בלאט 99 פון 213

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 7:06 am
דורך לאליפאפ
ישראל קאפקע האט געשריבן:איין שאלה, די מוסלעמענער מעטשעט אויפן הר הבית איז שוין געשטאנען צוויי הונדערט יאר פארן רמב"ם איז ארויף אויף ארץ ישראל, וויאזוי קען די רמב"ם מיינען אז ער איז ארויף ממש אויף די בארג?

אינטערעסאנטע קשיא! ער שרייבט ונכנסתי אל הבית הגדול והקדוש והתפללתי שם.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 7:19 am
דורך ישראל קאפקע
לאליפאפ האט געשריבן:
ישראל קאפקע האט געשריבן:איין שאלה, די מוסלעמענער מעטשעט אויפן הר הבית איז שוין געשטאנען צוויי הונדערט יאר פארן רמב"ם איז ארויף אויף ארץ ישראל, וויאזוי קען די רמב"ם מיינען אז ער איז ארויף ממש אויף די בארג?

אינטערעסאנטע קשיא! ער שרייבט ונכנסתי אל הבית הגדול והקדוש והתפללתי שם.

ער איז גאר 'אריין אינעם' מעטשעט??
סאו די גאנצע זאך איז א שטות, ער רעדט נישט דווקא פון א 'בארג', און ער רעדט דווקא יא פון א גרויסע וויכטיגע 'געביידע' וואס ער רופט אן 'הגדול והקדוש' וואו ער איז 'אריין', און 'געדאוונט' דארט!

ווי קען א האנעסט מענטש אן אן אגענדע אריינלערנען
(ונכנסתי) [ועליתי] אל [הר] הבית, והתפללתי שם?

ענטפער: מען קען טאקע נישט.

(מיין 700סטע תגובה!)

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 11:27 am
דורך chusid
לאליפאפ האט געשריבן:
ישראל קאפקע האט געשריבן:איין שאלה, די מוסלעמענער מעטשעט אויפן הר הבית איז שוין געשטאנען צוויי הונדערט יאר פארן רמב"ם איז ארויף אויף ארץ ישראל, וויאזוי קען די רמב"ם מיינען אז ער איז ארויף ממש אויף די בארג?

אינטערעסאנטע קשיא! ער שרייבט ונכנסתי אל הבית הגדול והקדוש והתפללתי שם.

ווי איז דע רמבם?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 1:26 pm
דורך סאו וואט
איך וויל וויסען וואס טראכט דער בארבער, ווען ס'קומט אריין א יוד וואס פון אונדרויסען קוקט ער אויס ווי א חסידישע יונגרמאן מיט בארד און פיאות,
און ווען ער פרעגט עהם וואס פארע מין סטייל ער וויל, ענטפערט יענע, סניף די גאנצע מעשה, שנייד אראפ דער בארד מיט פיאות, איך ווער יעצט א באם,
וואס טראכט דער בארבער דעמאלס?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 1:45 pm
דורך אויסגערוט
ער טראכט "זאל ער שניידען וואס מער. איך נאך אפאר דאללער"

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 1:55 pm
דורך רויטע וואנצעס
אויב איז ער א רוסישער, טראכט ער אז ער גייט יעצט קומען אפטער און האבן מער ביזנעס.
אויב איז ער א כינעזער, טראכט ער אז ער ווערט מסתמא א מאנק.
אויב איז ער א מעסיקאנער, פרעגט ער אים אויב ער וויל לכה"פ לאזן די וואנצעס.
אויב איז ער אן אמעריקאנער, זאגט ער אים אז ס'איז דריי מאל די פרייז.
אויב איז ער א פראנצויז, פרעגט ער אים אויב ער וויל אויך למטה מעשרה.
אויב איז ער אן ישראלי, וועט ער אים זאגן אז שניידן 1 פאה איז 10 דולר, אבער אויב מ'שניידט צוויי, איז די דריטע בחינם.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 2:22 pm
דורך ישראל קאפקע
וואס פונקטליך מיינט pathological, ווען איך זאג פאטאלאדזשיקל שרעק, אדער אז איינער איז א פאטאלאדזשיקל ליגנער, וואס מיינט עס ארויסצוברענגען?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 2:33 pm
דורך לית דין בר נש
רויטע וואנצעס האט געשריבן:אויב איז ער א רוסישער, טראכט ער אז ער גייט יעצט קומען אפטער און האבן מער ביזנעס.
אויב איז ער א כינעזער, טראכט ער אז ער ווערט מסתמא א מאנק.
אויב איז ער א מעסיקאנער, פרעגט ער אים אויב ער וויל לכה"פ לאזן די וואנצעס.
אויב איז ער אן אמעריקאנער, זאגט ער אים אז ס'איז דריי מאל די פרייז.
אויב איז ער א פראנצויז, פרעגט ער אים אויב ער וויל אויך למטה מעשרה.
אויב איז ער אן ישראלי, וועט ער אים זאגן אז שניידן 1 פאה איז 10 דולר, אבער אויב מ'שניידט צוויי, איז די דריטע בחינם.

וואס טראכט רויטע וואנצעס אז איך טוה בשעת איך ליין זיין תגובה?
1 איך שמייכל זייער שטארק פון זיין sence of humor
2 איך טראכט wow ווי קען ער די מיטעליט"י פון יעדע פאלק
3 איך טראכט אז עס מוז נישט זיין אז ער האט געשריבן וואס עס איז די מציאות ער וואלט פונקט אזוי גיקענט שרייבן אויף די ישראלי וואס ער האט געשריבן אויף די אמעריקאי און אויף די פראנצויז וואס ער האט געשריבן אויף די מעקסיקאנע וכו'

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 2:38 pm
דורך מאטי
a pathological liar definition - Google Search - https://www.google.com/search?q=a+patho ... 1&ie=UTF-8

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 2:58 pm
דורך ישראל קאפקע
מאטי האט געשריבן:a pathological liar definition - Google Search - https://www.google.com/search?q=a+patho ... 1&ie=UTF-8

מיין שאלה איז געווען וואס פאטאלאדזשיקל מיינט, איך ווייס בערך וואס מען מיינט ווען מען זאגט פאטאלאדזשיקל ליגנער, אבער עס העלפט מיר נישט מיט פאטאלאדזשיקל,

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 2:59 pm
דורך chusid
וואס איז עשו געווען? א איד א גוי? חרדי אדער חילוני? (אנטשולדיקט פאר מיין עמי הארצ'ס אבער איך בין בלענק,,)

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 3:11 pm
דורך שמעקעדיג
קוק אין הילף פארן קינד ומשם תדרשנו......

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 3:22 pm
דורך מאטי
ישראל קאפקע האט געשריבן:
מאטי האט געשריבן:a pathological liar definition - Google Search - https://www.google.com/search?q=a+patho ... 1&ie=UTF-8

מיין שאלה איז געווען וואס פאטאלאדזשיקל מיינט, איך ווייס בערך וואס מען מיינט ווען מען זאגט פאטאלאדזשיקל ליגנער, אבער עס העלפט מיר נישט מיט פאטאלאדזשיקל,

לכאורה אז דער יעניגער האט כאילו א מענטל קאנדיציע וואס טרייבט אים צום ליגנט.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 3:24 pm
דורך שלמה המלך
chusid האט געשריבן:וואס איז עשו געווען? א איד א גוי? חרדי אדער חילוני? (אנטשולדיקט פאר מיין עמי הארצ'ס אבער איך בין בלענק,,)

בלענק אבער א CHUSID, די ליטאים וועלין זיך מחיה זיין היצט :D
אין מדרש שטייט אז עשיו איז געגאנגען ווייסע זאקען אינדערוואכען מיט א ספאדיק און סטראקעס (לשבר את האוזן) און פארדעם האט יצחק אבינו געמיינט אז ער איז א גרויסע צדיק מיט זיינע קשיות האיך מעשרין את התבן וכדו' און ווען משיח וועט קומען וועט ער זיך זעצען אויווען אן מיט זיינע שמונה בגדים און לאנגע ווייסע בארד און דער מלך המשיח וועט אים זאגען ער סאל מוחל זיין און הייבען פיס, וכו' עיין במדרש
און 'הילף פארן קונד' איז די בילד פון עשיו באוואקסען מיט א גרויסע טשופ און א בארד, קיקט אויס אביסעל ווי קארליבאך נאר אן א קאפל און א רויטע בארד אשטאט א גרויע.....

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 3:30 pm
דורך chusid
דאס ווייס איך אויכעט.... :lol: כהאב געוואלט וויסן גרונטליכער

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 4:03 pm
דורך שלמה המלך
א איד איז מען אויב מ'האט א אידישע מאמע, יא ער האט געהאט, (וואס א איד האט געמיינט פאר מתן תורה) ער איז געוועהן א חילוני מיט א לבוש פון א חרדי.... קלאר?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 4:17 pm
דורך מאטי
עף וויי איי ביז עזרא הסופר'ס צייטן איז מען געגאנגען נאכן טאטן.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 9:00 pm
דורך berlbalaguleh
מאטי האט געשריבן:עף וויי איי ביז עזרא הסופר'ס צייטן איז מען געגאנגען נאכן טאטן.

וואס איז די סיבה אז מ'האט געטוישט?!...!

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 9:16 pm
דורך מאטי
ס'איז פשוט גרינגער צו טרעקן.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 9:24 pm
דורך berlbalaguleh
מאטי האט געשריבן:ס'איז פשוט גרינגער צו טרעקן.

איך האב געהערט פון א פרייע איד א הסבר...!

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 10:14 pm
דורך געפילטע פיש
chusid האט געשריבן:
לאליפאפ האט געשריבן:
ישראל קאפקע האט געשריבן:איין שאלה, די מוסלעמענער מעטשעט אויפן הר הבית איז שוין געשטאנען צוויי הונדערט יאר פארן רמב"ם איז ארויף אויף ארץ ישראל, וויאזוי קען די רמב"ם מיינען אז ער איז ארויף ממש אויף די בארג?

אינטערעסאנטע קשיא! ער שרייבט ונכנסתי אל הבית הגדול והקדוש והתפללתי שם.

ווי איז דע רמבם?

די לשון וואס די רמב"ם האט געשריבן, למען הפונקטליכקייט איז: וביום שלישי בשבת, ד' חשוון, יצאנו מעכו לעלות לירושלים תחת סכנה, ונכנסתי לבית הגדול והקדוש והתפללתי בו. ובאחד בשבת, ט' בחודש חשוון יצאתי מירושלים לחברון, לנשק קברי אבותי במערה.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 10:21 pm
דורך ישראל קאפקע
לויט די עליה להר הבית פראפאנענטס וואס איז טאקע פשט, ער איז אריין אין מעטשעט 'הגדול והקדוש' און געדאוונט דערין? זאגן זיי אז עס איז געווען עפעס אן אנדערע (אידישע) געביידע אויפן הר הבית?? וואס איז דארט פארגעקומען?? קען איינער קלאר מאכן?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 11:12 pm
דורך מאטי
ישראל ביסטו דען גרייט צו טוישן דיין מיינונג אויב דו ווערסט איבערצייגט אז דער רמב"ם איז יא ארויף? יעדער זאל נעמען די מיינונג וואס פאסט פאר זיין אויפגעבויטן טעאלאגיע.
יש אוסרים ויש מתירים דאס איז יעדער איינער מודה, דער רדב"ז איז קלאר מתיר, מאירי איז קלאר מתיר, רמב''ם איז גראדע פון די שיטות האוסרים חוץ אויף עטליכע אופנים ווי ער איז יא מתיר. פון די לעצטיגע איז מער משמע לאיסור ווי דער משנה ברורה, אפילו הרב קוק איז פון די אוסרים.