בלאט 2 פון 7

Re: קאווע שטיבל'ס לאטערי טיקעט - אומזינסט!! שרייב זיך איין

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 10:12 pm
דורך טמיר
איך וואונדער מיך צו די אלע איינגעשריבענע דא מיינען עס נעבעך ערענסט... זעהט אויס אז פאר אפאר מעלאנעס קען מען אפילו געטאטשט ווערן אביסל.

Re: קאווע שטיבל'ס לאטערי טיקעט - אומזינסט!! שרייב זיך איין

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 10:14 pm
דורך טמיר
מיין געוויסן עגבערט מיר. אפשר דאך וועט דער ראה"ק געווינען, מען זאגט דאך א עושר האט מזל. און אפשר דאך וועט ער מקיים פסק זיין... און פאר נארישע אויבער-חכמישקייט העלעך דערלייגן די אלע רעדעלעך. העי יא נעבער נאו...

אקעי, איך פערטיסיפעיט אויך!!! איך שרייב איין, איך סובסקרייב!!!

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 10:18 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
סגעפעלט מיר ווי יעדער איז מקדים א וויץ פאר זיי שרייבן זיך איין, אנדערש פאסט זיי זיך נישט איינצושרייבן, ווייל ווער איז דען משוגע צו מיינען פאר איין רגע אז קאווע שטיבל'ס לאטערי גייט געווינען, כאילו קיינער דא האט נאך קיינמאל נישט געקויפט א לאטערי. איך בין נישט מקדים גארנישט (אויסער די קליינע הקדמה... שטייצעך...) און איך שרייב מיך איין.

Re: קאווע שטיבל'ס לאטערי טיקעט - אומזינסט!! שרייב זיך איין

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 10:21 pm
דורך mevakesh
Hey me too!!

Re: קאווע שטיבל'ס לאטערי טיקעט - אומזינסט!! שרייב זיך איין

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 10:22 pm
דורך גר ותושב
טמיר האט געשריבן:מיין געוויסן עגבערט מיר. אפשר דאך וועט דער ראה"ק געווינען, מען זאגט דאך א עושר האט מזל. און אפשר דאך וועט ער מקיים פסק זיין... און פאר נארישע אויבער-חכמישקייט העלעך דערלייגן די אלע רעדעלעך. העי יא נעבער נאו...

אקעי, איך פערטיסיפעיט אויך!!! איך שרייב איין, איך סובסקרייב!!!


טמיר האט געשריבן:איך וואונדער מיך צו די אלע איינגעשריבענע דא מיינען עס נעבעך ערענסט... זעהט אויס אז פאר אפאר מעלאנעס קען מען אפילו געטאטשט ווערן אביסל.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 10:32 pm
דורך שמעון וואלף
הננו!

אלקא דמאיר עננו
לוי יצחק בן שרה שאשא

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 10:32 pm
דורך ישראל קאפקע
ראשעקאל האט געשריבן:
ישראל קאפקע האט געשריבן:
ליפא האט געשריבן:אייוועלט וועט עס נישט איבערטראגן אויב מיר געווינען. הזאת נעמי? וועלן זיי פרעגן. אזא הסתרת פנים געוואלד!

:lol:

איך וויל זיך דווקא נישט איינשרייבן, אז האלב כלל ישראל אין ניו יארק (און גאנץ כלל ישראל, אויב געווינען ק"ש און אייוועלט בשותפות) זענען מיליאנערן וועל איך דאך גארנישט האבן דערפון.
איך וועל ענדערש גייט קלאפן ביי די הייזער און רייך ווערן מער ווי אייך אלע.

UR LOSE

:)

ענק גייען נעבעך פארלירן א דריי-פערטל ביליאן דאלער דעם מוצאי, איך גיי נישט האבן אזעלכע דאגות, מיינע מילי-מעלאנעס ליגן זיכערערהייט אונטערן מאטראץ.
אזוי אזויפיל וויל איך יא בעטן, אויב געווינט מען די צוויי דאלערדיגע געווינס זאל מען מיר יא אריינרעכענען, איך האב זיך פארט באטייליגט און צוגעגעבן מיינע צוויי צענט צום אשכול.


אגב, מען זאגט אז די עקסייטמענט וואס אזא ספעציעל ריזן געווינס מאכט אן אויף די גאס האט א פאזיטיווע עפעקט אויפן נאציאנאלן עקאנאמיע.

(ישראל קאפקע, מוצ"ש :קראץ: :אויוויי: )

Re: קאווע שטיבל'ס לאטערי טיקעט - אומזינסט!! שרייב זיך איין

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 10:37 pm
דורך גר ותושב
ישראל קאפקע האט געשריבן:
ראשעקאל האט געשריבן:
ישראל קאפקע האט געשריבן:
ליפא האט געשריבן:אייוועלט וועט עס נישט איבערטראגן אויב מיר געווינען. הזאת נעמי? וועלן זיי פרעגן. אזא הסתרת פנים געוואלד!

[emoji38]

איך וויל זיך דווקא נישט איינשרייבן, אז האלב כלל ישראל אין ניו יארק (און גאנץ כלל ישראל, אויב געווינען ק"ש און אייוועלט בשותפות) זענען מיליאנערן וועל איך דאך גארנישט האבן דערפון.
איך וועל ענדערש גייט קלאפן ביי די הייזער און רייך ווערן מער ווי אייך אלע.

UR LOSE

:)

ענק גייען נעבעך פארלירן א דריי-פערטל ביליאן דאלער דעם מוצאי, איך גיי נישט האבן אזעלכע דאגות, מיינע מילי-מעלאנעס ליגן זיכערערהייט אונטערן מאטראץ.
אזוי אזויפיל וויל איך יא בעטן, אויב געווינט מען די צוויי דאלערדיגע געווינס זאל מען מיר יא אריינרעכענען, איך האב זיך פארט באטייליגט און צוגעגעבן מיינע צוויי צענט צום אשכול.


אגב, מען זאגט אז די עקסייטמענט וואס אזא ספעציעל ריזן געווינס מאכט אן אויף די גאס האט א פאזיטיווע עפעקט אויפן נאציאנאלן עקאנאמיע.

(ישראל קאפקע, מוצ"ש :קראץ: :אויוויי: )

פונעם מוצאי שבת וועט מען זיך דעמאלט זארגען די עיקר איז ווי אזוי עס וועט זיך שלאפן שבת ביינאכט.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 10:45 pm
דורך [NAMELESS]
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:סגעפעלט מיר ווי יעדער איז מקדים א וויץ פאר זיי שרייבן זיך איין, אנדערש פאסט זיי זיך נישט איינצושרייבן, ווייל ווער איז דען משוגע צו מיינען פאר איין רגע אז קאווע שטיבל'ס לאטערי גייט געווינען, כאילו קיינער דא האט נאך קיינמאל נישט געקויפט א לאטערי. איך בין נישט מקדים גארנישט (אויסער די קליינע הקדמה... שטייצעך...) און איך שרייב מיך איין.


ענק כאפן נישט די גאנצע מעשה דא.

ווי באקאנט און איך האב עס שוין אסאך מאל געשריבן האט דער ראשעקאל א חוש צו דערגיין זאכן וואס איז נאך א לא בא לעולם, ער קען ארויף לייגן א בילד פון א פאסירונג נאך פאר עס געשעהט, כאטש לעצטענס איז ער אביסל שטיל דא אבער איך שטעל מיר פאר אז דער חוש האט ער נאך, נו ווער זאגט אז דא גייט ער גיין שלעכט?

אונז האף מיר אז ווי שטענדיג וועט ער אונז נישט אנטוישן

Re: קאווע שטיבל'ס לאטערי טיקעט - אומזינסט!! שרייב זיך איין

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 10:52 pm
דורך פליקער
Im in
לאמיר האפן אז מעשה שטן וועט מצליח זיין, און מיר וועלן געווינען.
אויב וועלן מיר נישט געווינען וועלן מיר כאטש וויסן אז קאווע איז יא א גיטע זאך, אויך א געווינס.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 11:01 pm
דורך משולם שטיינפעלד
דער צדיק איז געווען בעסער. ער האט געטיילט מוציא'ס שוין נאכן געווינען בלויז פארן אים פאללאוען אויף טוויטער.
פארן פאללאוען אויף טוויטער האט ער געטיילט טויזענט דאללער
נו ראשעקאל, וועסט טיילן אזוי ווי אים?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 11:07 pm
דורך וכדומה..
אהער אהין, איין זאך איז זיכער דער ראשעקאל האט באוויזן ארויפצוציען א שמייכעל אויף עטליכע צענדליג געזיכטער, און דאס איז זיכער ווערט אפאר דולער...
עכ"פ די סינגעל פארן טיקעט האט זיך זיכער אויסגעצאלט

Re: קאווע שטיבל'ס לאטערי טיקעט - אומזינסט!! שרייב זיך איין

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 11:10 pm
דורך נולד מאוחר
אדער וויל ער ווייזען פאר דו מאמין אז ער חושש אויף זאכן וואס האבן זייער א קליינע טשענס, און האבן א טענה היתכן גלייבסט נישט און עוולאשין.
אדער ווייזען פאר'ן כופר, קוק נאר ווי דו בוסט חושש אויף זאכן וואס האבן גאר א קליינע טשענס ווי זוך איינשרייבן צי געווינען א לאטרי. אויב אזוי זיי מקיים תורה ומצוות וואס לשטיתך האט גאס גאר א קליינע טשענס, אבער מגווינט נצחיות/מיליונן.

Re: קאווע שטיבל'ס לאטערי טיקעט - אומזינסט!! שרייב זיך איין

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 11:11 pm
דורך [NAMELESS]
נולד, ביסט אין אדער נישט?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 11:12 pm
דורך ירח בן יומו
הננו.
דער גייט זיך ערליך פארדינען זיין טיטל ראש הקהל.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 11:13 pm
דורך ונבנתה העיר
יא.

Re: קאווע שטיבל'ס לאטערי טיקעט - אומזינסט!! שרייב זיך איין

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 11:27 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
פארשטייט זיך כבין אין.

אבער @ראשעקאל האט ערלעדיגט אויף צו וועקן ניקס וואס מהערט נישט פין זיי.

Re: קאווע שטיבל'ס לאטערי טיקעט - אומזינסט!! שרייב זיך איין

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 11:31 pm
דורך יב הלוי סאלאווייטשיק
I'm in..!

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 11:32 pm
דורך געוואלדיג
איך בין אין

נ.ב. באקומט מען מער אויב מען איז זיך מגלה פריער?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 11:38 pm
דורך קאצקע ציקער
שכוח ראש הקהל

Re: קאווע שטיבל'ס לאטערי טיקעט - אומזינסט!! שרייב זיך איין

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 11:48 pm
דורך נולד מאוחר
ראשעקאל האט געשריבן:נולד, ביסט אין אדער נישט?

ניין! איך וועל ענדערשט ביקן צים צלם ווי נעמען געלט פון טמנע מקורות. כוח הפועל איז א יסוד אין יהדות.די רבי ז"ל האט עפעס אומזינסט געהט טאשן אין זיין וועסטעל.

Re: קאווע שטיבל'ס לאטערי טיקעט - אומזינסט!! שרייב זיך איין

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 11:50 pm
דורך [NAMELESS]
איז נישט
אפאר דאללער מער פאר יעדער וואס איז אין

Re: קאווע שטיבל'ס לאטערי טיקעט - אומזינסט!! שרייב זיך איין

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 11:53 pm
דורך [NAMELESS]
געוואלדיג האט געשריבן:איך בין אין

נ.ב. באקומט מען מער אויב מען איז זיך מגלה פריער?

ניין