https://vimeo.com/198153370דערמאנט מיר פון דעם:
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=RSu9RfDs3KE[/youtube]
אין בית המדרש ביים שטענדער,
זיצט דער אלטער ר' סענדער
און בלעטערט דעם אלטען משניות.
פלוצים לאזט ער דריי טרערן
אוי וויי, גאט! וואס וועט ווערן?
ס'איז נישט דא ביי מיר קיין שלום בית!
איך האב זיבן בנים -
גאר פראסטע יוונים;
זיי שפאטן פון דיר, גרויסער בורא!
און זי מיין זוגתי
שרייט "ברענג מיר פרנסה!"
און איך האב קיין צייט נישט
איך דארף לערנען תורה.
זיי מיר מוחל, ריבונו של עולם,
אל תפתח פה לשטן!
האסט מיר געשענקט זיבן זין, יעדער א גולם!
איך ווייס ניט אין וועמען זיי זענען געראטן!
א אידיש ווארט, נעמען זיי ניט אין מויל;
א בלאט גמרא אפלערנען, צו דעם זיינען זיי פויל.
רק די אכילה, ליגט זיי אין זינען!
גיבזשע, גאט, מיר אן עצה, וואס איך מיט זיי טאהן.
און זי מיין זוגתי,
וואלט געוועזען נישקשה,
ווען זי לאזט מיך לערנען און בעט נישט קיין פרנסה.
ס'איז דאך א חילול השם, די גרעסטע עבירה -
טאג און נאכט, איז זי מעלה גרה.
טא פרעג איך דיר גאט, איז דאס נישט חטא?
אויף די עלטערע יאהרן, כאטש גיי זיך און גט!
ריבונו של עולם איך בין דיר מודיע!
אויף די עלטערע יאהרן וויל איך האבן די זכיה.
איך בעהט ניט חלילה, פון דיר מזומנים;
נאר דו זיי מפרנס די פרוי מיט די בנים!
איך בין א איד א למדן, ערפיל מיין בקשה!
איך וויל לערנען תורה, און דו גאט גיב זיי פרנסה!