בלאט 100 פון 213

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 12:30 am
דורך ישראל קאפקע
ישראל קאפקע האט געשריבן:לויט די עליה להר הבית פראפאנענטס וואס איז טאקע פשט, ער איז אריין אין מעטשעט 'הגדול והקדוש' און געדאוונט דערין? זאגן זיי אז עס איז געווען עפעס אן אנדערע (אידישע) געביידע אויפן הר הבית?? וואס איז דארט פארגעקומען?? קען איינער קלאר מאכן?

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 12:43 am
דורך קינד_אן_קייט
הרב שלמה אבינר שרייבט אז ס׳האנדלט זיך פון א ביהכ״נ בסביבות פונעם הר הבית, וז״ל:

האם "הבית הגדול והקדוש" הוא בית המקדש? ודאי שלא, הרי כבר היה חרב מזמן.

האם "זכיתי להתפלל בחורבה" הכוונה לחורבות בית המקדש? ודאי שלא, שהרי הגויים הרשעים הרסו הכל כליל, לא השאירו אבן על אבן, ולא חרבות. זאת ועוד, הרמב"ם היה צריך לכתוב "בחורבנו", בלשון זכר. אלא ברור שכוונת הביטוי: "כשם שזכיתי להתפלל בחורבנה, כך אראה אני וכל ישראל בנחמתה" – היא לירושלים עיר הקודש.

באשר ל"בית הגדול והקדוש" – אין המדובר בבית המקדש, אלא בבית כנסת גדול הניצב בירושלים, מול הר הבית, כמו שכותב המהרי"ק, רבי יוסף קולון שחי שלוש מאות שנים אחרי הרמב"ם: "ויהי כהיום אשר קרה מקרה, כי בעוונותינו הרבים בו פרש צר על ב"ה (בית הכנסת שבירושלים) וניתץ את הבית הגדול והקדוש, נשא ליבם אותם לקרבה אל המלאכה מלאכת הקודש, לסייע בבניין ב"ה (בית הכנסת) של ירושלים עיר הקודש" (שו"ת מהרי"ק, שורש ה).

וכן כתב רבי יעקב חי זריהן, אב בית דין של טבריה, שחי לפני כמאה שנה: "זה פירושו ברור, כי סמוך בהר הבית היה בית גדול לתפילה, וגם עתה יש בית גדול מאוד וכו' וגם אני נכנסתי... וזהו הבית הגדול, כי משם משקיף על כל שטח הקרקע של בית מקדשנו הר הבית וכו', אבל לומר שאדוננו הרמב"ם נכנס ממש ישתקע הדבר ולא ייאמר" (מובא בשו"ת ציץ אליעזר, יא, טו, ועיין שו"ת ציץ אליעזר יא נו-נז ושו"ת יחוה דעת א כה).

אגב, הרמב"ם פוסק שמקום המקדש בקדושתו עומד אפילו בימינו (הלכות בית הבחירה ו יב) ולכן הנכנס לשם חייב כרת (מג"א תקסא ס"ק א, וכן משנה ברורה ס"ק ה). ועין שו"ת משפט כהן (צו) למרן הרב קוק.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 12:44 am
דורך מאטי
זיי זאגן אז בית מיינט נישט עפעס א בנין נאר ס'מייינט דער "הר הבית." איי ס'שטייט נישט הר? טאקע א קשיא.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 12:57 am
דורך ישראל קאפקע
מאטי האט געשריבן:זיי זאגן אז בית מיינט נישט עפעס א בנין נאר ס'מייינט דער "הר הבית." איי ס'שטייט נישט הר? טאקע א קשיא.

'ונכנסתי' והתפללתי 'בו',
חוץ דעם וואס ער רעדט נישט פון 'הר', זאגט ער אז ער איז 'אריין' און געדאוונט 'אינעווייניג', און נישט 'ארויף' און געדאוונט 'דארט',

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 1:03 am
דורך מאטי
דאס אז ס'שטייט נישט הר איז א גרעסערע קושיא. ונכנסתי איז א שם כולל אויף אריינגעגאנגען ארויפגעגאנגען, בקיצור, "דארט געווען." אויף ענגליש Entered the area.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 9:56 am
דורך שמערל
וויבאלד דער הר הבית איז מוקף חומה, פאסט זייער דער לשון כניסה. און דאס איז אלס דער לשון המשנה והרמב"ם במשנה תורה, הנכנס להר הבית, און נישט העולה.

פארשטייט זיך אבער, אז פון א אוקמתא אין א לשון, ביז צו א ראיה להלכה אויף א שאלה פון כריתות, איז פאלג מיר א גאנג.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 11:18 am
דורך רויטע וואנצעס
מיין ווייב ווי רוב פרויען איז זייער ביזי מיט נעטרואלע היילונג. לעצטענס וויל זי גיין מיט די קינדער צו איינער וועבערמאן פון ווילי. איר פרענדס זאגן אז מ'זעהט דארט אותות ומופתים. איינער האט מער אינפא? איז זי נחמיה'ס ב"ב?

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 3:38 pm
דורך [NAMELESS]
רויטע וואנצעס האט געשריבן:מיין ווייב ווי רוב פרויען איז זייער ביזי מיט נעטרואלע היילונג. לעצטענס וויל זי גיין מיט די קינדער צו איינער וועבערמאן פון ווילי. איר פרענדס זאגן אז מ'זעהט דארט אותות ומופתים. איינער האט מער אינפא? איז זי נחמיה'ס ב"ב?

וואס פאר א היילונגס מעטאדן נוצט דער וועבערמאן? לאמיר אנהייבן פון דא. (אגב, יעדע רפואה איז "נאטורליך". אויב ס'ארבייט -פארשטייט זיך- ארבייט עס אין די ראמען פון "די געזעצן פון נאטור")

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 4:33 pm
דורך איך אויך
געהערט אמאל פון איינעם אז 'סם' איז אויך נאטורלעך.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 9:16 pm
דורך berlbalaguleh
רויטע וואנצעס האט געשריבן:מיין ווייב ווי רוב פרויען איז זייער ביזי מיט נעטרואלע היילונג. לעצטענס וויל זי גיין מיט די קינדער צו איינער וועבערמאן פון ווילי. איר פרענדס זאגן אז מ'זעהט דארט אותות ומופתים. איינער האט מער אינפא? איז זי נחמיה'ס ב"ב?

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 14, 2014 12:36 am
דורך רויטע וואנצעס
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:
רויטע וואנצעס האט געשריבן:מיין ווייב ווי רוב פרויען איז זייער ביזי מיט נעטרואלע היילונג. לעצטענס וויל זי גיין מיט די קינדער צו איינער וועבערמאן פון ווילי. איר פרענדס זאגן אז מ'זעהט דארט אותות ומופתים. איינער האט מער אינפא? איז זי נחמיה'ס ב"ב?

וואס פאר א היילונגס מעטאדן נוצט דער וועבערמאן? לאמיר אנהייבן פון דא. (אגב, יעדע רפואה איז "נאטורליך". אויב ס'ארבייט -פארשטייט זיך- ארבייט עס אין די ראמען פון "די געזעצן פון נאטור")


http://en.wikipedia.org/wiki/Reflexology

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 14, 2014 1:33 am
דורך [NAMELESS]
אין בעסטן פאל א גוטע placebo (אזוי גוט ווי סתם א massage), מער פון דעם זיכער נישט.

זאכן וואס איך וויל וויסן

נשלח: זונטאג נאוועמבער 16, 2014 12:21 pm
דורך כפתור
איך בין נייגעריק אויב ס'איז געווען אדער ס'איז דא פרויען ניקס און ק"ש. אדער אויב איינער ווייסט א פרוי וואס טשעקט אריין צו ליינען

נשלח: זונטאג נאוועמבער 16, 2014 12:38 pm
דורך איך אויך
למאי נ''מ? דא איז נישט קיין דעיטינג סייט.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 16, 2014 12:50 pm
דורך כפתור
ווי קומט אריין דעיטינג?.. איך בין "נייגעריג" אויב פרויען זענען אינטערעסירט און די סאבזשעקס וואס מען טוט דא דיסקוטירן.
יעצט בין איך נייגעריג געווארן אויב ק"ש האט א פאליסי אויף יא אדער נישט אריין לאזן פרויען

נשלח: זונטאג נאוועמבער 16, 2014 2:11 pm
דורך chusid
קאסט קאווע שטיבל עפעס געלט פאר די אדמעניסטראטער?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 16, 2014 5:11 pm
דורך שלמה המלך
chusid האט געשריבן:קאסט קאווע שטיבל עפעס געלט פאר די אדמעניסטראטער?

1) בחנם האט מען כינים
#2) אפילו ווען נישט איז צייט זייער א טייערע ארטיקעל און ווערד געלט!

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 2:11 pm
דורך ישראל קאפקע
ווען ווערט די ניינציג טעג זינט דעם פסק, און וויאזוי פלאנט באבוב 45 זיך צו רופן?
נישט קיין פאליטיק און שקלא וטריא, ביטע, נאר אויב איינער ווייסט עפעס קראנט,

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 4:52 pm
דורך berlbalaguleh
כפתור האט געשריבן:ווי קומט אריין דעיטינג?.. איך בין "נייגעריג" אויב פרויען זענען אינטערעסירט און די סאבזשעקס וואס מען טוט דא דיסקוטירן.
יעצט בין איך נייגעריג געווארן אויב ק"ש האט א פאליסי אויף יא אדער נישט אריין לאזן פרויען

קאווע שטיבל פרעיגט נישט אויב מ'זאגט שלא עשני אשה, אדער שעשני כרצונו...!אדער, צי מ'דאוונט אין ביהמ"ד אדער אין ווייבער שול. צי מ'גייט צו באקן מצות ער"פ אדער מ'באקט לאטקעס, ער"פ .צי מ'זיצט אין פראנט אדער אין בעק אויפ'ן ב.פ. באס. צי מ'טוט אן א פלעסטיק אויפ'ן קאפ ביי כפרות שלאגן. צי מ'האט מורא פון די טשיקנס אדער נישט. צי מ'דרייווט ארויס אין קאנטרי יעדן דאנערשטיג פארנאכטס אדער נישט. צי מ'לערנט דף היומי אדער נישט....ס'איז נאך דא א סאך שאלות צו פרעיגן. אבער קאווע שטיבל פרעיגט נישט קיין איינס פון דעי שאלות...!

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 6:25 pm
דורך שמעקעדיג
אז דו רעדסט שוין פון די אלע שאלות, ווייסן דען אלע נשים וועלכע פרי מען נוצט פאר די ארבע מינים? למשל אין קלויזענבורג איז מען זיך נוהג אז די נשים שאקלען נישט לולב.. אלא מאי איז דאך משמע פון רש"י אז צופיל פרויען דרייען זיך נישט דא ודו"ק.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 7:04 pm
דורך ירא שמים
דריידל האט געשריבן:
ירא שמים האט געשריבן:אז איך וויל ליינען וועגן אגעוויסע נושא אין חכמות חיצוניות (בין הסדרים פארשטייט זעך) און איך זוך א ט.ב. גיי איך צו עמעזאן וכדו' טרעף איך דארטן אהן א ים מיט ביכער פון אלע מינע פרייזען פון פינף דאלער ביז דריי הונדערט דאלער בערך בעט איך דא פון די חשובע פראפעסארן זאלן שרייבן עפעס עצות וואו אזוי צו טרעפן דאס ריכטיגע
ואו אויך וואוזוי מזעט די לעוועל
און וואו וויסט מען עפעס וועגן דעם מחבר


די דארפסט וויסן מער ווייניגער וואס די זיכסט. ס'איז א גוטע עצה אז די זאלסטיך אריבערכאפן צו א גרויסע לייברערי (אויב ביסטי אין ברוקלין, קענסטי גיין צום צענטראלע לייברערי לעבן פראספעקט פארק אדער צו די ביזנעס לייברערי אויף קעדמען פלאזא) ווי די קענסט באקומען הילף פון א לייברעריען צו טרעפן וואס די זיכסט. איינמאל די טרעפסט עפעס וואס שמעקט דיר זאלסטי אראפשרייבן די ISBN מיט די title און name of author.

איך גיי געווענדליך צו www.dealoz.com/ ווי זיי קאמפעירן פרייזען פון פארשידענע וועבסייטס. קענסט קויפן געניצטע בוקס פאר שפאט ביליג. נגיע קען קאסטן איבער הונדרעט דאלער און ס'איז ממש אשאד. ס'איז אויך גוט צו וויסן אז מ'דארף נישט קויפן די לעצטע עדישאן. די וואס גיבן ארויס די ביכער ווילן נישט אז מ'זאל אוועקלייגן די ביכער פון איין יאר אויפ'ן צווייטן, טוישן זיי ארום די פעיזשעס אדער קאלירן פון אילוסטרציה וכדומה, סתם נערישקייטן, אז ס'זאל אויסקוקען אנדערש. די סקולס פארלאנגען פון די סטודענטן צו קויפן די לעצטע עדישאן אז יעדער זאל קענען מיטהאלטן, דאס מאכט אז די פרייז פון א בוק וואס האט געקאסט פאראיאר 100 דאלער קען יעצט גיין פאר בלויז 5 דאלער. ס'דא אמאל אן אויסנאם ווען מ'קען טאקע נישט ניצן די אלטע אבער עפ"י רוב איז עס בערך די זעלבע.

סארי פאר די שפעטע רעספאנס; כ'האב פשוט יעצט באמערקט דיין תגובה

[tag]ירא שמים[/tag]

וואס איז אבער יא די חילוק צווישען די פינף דאלערדיגע און די הונדערט דאלערדיגע אחוץ פון די דערמאנטע טעמים

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 8:42 pm
דורך דריידל
יעדעס מאל א בוק ווערט איבערגעדריקט פאלט די פרייז פון די אלע מהדורה ווייל ס'איז מער נישטא קיין פארלאנג דערויף. זייער אפט, האט אבער די אלטע 99% די זעלבע אינפארמאציע ווי די נייע.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 8:51 pm
דורך [NAMELESS]
דריידל האט געשריבן:יעדעס מאל א בוק ווערט איבערגעדריקט פאלט די פרייז פון די אלע מהדורה ווייל ס'איז מער נישטא קיין פארלאנג דערויף. זייער אפט, האט אבער די אלטע 99% די זעלבע אינפארמאציע ווי די נייע.

די 1% ספק מאכט אסאך אויס אין מארקט