישט פארלאזן אויף גוגל טרענסלעיט. ס'האט אזא פנים ווי די צעטלעך וואס די שטאט האט ארויסגגעבן מיט א פאר יאר צוריק פאר פסח אז נ'זאל אויפפאסן ביי שריפת חמץ. געשריבן דורך א פאר אלטע יודישיסטן, וואו איין ווארט האט נישט געקלבט צום צווייאן. ס'האט נישט געהאט קיין הענט און פיס.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 12:29 am
דורך petergrifin
גם אני מצרף בקאמפּעין מאה דפים

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 12:34 am
דורך איך אויך
petergrifin האט געשריבן:גם אני מצרף בקאמפּעין מאה דפים

אל תדחקו את השעה.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 12:34 am
דורך באנוצער'ניק
הפך_בה האט געשריבן:שלום עליכם אידן,
איך בין נישט קיין שרייבער אין נישט קיין דיין, אבער עס איז כדאי צו באטראכטען די פאלגענדע פונקטן.
עי' סנהדרין כו: ד"ה החשוד על העריות. דחשוד על העריות הוא אע"פ שאין עליו עדים אלא שמועה בעלמא. קומט אויס אז חז"ל געבען אויף אזא איינעם וואס איז דא שמועות אהן קיין עדים, א דין פין חשוד על העריות.
יא איך ווייס אז מען קען מחלק זיין אויף טויזענט וועגן, אבער אויב וויל מען זיין אמתדיג אין נישט מגלה פנים בתורה שלא כהלכה, איז דא א שטארקע צד אז מכח די אלע ארענטליכע עסקנים וואס דערציילען פין אנדערע וויקטימס איז אויף עם דא שמועה פין עריות אין חז"ל רופען אים אן א חשוד על העריות.

קודם זייט מוחל איר האט געברענגט א האלבע זאך, די וואס זענען מסביר די גמרא לויט די מהלך פון רש"י און תוס' אז דא רעדט מען נישט מיט עדים (און אזוי שרייבט אויך די טור חו"מ סי' ל"ד) זאגן פון וואס רעדט מען יא דא פארוואס איז ער חשוד, ווייל ס'איז ארויס א קול, שרגיל עם העריות ומתייחד עמהם וקול יוצא עליו "שפרוץ בהם", אזא איינער הייסט א חשוד על העריות, נישט סתם א "שמועה בעלמא".

אבער לאמיר קודם צונעמען פון וועלכע עריות די גמרא רעדט, לאמיר מעתיק זיין די גמרא: "אמר רב נחמן, החשוד על העריות כשר לעדות. אמר רב ששת, עני מרי (פי' - זאל די הער ענטפערן), ארבעין בכתפיה וכשר (פי' - מען גיבט אים מלקות פאר די איסור ייחוד און נאכדעם איז ער שוין כשר פאר עדות?), אמר רבא, ומודה רב נחמן לענין עדות אשה שהוא פסול.

זע איך פון דעם אז סתם איינער וואס מען איז אים חושד אויף עריות און באקומט נישט קיין מלקות (וויאזוי? זע ווייטער) האט נישט דעם טיטל "חשוד על העריות" און נישט פון אזא איינעם רעדט מען דא, דארף מען גיין אויפקוקן ווער באקומט יא מלקות און ווער נישט צו וויסן צו ער האט שוין דעם טיטל.

לאמיר זען מישט מען אויף א שו"ע (אבה"ע סי' כ"ב) שטייט דארט אזוי, מעיקרא איז די איסור ייחוד געווען נאר ביי א ערוה, אבער ביי א פניה אדער א גוי וואס איז נישט קיין ערוה איז נישט געווען אסור, אבער ביי די מעשה פון אמנון און תמר האט דוד ובית דינו גוזר געווען א איסור יחוד אפי' ביי א פניה און שמאי און הלל האבן גוזר געווען אויך אויף גוים, קומט אויס, איינער וואס איז זיך מתייחד מיט וועם עס איז אסור, באקומט מען מלקות מרדות (חוץ ביי א אשת איש).

ווערט מבואר דארט אין ב"י [אלץ פשוט פשט אין די גמ' קידושין וואס דארט איז די מקור אז מען גיבט מלקות אויף א קול], און די רמ"א פסק'נט אזוי, אז דאס אלעס איז דווקא ווי אויבן געשמועסט אז ס'איז יצא עליו הקול, אבער אויב ס'איז יצא הקול מן הפרוצה, טאר מען איר נישט גלייבן, און די זעלבע זאך איז אויב איז עס אן עד אחד וואס זאגט אזוי גלייבט מען אים אויך נישט.

תמצית היוצא, אז די גמרא אין מסכת קידושין וואס זאגט אז מען גיבט מלקות אויף א שמועה, רעד זיך נישט סתם אז די שמועה קומט פון איינעם, און ווען וועסט נאכגיין די מקור פון די אלע טויזענטע שמועות וועסטו צוריק אנקומען צו דעם איינצעלנע עד/פרצה, נאר אז די שמועה קומט פון צוויי אנדערע מענטשן, קומט די גמרא אין סנהדרין און זאגט אזא איינער וואס הייסט חשוד על העריות איז כשר לעדות.

לאמיר יעצט שנעל איבערגיין די מעשה ביי וועבערמאן, ביז א געוויסע קרויס מיידל האט אים געקלאגט, האט קיין איין באשעפעניש נישט געזאגט אז ער איז עובר אויף ייחוד, איז געקומען א קרויס מיידל, און פארקויפט א מעשה אז ער האט 3 שלעסער און עובר געווען אויף ייחוד, כ'הער, א שיינע מעשה, אבער לויט מיין שו"ע איז זי נישט באגלייבט, און אזא איינער איז נישט חשוד על עריות, און לייג נאך צו אז די האסט א עדות קעגן דעם אז עס איז נישט געווען ייחוד ווייל די משפחה פלעגט למעשה כסדר אריינקומען, איז זי צוויי מאל נישט באגלייבט.

ווילסטו זאגן אז עס איז דא "ארענטליכע עסקנים" וואס דערציילען פון אנדערע וויקטימס, זייט מוחל, די ארענטליכע עסקנים האבן עס דערווייל פאר קיינעם נישט פארציילט, נאר וואס, דא אויף קאווע-שטיבל האט מען אזוי נאכגעזאגט פון הורוויץ, אבער פון וואנט ווייס איך צו דער שרייבער איז נישט געווען די קרויס מיידל אליין? נאכמער, שפעטער האבן אנדערע געשריבן דא אז הורוויץ אליין האט געזאגט אז ער ווייסט נישט פון קיינעם ער האט נאר אזוי געהערט פון קרויס, קומט עס ווייטער צוריק אז ס'איז איינער אליין וואס האט ארויסגעלאזט אזא קול, אזא איינער איז כלל נישט חשוד על העריות.
הפך_בה האט געשריבן:גם עי' בסנהדרין ט: תוד"ה לרצונו רשע הוא. שנקרא חשוד אם גס בעריות ומתייחד עמהן. קומט אויס אז אויב איינער איז זיך נוהג מתייחד זיין עם הערוה איז ער א חשוד אויף דערויף.

די פריערדיגע תשובה איז א תשובה פארדעם אויך.
הפך_בה האט געשריבן:איך מיין אז דאס איז נתברר געווארען אז ער האט מתייחד געוועהן מיט א שלאס וואס קען נישט געעפענט ווערן פין אינדרויסען.

זיי מברר דיינע פאקטן, ס'איז נתברר געווארן אז ס'איז געווען איין שלאס וואס די משפחה האט געהאט די נאמבער דערצו, און זיי זענען אין פאקט כסדר אריין.
הפך_בה האט געשריבן:נאך א נקודה. יעדער איז ביזי זאגען אז דא איז he said she said. עס איז אינטרסאנט אנצומערקן די גמרא סנהדרין ט: פלוני רבעו לאנסו הוא ואחר מצטרפין להרגו. דאס הייסט אז דער נרבע האט א דין ווי אן עד. אפי' ער איז דאך מעיד אויף א מעשה וואס איז געשעהן מיט זיך זעלבסט.
דאס הייסט אז ווען מען רעדט פין א זכר איז דא א געהעריגע עד אחד. איך פארשטיי אז דא רעדט מען פין א אשה. אבער מען קען דאך נישט האבען קיין טענה אויף די גויאשע סיסטעם וואס איז מקבל עדות אשה.
{רבא זאגט, אין אזוי ווערט געפסקנט אין רמב"ם עדות יב' ב', אז אפי' אויב ער זאגט פלוני רבע אותי לרצוני איז ער א כשרע עד, ווייל אין אדם משים עצמו רשע. קומט אויס אז אפי' מיר האבען רגלים לדבר [זיין אייגענע הודאה] אז ער האט עובר געוועהן אויף משכב זכר, קען ער מעיד זיין אויף די מעשה זעלבסט. אין די הלכה איז אז הוא ואחר מצטרפין להרגו.}

אנטשולדיגט, אין גמרא שטייט "הוא ואחר מצטרפין" מען גלייבט נישט א עד אחד, דער איינצעלנער עד איז כאילו ער האט גארנישט געזאגט.
הפך_בה האט געשריבן:אויך איז מערקווידיג אז ביי געציילטע פעלער האט די תורה אין חז"ל געגלייבט א עד אחד אפי' א אשה. איינע פין די פעלער איז ביי די הארבע ציור פין איסור אשת איש. אויב א פרוי איז מעיד אז די מאן פין פלוניתטע איז געשטארבען, איז זי באגלייבט.
קומט דאך אויס אז אויף איינצעלנע פעלער האבען חז"ל מתיר געוועהן פאר אן אשת איש חתונה צו האבען ע"פ עד אחד אין אפי' אויב די עד אחד איז א אשה. רמב"ם הלכות עדות פרק ה' הלכה ב' ג'. הייסט דאס אז עס איז דא גאנץ אן ערענסטע דרגא פין נאמנות וואס א פרוי אז מעיד. אין ווי פריער געשמועסט, אז דערציילען א מעשה וואס איז געטוהן געווארען מיט זיך זעלבסט, הייסט א עדותשאפט.

איך פארשטיי נישט, בכל התורה כולה פארלאנגט זיך כדי מען זאל אננעמען א עדותשאפט אז עס זאל זיין צוויי עדות, חוץ ביי איסורין וואס מען פסק'נט עד אחד נאמן באיסורין און ביי א זאך וואס איז אתחזק איסורא איז ער באגלייבט נאר להתיר נישט להחמיר, און דווקא נאר ביי א עיגונא האבן חז"ל מחליט געווען צו גלייבן איין עד כדי גרינגער צו מאכן פאר די עגונה, ווילסטו ברענגן א ראי' פון דא? איך קלער יעצט ווער ס'איז מגלה פנים בתורה...
הפך_בה האט געשריבן:גם עיין בנדרים צ:. שלש נשים יוצאות וכו'. אז מתחלה האט מען געגעבען נאמנות פאר א פרוי צו זאגען צו איר מאן אז טמאה אני לך. ומפרש הר"ן שם "דמדינא ודאי אין האשה נאמנת לומר טמאה אני לך להפקיע את עצמה מבעלה שהיא משועבדת לו אלא משום דהא מילתא דטמאה אני לך כסיפא לה תקינו במשנה ראשונה להימנוה דאי לאו דקושטא קאמרה לא הות מזלזלא נפשה למימר הכי".
זעהן מיר דא אז מען צווינגט א מאן צו גט'ן זיין ווייב מכח אירע ווערטער אז זי האט מזנה געוועהן, אין אונזערע הייליגע חז"ל האבען איר באגלייבט, חאטשיק זי איז אן עד אחד אין א אשה [געדענקט מען רעדט דא פין א אשה וואס זאגט אז זי האט מזנה געווען לרצונה], פשוט ווייל "דאי לאו דקושטא קאמרה לא הות מזלזלא נפשה למימר הכי". {ועיין בשו"ת צמח צדק אבה"ע סימן ש' דמביא ראיה מתוס' שם דהנאמנות הוא מעיקר הדין. דכיון דלא עבידא לבזויי נפשה, היא נאמנת מדינא. והא דלבסוף לא האמינה הוא ענין של כח ביד חכמים לעקור דבר מן התורה}. דאכט זיך אויב אזוי אז עס איז דאך דא א שטיקעל סברא {יא איך ווייס מען קען אויסטרעפען חילוקים אבער מען דארף זיין אויפריכטיג אביסל} אז דא ווען עס פשוט כפשוטו די אלע בזיונות וואס אירע ווערטער ברענגען אויף איר אין אויף איר גאנצע משפחה, אז מען זאל פארשטיין אז דא איז דא אן ערענסטע נאמנות.

ווייטער פארשטיי איך נישט, פאר א סיבה האבן חז"ל איר מער נישט געגלייבט, יא אמאל זענען מענטשן געווען מער אויפריכטיג, און געזאגט נאר אמת, האבן חז"ל פון אנפאנג געגלייבט, אבער זינט די שקר האט איבערגענומען דעם אמת, האבן חז"ל אויפגעהערט גלייבן דעם פרוי, יעצט שטעל דיר פאר, דאס איז געווען אין די צייטן פון חז"ל און א פרוי וואס איז געווען א פרומע ערליכע פרוי, מען רעדט דאך דארט פון א אשת כהן, נישט סתם א פשוטע גאסן יונג, און דאך האבן חז"ל מער נישט געגלייבט, כש"כ היינט וואס וויפיל שקר ס'איז געווען בימי חז"ל איז היינט בכפלי כפליים, ומכש"כ אזא פרוי וואלטן חז"ל איר זיכער נישט געגלייבט (און ווי געשריבן אויבן, שטייט קלאר אין רמ"א אז זי איז נישט באגלייבט).
אגב, די ווארפסט אריין א צמח צדק, זייט מוחל, די ר"ן אליין ברענגט די פשט און פרעגט עס אפ.
הפך_בה האט געשריבן:{גם עיין בנימוקי יוסף יבמות כח. בענין נאמנות אשה לומר מת בעלי, שהקשה איך מאמינים לאשה ועד אחד וכו'. עיין שם דמביא בשם הריטב"א "דקים להו לרבנן דממילתא דעבידא לגלויי ושהחמרת עליה בסופה כל כך ודאי קושטא קא מסהיד וכי דייקא ומנסבא שפיר מנסבא ואנן סהדי במלתא ופרסום כזה נחשב בכ"מ כעדות גמורה ואפי' מדאורייתא והכתוב מסרו לחכמים לדעת אי זהו דבר מפורסם וניכר דברי אמת שיהא חשוב כעדות.
זעהן מיר נאכאמאל אז עס איז דא אסאך ציורים וואס די אומדנא מאכט אונז אננעמען די זאך אזויווי צווי עדות.}

ווייטער מיט די זעלבע זאך, יא ביי א עגונה הקילו רבנן.
הפך_בה האט געשריבן:מען דארף געדענקען אז זיך אננעמען פאר איין צד מכח אן עם הארצישער פרומקייט, גדר'ט זיך אין מגלה פנים בתורה שלא כהלכה חלילה.

אוי זאגט איר גוט, ביטע נעמט עס גוט אריין אין קאפ...
הפך_בה האט געשריבן:יא ער איז לכל הדעות א חשוד על העריות. יא עס זענען דא דיינים {אמת, נישט וויליאמסבורגע} וואס האלטען אז מען מעג אין מען דארף מעלדען. יא זי איז א וויטנעס. אין די דזורי דארף מאכן חקירות ודרישות אין דערנאך קומען צו א מסקנה.

זעט איבער מיין ערשטע ענטפער.

פון דא אין ווייטער רעדסטו דאך שוין אייגענע סברות ווער בין איך אריין צו רעדן אין דיין קאפ, וועל איך עס לאזן ביי דעם. אבער פון דעם לעצטן שטיקל, וואס איר שרייבט:
הפך_בה האט געשריבן:אין די זעלבע צייט זענען מיר אידן שומרי תורה ומצוות. אין מיר דארפען וויסען פונקטליך וויפיל אין ווי ווייט נ. וו. האט א דין חשוד על העריות. אין ח"ו נישט חושד זיין מער וואו די הלכה פאדערט.

זעט אבער אויס אז אייער רחמנות געפיל צו קרויס האט איבערגעוואויגן צו חושד זיין מער ווי די הלכה פאדערט...

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 12:37 am
דורך שמעקעדיג
petergrifin האט געשריבן:גם אני מצרף בקאמפּעין מאה דפים

פון עלילת 75 גייט ארויסוואקסן 100. WOW.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 1:04 am
דורך petergrifin
שמעקעדיג האט געשריבן:
petergrifin האט געשריבן:גם אני מצרף בקאמפּעין מאה דפים

פון עלילת 75 גייט ארויסוואקסן 100. WOW.


מוסיף והוליך

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 1:17 am
דורך היימישער ליטוואק
באנוצער'ניק האט געשריבן:
הפך_בה האט געשריבן:...ווילסטו זאגן אז עס איז דא "ארענטליכע עסקנים" וואס דערציילען פון אנדערע וויקטימס, זייט מוחל, די ארענטליכע עסקנים האבן עס דערווייל פאר קיינעם נישט פארציילט, נאר וואס, דא אויף קאווע-שטיבל האט מען אזוי נאכגעזאגט פון הורוויץ, אבער פון וואנט ווייס איך צו דער שרייבער איז נישט געווען די קרויס מיידל אליין? נאכמער, שפעטער האבן אנדערע געשריבן דא אז הורוויץ אליין האט געזאגט אז ער ווייסט נישט פון קיינעם ער האט נאר אזוי געהערט פון קרויס, קומט עס ווייטער צוריק אז ס'איז איינער אליין וואס האט ארויסגעלאזט אזא קול, אזא איינער איז כלל נישט חשוד על העריות....


הורביץ האט אזוי גשריבן אין ארטיקלן אויף זיין וועב זייטל. קענסט נאך אלס גיין דארט און עס ליינען פאר זיך.
ער שרייבט להדיא פון נאך עטליכע.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 1:40 am
דורך באנוצער'ניק
וואס דארפסטו מער פון דעם?
viewtopic.php?p=69251#p69251

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 1:53 am
דורך נולד מאוחר
שמעקעדיג האט געשריבן:
petergrifin האט געשריבן:גם אני מצרף בקאמפּעין מאה דפים

פון עלילת 75 גייט ארויסוואקסן 100. WOW.

כמיין אז זר האט ערגעץ און שטיבעל א לאנגע לאנגע תגובה געשריבן נאמבערס פון איינס ביז אפשר גאגל.
זאל ער אהערברענגען די תגובה דא וועלן מיר האלטן ביי 100. מ'גייט דאך קיין חדשות במילא נישט זען דא און די נעקסטע פאר בלעטער,נא איז דאך א שאד די כח און צייט.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 3:26 am
דורך לעמאן דזשוס

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 4:37 am
דורך יואליש
געוואלד געשריגן האט געשריבן:
יואליש האט געשריבן:
געוואלד געשריגן האט געשריבן:As a side note, I often wondered if they withhold names as a legal obligation or as a courtesy. I'm still unclear on that.


I the case of Weberman, the NY Times once mentioned that it's the latter, the institution's ethical policy. It may have had to do with the fact that she was no longer a minor at one point in the trial, prior to which it would have been a legal requirement.


Thanks. I thought it was something to that effect. You mean the NYT' ethical policy?


יא.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 7:08 am
דורך הפך_בה
מיטן איבערשרייבן די ענינים מיט מער קלארקייט האף איך אז עס ווערט פארענטפערט די שאלות וואס איז געפרעגט געווארען אויף מיין ערשטע פאוסט.
והנה,

קודם וויל איך נאכאמאל איבער'חזר'ן דאס וואס איך האב געשריבען פריער. אז איך קום נישט דא פסק'נען בנוגע נ. וו. איך קום פשוט זאגן אז מען קען נישט סתם רודפ'ן די קרויס ווייבעל מיט איר משפחה. דעמאלט ווען עס איז דא רגלים לדבר און א קול פון חשוד על העריות.

איך האב (ליידער) נישט גענוג מיטלייד מיט א קרבן אז איך זאל אפי' האבן א נסיון פין נקמה געפילן. ממילא קום איך אינגאנצן נישט צו פרובירן באשולדיגן נ. וו. אדרבא עס באדערט מיך אז די איינציגע וועג וואס איך קען ארויסברענגען אונזער חיוב פין רחמנות אויף א אידישע נשמה וואס עס איז ליידער דא רגלים לדבר אז זי האט נעבעך געפערליך געליטן פאר א פאר יאר, (און ליידער ראנגעלט מען זיך מיט אומגעהויערע צער א גאנץ לעבן) איז אדורך אנרירן חשדות אויף נ. וו.

עס קענען מאנכע טענה'ן אז מיט דעם אליינס בין איך א מרחם על האכזרים. נו, וואס זאל איך טוהן, איך לאז איבער די מצווה פאר א צווייטן. אז דער אייבערשטער זאגט אויף גוים רשעים מצריים, מעשי ידי טובעים בים ואתם אומרים שירה, איז דאך אוודאי אויף נ. וו. דארף מען האבען שטארקע רחמנות געפילן. אוודאי באופן ווי עס איז נוגע למעשה דארף בי"ד טוהן וואס עס פעלט אויס, אבער אפי' דעמאלטס איז עס וויסענדיג אז א יעדע איד איז דעם אייבערשטענס בן יחיד.

אבער דאס נעמט נאך נישט אוועק די עוולה נוראה פין באשמוצען א אידיש קינד וואס עס איז דא רגלים לדבר אז מען האט איר באלעסטיגט מיט דאס ארגסטע אינעם אינגן עלטער פין צוועלעף יאר פאר א משך פין דריי יאר צייט. אויב וואלטן די עסקנים כסדר געזאגט מיט א קלארקייט אז "מיר באשולדיגען נישט מרת דייטש/קרויס פארן גיין עדות זאגען, מיר באשמיצען איר נישט אז זי איז א מרשעת ח"ו אז זי איז גרייט איינצוזעצן א מענטש פאר לעולם ועד על לא דבר, און מיר פארשטייען איר צער, נאר מיט דעם אלעם האבן מיר נישט גענוג ברורות אויף צו באשולדיגען נ. וו. און אים נישט צו העלפן, ממילא גייען מיר צאמשטעלן געלט פאר אים", אז החרשתי. (חאטש איך בין מסופק צו איז דאס טאקע די מהלך צו העלפן איינעם בכגון דא, אבער וועגן דעם בין איך דאך נישט קיין עסקן ליידער).

אבער ווען איך זעה ווי מען באשמוצט איר מיט איר גאנצע משפחה בו בשעה וואס עס קוקט אויס ערנסטע רגלים לדבר אז עס איז נעבעך געשען וואס עס איז געשען. דארט שריי איך געוואלד.
דארט פרעג איך, איז דיר ר' יעקב האראוויץ וואס שרייבט דא אז ער ווייסט פין פיר קעיסעס פין ערשט-האנטיגע אינפא פין די קרבנות אדער נאנטע משפחה מיטגלידער, נישט גענוג פאר א קול און שמועה אויף צו זיין א חשוד על העריות?

איז מרת ענגעלמאן וואס דערציילט בפרטיות א פאון קאלל פון א מאמע פון א קרבן נישט גענוג א קול און שמועה אויף צו זיין א חשוד על העריות? אדער ווען זי פארציילט בפרטיות ווי א פרוי איז צוגעקומען צו איר אויפן גאס און געזאגט אז ליידער בדידי הוה עובדא אין אז זי וויינט נעבעך א גאנצן טאג אויף דעם אז מען שאפט נאך געלט פאר אים, איז דאס נישט גענוג א קול און שמועה אויף צו זיין א חשוד על העריות? אדער אז זי שרייבט אז זי האט א טאטעל פון אכט וויקטימס וואס זענען צו איר געקומען, איז דאס נישט גענוג א קול און שמועה אויף צו זיין א חשוד על העריות?

מען האט דאך דא אליינס גערעדט פון איינעם מיט'ן נאמען פ. וואס שרייט אז מען האט מאלעסטעט זיין טאכטער. (איינער פין די גרויסע עסקנים ביים עלילות 75 קאמפיין האט מיר פערזענליך געזאגט אז עס איז אמת אז די טאטע טענה'ט דאס, נאר מען רעכענט זיך נישט דערמיט ווייל ר' ע. זאגט אז עס איז נישט אמת).

ר' פרידלענדער טענה'ט אז איינער איז אים געקומען זאגען אז צו זיין טאכטערס פרענד איז דאס געשעהן.

די פראסעקיוטער זאגט אז אפאר קעיסעס זענען געקומען צו אים.

עס איז דא א פארפאלק אינעם בנין וואו ער וואוינט וואס די פרוי טענה'ט אז זי איז געגאנגען צו קאונסלינג און ער האט געטוהן מיט איר מעשים אשר לא יעשו. ועוד רבות.

ניין, איך בעט נישט צו באשולדיגן נ. וו. איך בעט מען זאל אבער אויך נישט באשולדיגן מרת דייטש/קרויס. יא מען דארף האבן דעם דעת פון הבדלה און פון פלגינן דיבור.

איינמאל מיר זענען גאנץ קלאר אז די אויבענדערמאנטע עובדות הייסט א קול, דארפן מיר מברר זיין וואס אזא קול מיינט להלכה.

מיר וועלן זעהן אז איינער וואס איז דא אויף אים א קלא דלא פסיק, (קלא דלא פסיק מיינט אז די קול גייט אהן פאר מער ווי א טאג אין א האלב) הייסט א חשוד על העריות וואס דאס איז כשמו כן הוא, מען נעמט אהן אז ער איז נחשד לדבר. די הלכה איז אז אין געוויסע פעלער וועט בי"ד מעניש זיי אין אפי' הרגענען על קלא דלא פסיק, בצירוף רגלים לדבר (בזמן שביהמ"ק קיים ולמיגדר מילתא)
באופן אז עס מען האט נאר א קלא דלא פסיק אבער נישט קיין רגלים לדבר, איז די הלכה אז בי"ד איז מלקין אותו ומבזין אותו.

דאס זאגט דאך אונז פשוט אז א קלא דלא פסיק האט גאר א שטארקע נאמנות (נאכאמאל, נישט גענוג אויף מחייב צו זיין צו יעדער צייט אבער דאך א שטארקע דרגא פין נאמנות).

טור חושן משפט הלכות דיינים סימן ב':
אף ע"פ שלא הי' דנין בחוצה לארץ דיני נפשות ודיני מכות ולא קנסות אם ראו בית דין שצורך שעה הוא שהעם פרוצים בעבירות דנין בין מיתה בין ממון בין כל מיני עונש. ואם הוא אלם חובטים אותו על ידי עכו"ם ואומרים לו עשה מה שישראל אומר לך. וכתב רב אלפס בפרק הגוזל בהא דקנסיה רב נחמן לההוא גברא דגזלן עתיקא הוה ש"מ דקנסינן בכי האי גוונא אפילו בח"ל. ודוקא גדול הדור כמו רב נחמן דחתניה דבי נשיאה הוה וממונה לדון ע"פ הנשיא או טובי העיר שהמחום רבים עליהם אבל דייני דעלמא לא ע"כ. ונראה שאפי' אין בדבר עדות גמורה שהיה מתחייב על פיהם בדין בשעה שהיו דנין דיני נפשות אלא שיש רגלים לדבר וקלא דלא פסיק אם נראה לדיין שיש צורך השעה לדונו בכך הרשות בידו: וכן יראה מדברי הרמב"ם שכתב יש לב"ד להלקות למי שאינו חייב מלקות ולהרוג למי שאינו חייב מיתה ולא לעבור על דברי תורה לעשות סייג לתורה וכיון שרואין בית דין שפרצו העם בדבר יש להם כח לגדור ולחזק הדבר כפי מה שיראה להם הכל הוראת שעה ולא שיקבעו הלכה לדורות. וכן יש להם [בכל מקום ובכל זמן (כך הוא לשון הרמב"ם וגם דפו"ר שבטור עם ב"ח] להלקות אדם ששמועתו רעה והעם מרננין אחריו שהוא עובר על העריות והוא שיהא קול שאינו פוסק ולא יהיו לו אויבים שמוציאין עליו דבה רעה וכן מבזין את מי ששמועתו רעה ומבזין את יולדיו בפניו.

לערנען מיר פין דא אז "שאפי' אין בדבר עדות גמורה וכו' אלא שיש רגלים לדבר וקלא דלא פסיק, אם נראה שיש צורך השעה לדונו בכך הרשות בידו." ד.ה. אז בעצם איז דא גאר א שטארקע נאמנות פין א קול אין פין רגלים לדבר אפי' אויף צו הרגענען במקום צורך השעה. אין נאך שטייט, אז אפי' מכח קלא דלא פסיק אליינס (בלי צירוף רגלים לדבר) זאל בי"ד געבן מלקות. הרי מבואר דרגת הנאמנות של קלא דלא פסיק.

הרי לנו אז אויב זענען מיר גערעכט מיט אונזער פשוטע הנחה אז די אויבענדערמאנטע עובדות געבט אונז א דין קלא דלא פסיק, קענען מיר פארשטיין אז פאר אזא זאך איז די נאמנות פינעם קול גענוג אויף מעניש צו זיין נ.וו מיט הכאה אין מיט אים מבזה זיין. דארף דאך דאס לכה"פ גענוג זיין אויף נישט צו באשמיצען אין באשולדיגען מרת דייטש/קרויס ומשפחתה.

דערנאך איז כדאי צו זען די לשון פינעם נימוקי יוסף בשם הריטב"א יבמות כח. בענין נאמנות אשה לומר מת בעלי, שהקשה איך מאמינים לאשה שהרי אשה אינה כשרה להעיד וגם שהרי היא עד אחד וכו'. עיין שם דמביא בשם הריטב"א "דקים להו לרבנן דממילתא דעבידא לגלויי ושהחמרת עליה בסופה כל כך ודאי קושטא קא מסהיד וכי דייקא ומנסבא שפיר מנסבא ואנן סהדי במלתא ופרסום כזה נחשב בכ"מ כעדות גמורה ואפי' מדאורייתא והכתוב מסרו לחכמים לדעת אי זהו דבר מפורסם וניכר דברי אמת שיהא חשוב כעדות.

זעהן מיר פין דעם די גרויסע דרגא פין נאמנות פין אומדנא, אז עס קען זיין ממש אן אנן סהדי. אין אזא דרגא פין אומדנא וואס איז דא אין דעם פאל (מכח החומרא שהחמרת בסופה, ומילתא דעבידא לגלויה, וגם גודל פרסום הדבר) האט א דין עדות גמורה בכל מקום מדאורייתא. ד.ה. אפי' מיר רעדן דאך דא פון א עדות פין א אשה וואס זאגט עדות אויף זיך אליין לטובתה. (זי זאל קענען חתונה האבען) קען מען מיט אומדנא איר גלייבן. אין אזא דרגא אומדנא הייסט עדות גמורה בכל מקום.

אוודאי דארפן מיר געדענקען אז דער ריטב"א איז מוסיף אז הכתוב מסרו לחכמים איזהו דבר מפורסם וניכר דברי אמת אז דאס זאל זיין נחשב כעדות. און משא"כ דא האבן מיר נישט קיין חכמים מברר צו זיין וואס די דרגא פון אומדנא איז דא. די חקירות ודרישות אין אונזער פאל זענען נאר געווען ביי א גוי'שע ערכאות וואס מאן יימר אז זייער אפטייטש פין אומדנא איז בכלל מאסגעבנד. אבער איך ווייז נאר אהן אז א שטארקע אומדנא האט א דין עדות בכל מקום אין אויך אויף איסור אשת איש החמורה. איז אויב אזוי אויב מיר וועלען פארשטיין אז דא אין אונזער פאל איז דא אן ערנסטע אומדנא, דארף עס עכ"פ זיין גענוג נישט צו באשולדיגן מרת דייטש/קרויס.

יעצט ברענג איך צו די ענין פין שלש נשים יוצאות:
עיין בנדרים צ:. שלש נשים יוצאות וכו'. אז מתחלה האט מען געגעבן נאמנות פאר א פרוי צו זאגן צו איר מאן אז טמאה אני לך. ומפרש הר"ן שם "דמדינא ודאי אין האשה נאמנת לומר טמאה אני לך להפקיע את עצמה מבעלה שהיא משועבדת לו אלא משום דהא מילתא דטמאה אני לך כסיפא לה תקינו במשנה ראשונה להימנוה דאי לאו דקושטא קאמרה לא הות מזלזלא נפשה למימר הכי".
זעהן מיר דא אז מען צווינגט א מאן צו גט'ן זיין ווייב מכח אירע ווערטער אז זי האט מזנה געוועהן, אין אונזערע הייליגע חז"ל האבען איר באגלייבט, חאטשיק זי איז אן עד אחד אין א אשה, פשוט ווייל "דאי לאו דקושטא קאמרה לא הות מזלזלא נפשה למימר הכי" ועיין בשו"ת צמח צדק אבה"ע סימן ש' דמביא ראיה מתוס' שם דהנאמנות הוא מעיקר הדין. דכיון דלא עבידא לבזויי נפשה, היא נאמנת מדינא. והא דלבסוף לא האמינה הוא ענין של כח ביד חכמים לעקור דבר מן התורה.

היייסט דאס אזוי. מען רעדט פון א פרוי וואס גייט זאגן פאר בי"ד אז מען האט איר מאנס געווען. אויף דעם זאגט די גמרא (אין אליבא דצמח צדק בתשובה הנ"ל איז דאס מעיקרא דדינא, נישט מכח א תקנה) אז עס איז מורא'דיג נישט מסתבר צו זאגן אז זי האט פאבריצירט די מעשה, ווייל קיינער איז זיך נישט גרייט מזלזל זיין און זאגן אז מען האט איר געטשעפעט נאר אויב איז עס טאקע אמת. מען רעדט נישט אז זי וועט זיך דארפן מזלזל זיין אין מסביר זיין אין דיטעיל איר איבערלעבעניש פין דריי יאר עינויים, מיר רעדן נישט אז מען וועט צונעמען די פרנסה פון איר מאן פארן זאגן די עדות, מען רעדט נישט אז מען וועט איר באשמוצען אין אלע גאסן, מען רעדט נישט אז מען וועט באשמוצען איר גאנצע משפחה, מען רעדט נישט אז זי דארף האבן אויף איר קאנשעס אז איינער גייט זיצען אין תפיסה פאר גאר א לאנגע צייט לכבוד אירע רייד, ועוד ועוד. מען רעדט אז פשוט ווייל עס איז נישט מסתבר אז די פרוי וועט זיך מזלזל זיין און דערציילן פאר מענטשן אז מען האט איר מאנס געווען, איז דאס שוין גענוג (לויט געוויסע שיטות) איר צו גלייבען מעיקרא דדינא און צווינגען די מאן איר צו גט'ן. איז דאך אין אונזער ציור וואס האבען די אלע הוספות הנ"ל דארפען מיר אפשר געבן גענוג נאמנות און נישט באשרייען, באשולדיגן, אין באשמיצן. אין די בעלי נפש צווישן אונז זאלען אפי' גאר מיטוויינען מיט איר פאר די דריי יאר וואס זי האט נעבעך נישט געקענט וויינען. מיטוויינען מיט איר פאר די יסורים וואס זי וועט האבן א גאנץ לעבן. און אפי' זאגען אפאר קאפיטלעך תהלים אז זי מיט איר גאנצע משפחה זאלן ווערן פולקאם געזונט פיזיש און גייסטיש נאך אזא איבערלעבעניש.

אזוי ווי אויבן דערמאנט, וויל איך נאכאמאל ארויסברענגען וואונדער פארוואס מיר האבען נישט די טרענסקריפטס.

מיר דארפען געדענקען אז די חוקי המדינה פין אומדנא איז נישט אזוי ווייט אנדערש ווי אונזער הלכה (פון וואו נעמען זיי דאס דען. אונזער משפטי התורה זענען אויסגעהאלטן לויט אלע גדרי הבנה. ואם רק הוא, מכם הוא רק.) פארשטייט זיך אז מיר ווילן אז אידישע דיינים זאלען זיין די מחליטים צו די עדות איז גענוג אומדנא.

עיין ברמב"ם הלכות סנהדרין פרק כד', אז בנוגע ממונת איז מעיקרא דדינא די עיקר ענין פון משפט און פון דיינים על פי אומדנא און נישט דוקא דורך ב' עדות. עד כדי כך אז ער פרעגט "א"כ למה הצריכה תורה ב' עדות, אין זיין תירוץ איז אז מיט שני עדים דארף דער דיין נישט זיין איבערצייגט אז דאס איז די אמת, אין ער קען זיך פארלאזן אויף די עדים. פארשטייט זיך אז אויב דער דיין פילט אז די ב' עדות זאגען ליגענט, אפי' אויב ער האט נישט געכאפט ביי קיין סתירות, דארף ער זיך מסלק זיין פינעם דין תורה.

בתוך די ענין גייט די רמב"ם ווייטער און זאגט אז אפי' בדיני נפשות קענען דיינים בעצם טון לפי ראות עיניהם. עיין שם כל הפרק וואו מיר זעהען די גרויסע געוויכט פון אומדנא אין ראות עיני הדיין.

איך ברענג עס דא ווייל איידער מיר האבען גרויסע טענות פארוואס די דזשורי האט לפי ראות עיניהם געזעהן אן אומדנא כעין אנן סהדי אז ער איז גילטי, דארפען מיר דאך זעהן פון וואו זיי קימען. וואס האט זיי געברענגט דערצו. אין נישט טענה'ן he said she said ווייל זי איז נישט אנדערש פון יעדע עדות וואס מען קען פאבריצירען א מאטיוו. און ווי דערמאנט אין מיין ערשטע פאוסט, אז סיי ע"פ תורה {עי' לעיל בענין פלוני רבעני} אין סיי להבדיל ע"פ חוקי המדינה איז זי א עדות, נישט א בעל דין.

און ווי עס פארשטייט א יעדער בר דעת אז פונקט ווי איין עדות קען האבען א מאטיוו, אזוי אויך קענען צוויי עדות האבען א מאטיוו. דאס איז א גרויסע חלק פין די ארבעט פון א דעפענס ליוער, צו אויפווייזען אז די עדות האבען א חשבון מיטן בעל דין. האלט איר דען אז ווען עס זאל זיין צוויי מיידלעך וואלט מען נישט געקענט טרעפען א מאטיוו פאר א יעדען באזונדער?. און אזוי דארף טאקע צו זיין. אזוי קומט ארויס צו עס איז דא עפעס א באהאלטענע סיבה וואס איז גורם פאר די עדות צו זאגען לגיונות. אין טאקע דערפאר, כדי צו האבן אן הבנה אין די פסק פין די דזשורי איז נישט מעגליך אהן זעהן וואס די קראס עקזעמינעישאן פין די top notch defense team האט מברר געווען אין געגעבען צו הערן פאר די דזשורי.

פארשטייט זיך אז ע"פ תורה איז זי א פסול'ע עדות ווייל זי איז א אשה. אבער ווי דערמאנט איז אפי' ע"פ תורה דא גענוג אומדנא אויף איר מזכה זיין מיט אויפהערן פארגיסען איר בלוט. אין אננעמען אירע ווערטער כלפי איר אין איר משפחה [איך רעד נישט כלפי נ. וו.] און איר בארואיגן אז מיר האלטן איר נישט פאר קיין שקרנית, אין אז זי האט געדארפט טוען לויט ווי איר געוויסן האט איר געצוואונגען. און זי פון איר זייט האבענדיג געליטן דאס ארגסטע, האט געמעגט אננעמען די פסקים פין די נישט וויליאמסבורג'ע רבנים וואס הייסן יא מעלדן מאלעסטערס.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 8:05 am
דורך געוואלד געשריגן
יואליש האט געשריבן:
געוואלד געשריגן האט געשריבן:
יואליש האט געשריבן:
געוואלד געשריגן האט געשריבן:As a side note, I often wondered if they withhold names as a legal obligation or as a courtesy. I'm still unclear on that.


I the case of Weberman, the NY Times once mentioned that it's the latter, the institution's ethical policy. It may have had to do with the fact that she was no longer a minor at one point in the trial, prior to which it would have been a legal requirement.


Thanks. I thought it was something to that effect. You mean the NYT' ethical policy?


יא.


ש׳קויעך רב יואליש

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 8:31 am
דורך עוד מישהו
ענקער ציל מיטן שרייבן דא איז אנקומען צו 100 בלעטער? איך קען באשטיין ענק צו העלפן, איך האב אבער גארנישט וואס צו שרייבן אויף די נושא.
ס'אינטערסירט מיך ווי די הפגנות אין מאה שערים פון פאריאר,

אגב נאכן אנקומען צום ציל דארפן ענק מאכן א קיצור וועבערמאן סומאטאכע, למען ידעו דור אחרון, וואס וויל נישט מישן 100 בלעטער.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 8:50 am
דורך שמעקעדיג
הפך_בה האט געשריבן:טור חושן משפט הלכות דיינים סימן ב':
אף ע"פ שלא הי' דנין בחוצה לארץ דיני נפשות ודיני מכות ולא קנסות אם ראו בית דין שצורך שעה הוא שהעם פרוצים בעבירות דנין בין מיתה בין ממון בין כל מיני עונש. ואם הוא אלם חובטים אותו על ידי עכו"ם ואומרים לו עשה מה שישראל אומר לך. וכתב רב אלפס בפרק הגוזל בהא דקנסיה רב נחמן לההוא גברא דגזלן עתיקא הוה ש"מ דקנסינן בכי האי גוונא אפילו בח"ל. ודוקא גדול הדור כמו רב נחמן דחתניה דבי נשיאה הוה וממונה לדון ע"פ הנשיא או טובי העיר שהמחום רבים עליהם אבל דייני דעלמא לא ע"כ. ונראה שאפי' אין בדבר עדות גמורה שהיה מתחייב על פיהם בדין בשעה שהיו דנין דיני נפשות אלא שיש רגלים לדבר וקלא דלא פסיק אם נראה לדיין שיש צורך השעה לדונו בכך הרשות בידו: וכן יראה מדברי הרמב"ם שכתב יש לב"ד להלקות למי שאינו חייב מלקות ולהרוג למי שאינו חייב מיתה ולא לעבור על דברי תורה לעשות סייג לתורה וכיון שרואין בית דין שפרצו העם בדבר יש להם כח לגדור ולחזק הדבר כפי מה שיראה להם הכל הוראת שעה ולא שיקבעו הלכה לדורות. וכן יש להם [בכל מקום ובכל זמן (כך הוא לשון הרמב"ם וגם דפו"ר שבטור עם ב"ח] להלקות אדם ששמועתו רעה והעם מרננין אחריו שהוא עובר על העריות והוא שיהא קול שאינו פוסק ולא יהיו לו אויבים שמוציאין עליו דבה רעה וכן מבזין את מי ששמועתו רעה ומבזין את יולדיו בפניו.


איך בין נישט אזא גרויסער ת"ח מופלג און ידען ווי איר זענט, אבער די ווערטער וואס איז האב גרויס געמאכט האט איר במכוון געלאזט קליין? פארוואס האט איר דאס נישט געמאכט גרויס? דאס טוישט דאך די הלכה און דעם גאנצן בילד!

לאמיר אייך זאגן. די אלע נעמען, האראוויץ, ראזענבערג, ענגעלמאן, פ. (?), פריעדלענדער טראגט נישט קיין געוויכט, ווייל עס איז רגליים לדבר אז זיי האבן א נגיעה און אן אגענדע. אזעלכע "עדות" קען מען נישט גלייבן, ווי איר אליין שרייבט: "עיין ברמב"ם הלכות סנהדרין פרק כד', אז בנוגע ממונת איז מעיקרא דדינא די עיקר ענין פון משפט און פון דיינים על פי אומדנא און נישט דוקא דורך ב' עדות. עד כדי כך אז ער פרעגט "א"כ למה הצריכה תורה ב' עדות, אין זיין תירוץ איז אז מיט שני עדים דארף דער דיין נישט זיין איבערצייגט אז דאס איז די אמת, אין ער קען זיך פארלאזן אויף די עדים. פארשטייט זיך אז אויב דער דיין פילט אז די ב' עדות זאגען ליגענט, אפי' אויב ער האט נישט געכאפט ביי קיין סתירות, דארף ער זיך מסלק זיין פינעם דין תורה."


הפך_בה האט געשריבן:די פראסעקיוטער זאגט אז אפאר קעיסעס זענען געקומען צו אים.


outspoken האט געשריבן:באקומען אויף אימעיל ,ווייס נישט ווער ס'איז די שרייבער, כ'האב נישט קיין צייט צו ענטפערערן ווער ס'קען למצוה גדולה יחשב.

.... ווי אזוי קען מען באשילדעגן איינעם אן קיין שפור פון "עווידענס"?
רוב שטעט לאזן נישט מען זאל ניצן אלץ עווידענס א פאליגראף (ליי דיטעקטער) טעסט ווייל זיי האלטן אז עס איז דאך דא א קליין פראצענט פון אומשילדיגע מענטשן וואס קענען אדורכפאלן די טעסט. דאס מיינט אז מען נעמט זייער ערענסט די טעמע פון באשילד און באווייז. נו, אויב אזוי ווי אזוי קען מען זיך פארלאזן בלויז אויף איינעמס ווערטער? איר מיזט פארשטיין די פאלגאנדע: 1. ווי פריער דערמאנט, א פראסעקיוטער מיז נישט נעמן א קעיס בלויז ווייל איינער האט באשילדיגט א צווייטן. ווען א פראסעקיוטער איז שוין גרייט צו גיין אין געריכט איז כמעט ווי הינדרעט פראצענט אז די מעשה איז אמת, און גלייבט מיר א פראסעקיוטער האט די בעסטע מיטלען אויף אינוועסטיגעישענס. רוב מאל וואס א דעפענס געווינט איז עס וועגן א טעקניקעליטי אין געזעץ, נישט ווייל די מעשה איז נישט אמת. 2.


איך קען נישט גלייבן אז עס זענען נאך היינט פאראן אזעלכע תמימי לב וואס גלייבן איין פראצענט א פראסעקיוטער, וועלכע זענען דא נאר פאר כבוד עצמם, און האבן שוין הונדערטע אומשולדיגע מענטשן אריינגעשליידערט אין טורמע, א טייל האב מען שפעטער באוויזן זייער אומשולד, און טייל ליידער נישט, און פראקורארן האבן דאס אליינס מודה געווען ביי מערערע קעיסעס, און איך ווייס עטליכע מעשיות פון די ערשטע האנט. פרעגט נאר סיי וועלכן עסקן וואס איז אביסעל ידוע אין דעם נושא. ווער עס האט מיטגעהאלטן עטליכע ארטיקלען אין די שטערן/שפאקטיוו וועט שטוינען ווי מענטשן קענען נאך אלץ זיין איינגערעדט אין דעם סיסטעם און גלייבן בלינדערהייט די הארצלאזע פראסעקיוטערס!!

ועוד ידי נטוי' בל"נ ווען די צייט וועט ערלויבען.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 9:37 am
דורך מ גפני
WOW דער אשכול איז שוין געזען געווארן איבער 50,000 מאל!!!

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 9:39 am
דורך הפך_בה
שקויעך יאנקעל, פאר די קאמפלימענט אין אויך פאר מסביר זיין די ענין פאר שמעקעדיג.

טאקע צו באווארענען דיין טעות טייערע שמעקעדיג איז כדאי נאכצוקוקען די מקור פין דעם טור. ער זאגט דאך קלאר אז ער נעמט דאס פינעם רמב"ם. נו האי לך מתק לשון הרמב"ם הלכות סנהדרין פרק כד' הלכה ה': כן יש לבית דין בכל מקום ובכל זמן להלקות אדם ששמועתו רעה והעם מרננים עליו שהוא עובר על העריות והוא שיהיה קול שאינו פוסק כמו שביארנו ולא יהיו אלו אויבים ידועים שמוציאין עליו שמועה רעה.
וואס מיינט די רמב"ם צוצולייגען מיט די ווארט ידועים? ער וויל קלאר מאכען אז מען קען נישט סתם זאגען "יא די ווייסט פארוואס ער זאגט דאס, ווייל ער האט אים פיינט" עס מיז זיין ידוע אז ער האט אים פיינט אין מען זאל קענען זאגען "יא די ווייסט פארוואס ער זאגט דעס ווייל עס איז דאך ידוע אז ער האט אים פיינט".
נו פרעג איך דיך די האסט עפעס א ידיעה אז איינע פין זיי האבען געהאט א שנאה אויף אים פין פריער? אויב נישט איז דאך נישט שייך צו זאגען "איך ווייס פארוואס ער זאגט דאס, ווייל ער האט אים פיינט". פונקט פארקערט, זיין וויסען אין מגלה זיין די ידיעה מאכט אים פיינט האבען. די האסט דאך נישט קיין שום אנדערע ידיעה פארוואס צו זאגען אז ער האט אים פיינט.
עס קען זיין אז יאנקעל האט דאס בעסער מסביר געווען. אבער די פוינט איז די זעלבע.

בנוגע די פראסוקיוטער. אוודאי גערעכט אז זיי האבען אן אגענדע צו בקומען א גילטי ווערדיקט. אבער עס איז היבש ריסקי פאר זיי צו זאגען אפענע ליגענט. עס איז דאך פשוט אז עס איז דא א גאנצע טיעם אויפען קעיס. אין אויב איז טאקע דא נאך מענטשען ווייסען אלע דארט דערפון. טשארלס היינס מיז זיין זייער מעשוגע צו זאגען עפעס וואס די אנדערע מענטשען אין זיין טיעם ווייסען אז ער איז א שקרן. נאך דערצו ווען כמובן העלפט דאס אים גארנישט צום קעיס ווייל א' ער האט שוין באקומען וואס ער האט געוואלט. ב' עס איז פשוט אז פאר די דזורי האט מען דאס נישט געטארט זאגען.
עס איז לעצטענס געווען א קעיס, (איך מיין ביי די אידישע מיידעל אין קרויןהייטס) וואס מען האט ארעסטירט פיר 'לאקעלס', אין געוויסע טיעם מעמבערס האבען רעזיגנירט אין מגלה געווען אז מען האט נישט געהאנדעלט ערליך. מיין פוינט איז אז דאס איז הפסד מרובה משכר פאר היינס צו מאכען דעם ליגענט. עס איז לכאורה גאנץ שטארק בתורת קלא דלא פסיק. גדענק מיר רעדן נישט דא פין ניצען אים פאר אן עדות.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 11:09 am
דורך אוהב דעת
איך וויל זאגען א חידוש וואס כהאב אין ערגעץ נישט געזען אבער מיין שכל זאגט מיר אזוי , מרעדט דא ארום פון ״ קלא דלא פסיק ״ עטץ זאלטס מיר אלע מוחל זיין אבער די גאנצע הנחה איז נישט שייך דא , מלעבט היינט און א דור וואס קיינער איז נישט מקפד אויף לשון הרע( ביי אונזער עולם), יעדער enjoyd צו הערן שלעכץ און שמוץ אויף א צווייטען, און רוב מענטשען ווען זיי הערן שמוץ אויף א צוויייטען וועט ער עס ווייטער פארקויפן ,אפי ער אליינס גלייבט עס נישט( והא ראיה גלייבסט נישט און די טראסט נישט דע מענטש פון וועם די האסט דאס געהערט).
עס איז נישט אזוי ווי אמאל ווען רוב אידען זענען געווען אויסגעהאלטען, און פאר איינער האט ארויס געזאגט א ווארט פון זיין מויל האט ער עס איבער געזייט 13 מאל ...
יעדער פון אונז ווייסט קלאר אז רוב שמועת וואס מהערט און גאס איז כולו שקר, סא וואס איז די גאנצע קול ווערט?????

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 11:10 am
דורך בן תמליון
הפך אייער גאנצע ארטיקל קען מען אפפרעגן יעדעס ווארט. נאר בקיצור קען איך אייך אזויפיל זאגן צונעמט יעדן עקסטער הורוויץ ענגלמאן מיט היינס. אויב ווייסט איר ווער זיי זענען, זייער באגלויבקייט און מאטיוון וועט איר מסכים זייער ווארט נישט ווערט א שוה פרוטה. אגב וועגן פ. האט דא איינער געשריבן אויבן אז ער'ט איהם פערזענליך געפרעגט און ער האט געלייקנט די גאנצע מעשה. כך דרכה של שמועות פורחות הפך בה והפך בה דכולא בה.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 11:20 am
דורך לעמאן דזשוס
אוהב דעת האט געשריבן:איך וויל זאגען א חידוש וואס כהאב אין ערגעץ נישט געזען אבער מיין שכל זאגט מיר אזוי , מרעדט דא ארום פון ״ קלא דלא פסיק ״ עטץ זאלטס מיר אלע מוחל זיין אבער די גאנצע הנחה איז נישט שייך דא , מלעבט היינט און א דור וואס קיינער איז נישט מקפד אויף לשון הרע( ביי אונזער עולם), יעדער enjoyd צו הערן שלעכץ און שמוץ אויף א צווייטען, און רוב מענטשען ווען זיי הערן שמוץ אויף א צוויייטען וועט ער עס ווייטער פארקויפן ,אפי ער אליינס גלייבט עס נישט( והא ראיה גלייבסט נישט און די טראסט נישט דע מענטש פון וועם די האסט דאס געהערט).
עס איז נישט אזוי ווי אמאל ווען רוב אידען זענען געווען אויסגעהאלטען, און פאר איינער האט ארויס געזאגט א ווארט פון זיין מויל האט ער עס איבער געזייט 13 מאל ...
יעדער פון אונז ווייסט קלאר אז רוב שמועת וואס מהערט און גאס איז כולו שקר, סא וואס איז די גאנצע קול ווערט?????


איך דינג זיך