הוגה, שיינע נקודות נאכאמאל ארויסגעברענגט [און ייש"כ על דברי העידוד שנית], ואודה ולא אבוש אז כ'נעם אן געוויסע פונקטן. פארט אבער איז נישט אלס ריכטיג, און מער פון דעם האסטו צומאל נישט פארשטאנען מיין כוונה, ואפרש.
[center]סטרוקטור פון תורת ישראל און תורת החסידות.[/center]א גרויס חלק פון דיין תגובה איז איבער 'סטרוקטור'. דיין טענה איז, אז יעדע סטרוקטור האט זיך אנגעהויבן ערגעץ, זיך אפברעכנדיג פונעם פריערדיגן סטרוקטור, וכך היא דרכה של עולם. ענדליך צו דעם טענה'סטו, אז אברהם אבינו און משה רבינו האבן אויך אפגענויגט פון פריערדיגן סטרוקטור. דאס האט אין זיך אמת, אבער פאקטיש טוישט זיך דער וועלט כסדר אפילו אן מהפיכות. כסדר קומען אויף פרישע רעיונות, אויסטרעפונגען, וכו', וואס לאזט איבער א השפעה - טאקע שטייט און צוביסלעך, אבער א פאקטישע השפעה - אויף מענטשהייט. אדער ווי מיר רופן עס דא, דער סטרוקטור.
ווען איינער גרינדעט א פרישע רעליגיע, איז עס גארנישט אנדערש ווי די אומצאליגע אנדערע זאכן וואס לאזן איבער א שטעמפל אויפן וועלט, בשעתם ובדורות הבאים אחריהם. געווענליך שטעלט מען אוועק יסודות אויף לאגיק, געבויטע הארטע לאגיק - הגם אפפרעגבאר, און באזירט אויף חכמת חיים וידיעת ההיסטוריה. דהיינו, מ'ווייסט וואו מ'גייט און וואו מ'שטייט, און דערפאר קען מען אוועקשטעלן א גוט באזירטע עסק. להבדיל, אפילו אין אונזער תורה געפונען מיר אזא אספעקט לשיטת הרמב"ם, ורבי אברהם בן הרמב"ם ועוד [
עי' כאן], אז דער תורה האט מבסס געווען אסאך חוקים אויף וואס איז געווען אנגענומען אלס נארמע אין יענע תקופה. דאס איז טיילווייז צוליב דעם אויבנדערמאנטער נקודה, אז אפילו אזא 'מהפיכה' ווי א נייע רעליגיע מוז זיין געבויט אויף אויסגעגראבענע פונדאמענטן כדי ס'זאל האבן א קיום.
ווען אברהם און משה האבן מחדש געווען יהדות, האבן זיי אוודאי ארייגעלייגט זייער געפיל און קרבת אלקים אינעם רעליגיע. אבער די רעליגיע איז געווען באזירט אויף סטרוקטור. דינים און הלכות, און אלטע גוי'אישע מנהגים ויסודות. די חלק הרגש ווערט אייביג אויסגעקילט במשך'ן צייט, און איז דערפאר אן עבודת היחיד זיכער צו מאכן נישט צו בלייבן פוסט און ליידיג, א מאשין וואס טוט מצוות. אבער די חלק הסטרוקטור, נעמליך מצוות מעשיות והנהגות, דאס פארבלייבט לעולמי עד, אפגעזען וויפיל כוונה עס ליגט אין קאפ פון די וואס היטן איר אפ. דאס זעלביגע איז מיט יעדע רעליגיע.
ווען מיר כאפן אן חסידות אלס דוגמא, דארף מען דאס צוטיילן צווישן דער בעש"ט און געוויסע שפעטערדיגע מנהיגים [לאמיר אנכאפן דעם מעזריטשער מגיד אלס דוגמא, וויבאלד ער האט אסאך סטרוקטירט חסידות]. דער בעש"ט איז גארנישט געווען אנדערש ווי סיי וועלכער אנדערער צדיק וואס וויל אריינלייגן רגש אין א טרוקענעם נפש. ער האט נישט געזוכט מפיץ צו זיין קיין מהלך, און ער האט נישט פרובירט מהפך צו זיין די וועלט. ער האט אפשר געהאט געוויסע מחודש'דיגע געדאנקען, אבער ער האט דאס געזאגט פאר געקליבענע תלמידים מקשיבים, אדער סיי ווער ס'איז געקומען צו אים. פונקט ווי די אנדערע בעלי שם, אדער משפיעים בדורינו.
ווען דער מעזריטשער מגיד האט צענטראליזירט חסידות, און דאס איז געווארן א ציל און מהלך כלפי דאס פאלק באופן כללי, דהיינו - סטרוקטירט די זאך, האט זיך צוביסלעך געשאפן דער חורבן וואס מיר קענען היינט אלס 'חסיד'ישער אידישקייט'. טאקע וויבאלד די רעיונות זענען באזירט אויף רגש, און דאס איז נחלת עובדים צמאים בלבד, און ווידער פשוט'ע אידן דארפן סטרוקטור באזירט אויף טריקענע 'את המעשה אשר יעשה האדם וחי', איז לא די ס'האט זיך צוביסלעך אויסגעליידיגט פון איר טיפער אינהאלט, וכפי שצווח הרב מסאטמאר 'נשתכחה תורת הבעל שם', נאר בעיקר איז געבליבן א שרעקעדיגע בער וואס מ'האט פארזען און נישט פאראויסגעשאצט. א חורבן פון נישט אויסגערעכנטע סטרוקטור וואס איז באזירט אויף אלטע יסודות.
[center]וואס טוט זיך מיט קריסטנטום?[/center]בנוגע קריסטנטומ'ס בלוטיגע היסטאריע. קודם לאמיר רעדן פון יהדות לעומת נצרות, וויבאלד די לעכערליכע טענה אז נ"ך ברענגט כסדר'דיגע רציחה גייט מיר ארויס פון די נאז. הפנים יעדער זאגט איבער דאס זעלביגע אן פארשטיין וואס שטייט קלאר אין נ"ך. סך הכל זענען דא צוויי פלעצער וואו מ'האט גע'רצח'ט פרעמדע פעלקער. די שבע עמים ביים אייננעמען ארץ ישראל, און די מצוה אויסצו'הרג'ענען עמלק. די שבע עמים איז פשוט צוליב זייער זיין אין לאנד וואס מיר ווילן איבערנעמען. אין פאקט, איז נישט געווען קיין חיוב זיי אויסצוזוכן און הרג'ענען, און ווער ס'איז אנטלאפן האט גוט געטון. ס'איז געווען באזירט אויף א שיטה פון 'בלייב נישט דא ווייל כ'וויל נישט נשפע ווערן פון דיר'. דאס שטייט שוין אין תורה. אין פאקט, זעט מען אין נ"ך אז מ'האט זיך נישט באגאנגען מיט זיי בכל החומר, און מ'איז טאקע יא נשפע געווארן פון זיי און געליטן דערפאר. די עמלקים האב איך א הסבר פאר זיך, אבער אכמ"ל [ובקוצר, ראסע ענינים]. עכ"פ דאס איז געווען מיטן יסוד פון כלל ישראל, אין איין געוויסן מקום, און מ'האט נישט געפאדערט זיי זאלן זיך שמד'ן צו אידישקייט. שפעטער, געפונען מיר שוין בכלל נישט קיין רציחת עמים אחרים צוליב אונזער רעליגיע.
ווייטער, קלעטער אריין אין בודהיזם צו כמעט יעדע אנדערע רעליגיע. וועסטו זען אז זיי האבן נישט גע'הרג'עט די וואס זענען נישט געגאנגען אין שפאן. אפילו איסלאם מיטן שווערד, האט נאר גע'הרג'עט אין אנהייב כדי זיך מבסס צו זיין, אבער שפעטער האט מען געלאזט לעבן אונטער זייער הערשאפט [אפילו בימי מוחמד טענה'ן זיי, אז ער האט נישט געהאט קיין פראבלעם מיט אידן, נאר ענדליך צו אונזער טענה - אין געוויסע שטחים פון היינטיגן אראביע האבן זיי געוואלט ס'זאל זיין ריין פון אומגלויביגע אין זייער רעליגיע]. היסטאריש גערעדט, האבן אידן געלעבט גאנץ כמעשה אונטער די מוסולמענער רוב צייטן, און ערמארדעט געווארן יעדן שני וחמישי אונטער די קריסטן רוב צייטן.
ווען איך זאג אז קריסטנטום האט נישט געארבעט אלס סטרוקטור, מיין איך נישט די פונקט צו זייער איינפלוס איז געשטיגן אדער געשרינקען, נאר די מציאות הדברים אז דאס איז נישט געווען קיין אויסגעארבעטע סטרוקטור ווי אנדערע רעליגיעס. ס'איז געווען ווי חסידות, מיט אפאר עובד'ישע רעיונות, וואס איז נישט געאייגנט פארן כלל, וכנ"ל. ווען דאס איז געווארן נחלת הכלל, איז עס געווארן סטרוקטירט אן קיין ריכטיגע יסודות, דאס אויך ווי חסידות. די תוצאה ביי ביידע איז אייניג: עס איז געווארן פול מיט רשעות און געמיינהייט, ליידיג פון אריגינאלער תוכן און געפיל, און א נייע סטרוקטור וואס איז נישט געבויט אויף אלטע פונדאמענטן.
דערפאר ווען איינער וואונדערט זיך וואס דער דעפיניציע פון 'נארמאלקייט' וואס אויף דעם דארף מען בויען די סטרוקטור, איז דער ענטפער: געבויט אויף א גרונד וואס עקזיסטירט שוין. געוויסע פרטים, און אפילו כללים, קענען זיך טוישן מיטן אויפקום פון נייע שיטות, רעליגיעס, מאדערניזאציע, און קולטור. אבער אויב מ'מאכט א גענצליך נייע יסוד, דאן איז מען מער ווייניגער אויסגעשטעלט צו חורבן. דאס האט צוגעברענגט א היטלער און א סטאלין די לעצטע הונדערט יאר. נייע רעיונות, ווען מענטשהייט איז די 'גיני פיג' אויף וועם דאס אויסצופרובירן. און אויב דאס איז געזאגט געווארן ביי רעיונות באופן כללי, איז דאס לדעתי פולפאכיג מער נוגע ווען די רעיון איז געבויט אויף געפיל, 'ספיריטואליטעט', און מיסטיציזם.
די קומענדיגע שאלה איז, פון וואו ווייסן מיר אז יאשקע האט געוואלט מאכן א 'מהפיכה כללית' ווי איך רוף עס. די תשובה אויף דעם איז, פוק חזי מאי 'ברית החדשה' דבר. זיי באשרייבן א מענטש וואס האט געהאט אן אויסדריקליכער נייע שיטה אין כלל ישראל. טאקע בערך ווי חסידות האט געטון, זייענדיג סותר די פריערדיג איינגעגעסענע און אלטגעזעצענע דרך החיים. און איך רעד פון דעם יאשקע וואס זיי לייגן אראפ. און איך נעם אז דאס איז א רעצעפט אויף חורבן, נישט נאר באזירט אויף וואס איז פאקטיש ארויסגעקומען פון קריסטנטום, נאר בעיקר באזירט אויף קאלטע לאגיק, און ווי אויסגעשמועסט אויבן.
---
ווייטער קען מען זיך דינגען איבער פרטים, למשל מהיכי תיתי אז לאגיק ברענגט צו מענטשליכקייט, און געפיל ברענגט צו אכזריות. אימא איפכא. אזוי אויך קען מען זיך דינגען איבער קולטור, צו ס'איז טאקע א גוטע זאך אדער גאר א גורם פאר חורבן. וכהנה וכהנה. איך האב געשריבן מיינע הרהורי דברים, לויט ווי מיין לאגיק געבט אן, און מעגליך אז איך בין נישט גערעכט. אין סך הכל, איז עס ממילא געווען א גוטע אשכול און שיינע רעיון, און נאך טיפערע נמשל.
א ייש"כ פאר די דברי עידוד ושבח, וכבוד ועונג הוא לי שחכמים חשובים משבחים ומפארים הרעיון והאופן בו נכתבה המאמר.