בלאט 98 פון 179
נשלח: מאנטאג יולי 16, 2018 1:47 pm
דורך סקרן
איינער קאולט אריין צום דאקטאר "מיין ווייב האט פארלוירן איר שטימע "
רופט זיך אהן דער דאקטאר "איך אויף דיין פלאץ ,וואלטעך מיר ניש אפגערעדט!!!"
נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2018 4:33 pm
דורך סקרן
א שידוך פאר אן עלטערע בחור (30+ !)
טאקע א יתום פון מאמע'ן אבער גאר א פיינעם פאטער.
טאקע נישט געלערנט אין קיין ישיבה (מחמת כמה סיבות וד"ל) אבער גאר א גוטן קאפ און א גרויסן ת"ח.
טאקע האלבוועגס בלינד אבער א ירא שמים בסתר ובגלוי.
דער טאטע האט עטליכע מאל געהייראט, אבער עס איז דא אסאך פון די מעשה.
נ.ב. ער קען וועגען עטליכע סיבות נישט פארלאזן א"י
Update!
ב"ה א חתן געווארן!!!
מיט רבקה בת בתואל!
נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2018 4:34 pm
דורך סקרן
ס'דא אפאר מענטשן וואס ווייסן באמת וויזוי צופירן דאס לאנד...............................
נאר וואס זאל מען טוהן אז זיי זענען אלע טעקסי דרייווערס !!
נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2018 4:34 pm
דורך סקרן
איינער האט אמאל געזאגט אז ער וויל שטארבן אזוי ווי זיין זיידע וואס איז געשטארבן רואיג אינמיטן שלאף..............
ניש מיט שרייען און געוואלדעוועס אווי די וואס זענען געשטארבן מיטפארענדיג אין זיין קאר !!!!
נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2018 4:36 pm
דורך סקרן
סקרן האט געשריבן:א שידוך פאר אן עלטערע בחור (30+ !)
טאקע א יתום פון מאמע'ן אבער גאר א פיינעם פאטער.
טאקע נישט געלערנט אין קיין ישיבה (מחמת כמה סיבות וד"ל) אבער גאר א גוטן קאפ און א גרויסן ת"ח.
טאקע האלבוועגס בלינד אבער א ירא שמים בסתר ובגלוי.
דער טאטע האט עטליכע מאל געהייראט, אבער עס איז דא אסאך פון די מעשה.
נ.ב. ער קען וועגען עטליכע סיבות נישט פארלאזן א"י
Update!
ב"ה א חתן געווארן!!!
מיט רבקה בת בתואל!
פארוואס האט אליעזר עבד אברהם אבינו געלייגט שלעסער אויף די קעמלען?
ווייל ער האט דאך געזיכט א שידוך פאר יצחק, און אויב איין בהמה עפענט אויף זיין מויל וואלט די שידוך נישט געווארען..
נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2018 4:36 pm
דורך סקרן
"אין כל חדש תחת השמש"
ביי געוויסע מענטשן איז: אין כל חדש - א טאג וואס ס'איז נישטא קיין נייעס, תחת השמש - קען ער ממש אראפגיין פון זינע"ן.
נשלח: זונטאג יולי 22, 2018 1:26 pm
דורך ווייל אזוי
געזעהן אויף איינעם'ס סטאטוס,
די חילוק פון יום כיפור און תשעה באב אין איין ווארט
וואטסעפפ
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: דאנערשטאג יולי 26, 2018 1:22 am
דורך היטשער
ווען איך זאג דיר אז דיין געשיכטע האט נישט איבערגעלאזט קיין טריקן אויג, מיין איך צו זאגן אז די זאלסט אויפהערן שפייען בשעת'ן רעדן....
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: דינסטאג יולי 31, 2018 7:11 pm
דורך היטשער
אן עלטערער בחור פלעגט גיין יעדן חודש צו ר' יונתן בן עוזיאל, א יאר שפעטער האט ער חתונה געהאט און אנגעהויבן גיין יעדע וואך צו ר' לייב בעל היסורים....
נשלח: דינסטאג יולי 31, 2018 7:42 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ר' לייב בעל היסורים דארף צו זיין א סגולה פאר קינדער צו וואס?
נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 2:32 pm
דורך berlbalaguleh
היטשער האט געשריבן:אן עלטערער בחור פלעגט גיין יעדן חודש צו ר' יונתן בן עוזיאל, א יאר שפעטער האט ער חתונה געהאט און אנגעהויבן גיין יעדע וואך צו ר' לייב בעל היסורים....
מ'דערציילט א מעשה אז אין די מארמאראש זענען אין א געוויסע תקופה געווען רעבעס ספעציאליסטן. ס'געווען רעבעס וועלכע זענען גוט געוון פאר קאפ ווייטאג. און ס'זענען געווען רעבעס וועלכע האבן זיך ספעציאליזירט אין ציין ווייטאג.
פארציילט א אידענע איין טאג פאר איהר חבר'טע אז זי איז געווען ביים דעם געויסן רעבי'ן. ווייל זי האט געליטן אויף שטארקע קאפ ווייטאג. זאגט איהר די חבר'טע.. אוי וויי. וואס האסטו געטון?!. דער רעבע איז דאך דא פאר בויך ווייטאג...!
נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 3:40 pm
דורך סקרן
סיבעסער צו זיין פעש (אזוי מעג מען זאגן?)
ווען א דארער קומט אריין צום דאקטאר אז ס'דריקט דא און ס'שטעכט דארט ווערט ער אינגאנצן באזארגט און זאגט מ'דארף מאכן טעסטס זען וואס ס'מיינט.
אבער ווען א פעשער האט די זעלבע פראבלעמען איז דער דאקטאר זייער רואיג און זאגט דארפסט גיין אויף דייעט און פערטיג
נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 3:40 pm
דורך סקרן
א גראבער זאגט פאר א דארער: ווען מען קוקט דיך אן קען מען מיינען אז עס הערשט א הונגער אין שטאט
ענטפערט אים דער דארער: ווען מען קוקט דיך אן פארשטייט מען שוין פארוואס...
נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 3:40 pm
דורך סקרן
דער שטאטישער בוטשער האט ארויסגעלייגט א רעקלאמע,
מיר פארקויפן זיץ פלייש, קעלבערנע אויגן, און לעבן-סטעיק.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 3:41 pm
דורך סקרן
דערציילט מיר היינט א יונגערמאן וואס פעינט פאר פרנסה
אז ער האט היינט געפעינט אין א משוגעים הויז
אזוי שטייענדיג אויפן לייטער האלטענדיג אינמיטן פעינטן ,קומט צונעם צו א משוגענער און זאגט אים
"טשאלדיג אבער פליז כאפטס אהן אייער בערשטל גאר שטארק ווייל כ'ברויך דעם לייטער פאר אפאר מינוט!!"
נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 3:41 pm
דורך סקרן
געהערט היינט אין גראסערי, ווי א תמימות׳דיגע נשמה פרעגט דער קעשיר, ״איר האט אפשר דטשינטשער ק-ל?״
ענפערט אים די קעשיר מאן, ״ק-ה״
נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:03 pm
דורך berlbalaguleh
דאס דערמאנט מיך א דזשאוק וואס כ'האב געליינט אין דעם געפגר'טן אנטיסעמיטישן זשורנאל ריעדער'ס דיידזשעסט...!
א נייער אנגעשטעלטער אין א באנק האט געציילט דאס געלט מיט גרויס חשק און ענטוזיאזם. האט איהם דער מענעדזשער געפרעגט וואו ער האט באקומען זיין פינאנציעלע עדיוקעישן. ענטפערט איהם דער ארבעטער..." אין יעיל"...פרעגט איהם דער מענעדזשער וויאזוי ער הייסט. זאגט ער..."יאים יענסען"...!
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 02, 2018 12:34 am
דורך שמעון וואלף
berlbalaguleh האט געשריבן:דאס דערמאנט מיך א דזשאוק וואס כ'האב געליינט אין דעם געפגר'טן אנטיסעמיטישן זשורנאל ריעדער'ס דיידזשעסט...!
א נייער אנגעשטעלטער אין א באנק האט געציילט דאס געלט מיט גרויס חשק און ענטוזיאזם. האט איהם דער מענעדזשער געפרעגט וואו ער האט באקומען זיין פינאנציעלע עדיוקעישן. ענטפערט איהם דער ארבעטער..." אין יעיל"...פרעגט איהם דער מענעדזשער וויאזוי ער הייסט. זאגט ער..."יאים יענסען"...!
בערל, ס'קוקט אויס ווי א גוטס אבער איך פארשטיי נישט.
ביטע זיי אזוי גוט און ערקלער
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 02, 2018 12:43 am
דורך טמיר
שמעון וואלף האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:דאס דערמאנט מיך א דזשאוק וואס כ'האב געליינט אין דעם געפגר'טן אנטיסעמיטישן זשורנאל ריעדער'ס דיידזשעסט...!
א נייער אנגעשטעלטער אין א באנק האט געציילט דאס געלט מיט גרויס חשק און ענטוזיאזם. האט איהם דער מענעדזשער געפרעגט וואו ער האט באקומען זיין פינאנציעלע עדיוקעישן. ענטפערט איהם דער ארבעטער..." אין יעיל"...פרעגט איהם דער מענעדזשער וויאזוי ער הייסט. זאגט ער..."יאים יענסען"...!
בערל, ס'קוקט אויס ווי א גוטס אבער איך פארשטיי נישט.
ביטע זיי אזוי גוט און ערקלער
לכאורה דארף צי זיין משמע פון די נאמען אז ער זאגט א y אנשטאט א j
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 02, 2018 1:46 am
דורך גראף
שמעון וואלף האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:דאס דערמאנט מיך א דזשאוק וואס כ'האב געליינט אין דעם געפגר'טן אנטיסעמיטישן זשורנאל ריעדער'ס דיידזשעסט...!
א נייער אנגעשטעלטער אין א באנק האט געציילט דאס געלט מיט גרויס חשק און ענטוזיאזם. האט איהם דער מענעדזשער געפרעגט וואו ער האט באקומען זיין פינאנציעלע עדיוקעישן. ענטפערט איהם דער ארבעטער..." אין יעיל"...פרעגט איהם דער מענעדזשער וויאזוי ער הייסט. זאגט ער..."יאים יענסען"...!
בערל, ס'קוקט אויס ווי א גוטס אבער איך פארשטיי נישט.
ביטע זיי אזוי גוט און ערקלער
מעקסיקאנער בדרך כלל מיט אנדערע קענען נישט זאגן אזוי ווי טמיר זאגט א J נאר ס'הערט זיך וואו א Y. און ס'איז דא איינער פון דער בעסטע אוניווערסעטיס הייסט Yale, ממילא ווען ער האט געזאגט אין יעיל וכו'.
Sent from my SM-G950U using Tapatalk
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 02, 2018 12:56 pm
דורך berlbalaguleh
גראף: כאטש איך האלט אז דו קומסט מסתמא פון אונגארן. איך אויך...! דאך וועל איך פרובירן מסביר צו זיין...! והנה: ס'איז דא א גרויסע און חשוב'ע אוניווערסיטי וועלכע הייסט ..."יעיל"... אבער דאס זעלבע ווארט ארויסגעזאגט מיט א ..."דזשעי"...מיינט דזשעיל, תפיסה. פריזאן...!
ווען דער נייער ארבעטער אין די באנק האט געזאגט אז ער האטציך געלערנט פינאנסן אין..."יעיל"..האט דער בעה"ב געמיינט אז ער איז געגאנגען אין די חשוב'ע אוניווערסיטי יעיל. אבער ווען ער האט געזאגט אז ער הייסט יאים יענסען, האט זיין בעה"ב פארשטאנען אז ער קען נישט ארויסזאגן א..."דזשעי"...האט ער למפרע פארשטאנען אז ער האט באקומען זיין עדיוקעישן אין דזשעיל...וקל להבין...! אזוי ווי דער מהרש"א און רש"ש זאגן אויף א סאך פלעצער. (כמעט א יעדע שטיקל.)...!...!
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 02, 2018 1:35 pm
דורך גראף
berlbalaguleh האט געשריבן:גראף: כאטש איך האלט אז דו קומסט מסתמא פון אונגארן. איך אויך...! דאך וועל איך פרובירן מסביר צו זיין...! והנה: ס'איז דא א גרויסע און חשוב'ע אוניווערסיטי וועלכע הייסט ..."יעיל"... אבער דאס זעלבע ווארט ארויסגעזאגט מיט א ..."דזשעי"...מיינט דזשעיל, תפיסה. פריזאן...!
ווען דער נייער ארבעטער אין די באנק האט געזאגט אז ער האטציך געלערנט פינאנסן אין..."יעיל"..האט דער בעה"ב געמיינט אז ער איז געגאנגען אין די חשוב'ע אוניווערסיטי יעיל. אבער ווען ער האט געזאגט אז ער הייסט יאים יענסען, האט זיין בעה"ב פארשטאנען אז ער קען נישט ארויסזאגן א..."דזשעי"...האט ער למפרע פארשטאנען אז ער האט באקומען זיין עדיוקעישן אין דזשעיל...וקל להבין...! אזוי ווי דער מהרש"א און רש"ש זאגן אויף א סאך פלעצער. (כמעט א יעדע שטיקל.)...!...!
שכוח פאר איבער זאגן מיין תגובה, דו זאגסט גוט נאך.
Sent from my SM-G950U using Tapatalk
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 02, 2018 9:21 pm
דורך Samkoton
גראף האט געשריבן:שמעון וואלף האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:דאס דערמאנט מיך א דזשאוק וואס כ'האב געליינט אין דעם געפגר'טן אנטיסעמיטישן זשורנאל ריעדער'ס דיידזשעסט...!
א נייער אנגעשטעלטער אין א באנק האט געציילט דאס געלט מיט גרויס חשק און ענטוזיאזם. האט איהם דער מענעדזשער געפרעגט וואו ער האט באקומען זיין פינאנציעלע עדיוקעישן. ענטפערט איהם דער ארבעטער..." אין יעיל"...פרעגט איהם דער מענעדזשער וויאזוי ער הייסט. זאגט ער..."יאים יענסען"...!
בערל, ס'קוקט אויס ווי א גוטס אבער איך פארשטיי נישט.
ביטע זיי אזוי גוט און ערקלער
מעקסיקאנער בדרך כלל מיט אנדערע קענען נישט זאגן אזוי ווי טמיר זאגט א J נאר ס'הערט זיך וואו א Y. און ס'איז דא איינער פון דער בעסטע אוניווערסעטיס הייסט Yale, ממילא ווען ער האט געזאגט אין יעיל וכו'.
Sent from my SM-G950U using Tapatalk
דער לעטטער J ביי די מעקסיקאנע ווערט ארויסגעזאגט ווי א "כ"
יא, זיי קענען זאגן א חחחחחחחחח